מיר גייען ווייטער מיט די שמועס פון "שווינדל" "שווינדלער" און "באשווינדלטער".
און נאכאמאל די סיבה צום האבן קלארקייט אין די חילוקים ווי שוין דערמאנט פאריגע וואך, איז ווייל א באשווינדלטער מוז נישט דוקא ווערן באשווינדלט דורך א שווינדלער, דער שווינדל אליינס מוז נישט ועורן געטון דורך א שווינדלער, און פארט קען דער מענטש אריינפאלן אין א טיעפן גרוב.
און ווי שוין דערמאנט וועלן מיר זיך באציען די וואך צו א גאר גאנגבארע נושא אין דעם ענין פון שווינדל, וואס ווערט אנגערופן "מאלטי לעוול מארקעטינג"
פאר איך גיי אריין אין דעם פייער פון קאנטראווערסיע וויל איך מאכן א זייער קלארע דיסקלעימער.
מיין מיינונג איז א דעת יחידאה, און איך באצווינג נישט קיינעם צו פארשטיין וואס איך פארשטיי אדער האלטן וואס איך האלט, איך ברענג ארויס א פערספעקטיוו וואס אין מיין עקספיריענס איז עס אזוי, און ס'קען פונקט אזוי זיין פארקערט אין אייער פערספעקטיוו.
נאך א נקודה.
ווען מען רעדט פון א "אינדוסטריע" און מ'איז קורא שם דערויף בדרך גנאי, מיינט נישט אז יעדער וואס איז אין די אינדוסטריע איז לגנאי. איך וואלט גענוצט א משל דעם טוב שברופאים לגיהנום וואס מ'ווייסט אז ס'געווען גרויסע צדיקים דאקטוירים און אסאך טינט איז שוין פארגאסן געווארן אויף דעם פשט פון טוב שברופאים לגיהנום, אבער די אריגינעלע פשוט'ע פשט איז אין יוצא מפשוטו, און דאס איז אויף דעם "דאקטארישן אינדוסטריע" בכלליות, צוליב דעם חסרון אמונה וכדו'.
דעריבער איז וויכטיג צו איינערקענען און פארשטיין אז אויב האט איר א שוואכקייט צו די מולטי לעוול מארקעטינג אינדוסטריע, דאס הייסט איר זענט אן אפשטאמיגער פון דעם וואס האט געגרינדעט דעם באוועגונג, און איר קענט נישט הערן קיין נעגאטיווע מיינונגען דערויף, איז נישט כדאי איר זאלט לייענען ווייטער.
מולטי לעוול מארקעטינג מיינט:
א קאמפאני פארקויפט א פראדוקט אדער א סערוויס.
די קאסטומער וואס קויפט דעם פראדוקט האט א געלעגנהייט צו אליינס אויך ווערן א פארקויפער, און ער ווערט באלוינט מיט א געוויסן אפצאל דורכן ברענגען פרישע קליענטן
ווען זיינע קליענטן ברענגען פרישע קליענטן באקומט ער אויך עפעס א ריוח,
דער געדאנק איז, און דאס איז וויאזוי עס ווערט פארקויפט, אז מ'קען פארדינען געלט דורך גארנישט טון.
סך הכל דארפסטו קויפן א פראדוקט אדער א סערוויס (געוויינליך פאר א טייערערן אפצאל ווי ס'וואלט געקאסט סתם אזוי, פאר די געלעגנהייט צו קענען מאכן געלט דערפון עווענטועל)
ווען איך זאג אז ס'איז געוויינליך פאר א טייערערן פרייז, וועלן זיין וואס וועלן דאס פרובירן אפצופרעגן מיט פארגלייכן צו אנדערע אבער אין פאקט וויפיל מאל איך האב געקוקט איז געווען גענוג גרויסע חילוקים אז די פרייזן זאלן באמת זיין טייערער ווי ס'וואלט געמעגט זיין ווען נישט די "אפורטוניטי" די מעגליכקייט צו מאכן געלט דא אויך.
אין קורצן דער מענטש קויפט א פראדוקט און א געלעגנהייט צו פארדינען "שנעל" געלט.
נו, וואס איז שלעכט דערמיט? איז דאך גוט.
ס'איז דא אמאל ווען קויפן א פראדוקט פון מולטי לעוול קאמפעני'ס איז בכלל נישט קיין פראבלעם, דער מענטש דארף א פראדוקט אדער א סערוויס, ער קען עס קויפן וואו ער וויל, און איינס פון די פלעצער וואו ער קען עס קויפן איז ביי די קאמפעני, וואס זייער סטראקטשור פון מארקעטינג איז מולטי לעוול מארקעטינג, און ס'דארף מיך באמת נישט אנגיין.
אבער אין רוב פעלער ווערט פארקויפט דער פראדוקט נאר אלס א צוגאב צו דעם מעגליכקייט פון פארדינען, און טראץ וואס ס'איז אמת, און מ'זעהט מענטשן וואס פארדינען שיין געלט אין מולטי לעוול, ליגט דערין א געוויסער גניבת דעת.
פארוואס?
ווען א מענטש זוכט א פראדוקט, און נישט קיין נייע פרנסה, און מ'רעדט אים איין אז פון סתם אריינקומען אין דעם עסק קען ער גרינג מאכן געלט, איז עס לכתחילה א ליגנט, רוב מענטשן וואס קומען אריין דערין גייען ארויס דערפון, זיי זענען נישט דא און האבן נישט די יכולת צו זיין פארנומען דערמיט, צו ווייל זיי האבן אנדערע דזשאבס, צו ווייל "סעילס" איז נישט זייער שטארקייט, און מ'זאגט זיי נישט דעם סוד אז ער גייט אריין געהעריג אין א סעילס פאזיציע.
אויב צאלט ער א פעני מער ווייל דאס איז א געלעגנהייט צו מאכן געלט איז א עבירה די פעני.
ווען א מענטש זוכט יא די חלק הפרנסה אדער ווי זיי זאגן "עשירות" דערפון.
דארף מען זייער קלאר געדענקען אז מ'רעדט פון א פול טיים דזשאב, ס'איז נישט עפעס וואס מ'טוט בין הסדרים (געוויינליך, איך רעד נישט פון אויסנאמען, וואס מאכט זיך זעלטענער פון זעלטן מיט סיבות וואס מ'קען זעהן פון פאראויס, ווי למשל א מענטש וואס האט א געוויסע קשר מיט מערערע מענטשן וואס דארפן אזא סארט פראדוקט, און ער קען מצליח זיין פון פשוט פארקויפן פאר זיי און צוריק מאכן א חלק פון זיין געלט אדער גאר ריוח)
דער שווינדל איז נישט קיין שווינדל, אבער מיליאנען ווערן באשווינדלט.
עס איז א לעגיטימער מהלך צו מארקעטן א פראדוקט אדער א סערוויס, און עם כל זה איז זייער קלאר אז דער גרעסערער רוב פון מענטשן גייען ארויס מיט שאדן.
איך וויל נישט יעצט אריינגיין אין קיין ספעציפישע נעמען פון קאמפאניס וואס טוען דאס און וואו זיי שינדן די הויט פון זייערע אינטערטאנען, נאר אז פאר איר גייט אריין אין אזא קאמפאני דארפט איר געדענקען צו אבזערווירן די פאלגענדע פרטים, און אויב איז אלעס מסודר קענט איר גיין ווייטער.
אויב זאגט מען אייך אז איר קענט רייך ווערן דערפון, געדענקט אז עס איז נישט אמת.
אויב זאגט מען אייך אז איר קענט עס טון מיט א מינימאלע אדער כמעט נישט ארבייט, געדענקט אז עס איז נישט אמת.
אויב דער פראדוקט איז עפעס וואס איר גלייבט נישט דערין, אדער איר דארפט עס נישט, אבער כדי צו קענען מאכן געלט קויפט איר עס, טוט איר נישט קיין קלוגע שריט. איר וועט ארויסווארפן דעם פראדוקט ביים פסח מאכן, און געלט נעמען פון קמחא דפסחא.
אויב זענט איר נישט קיין "סעילסמאן" נעמט נישט דעם פאזיציע, עס איז נישט פאר אייך.
ס'איז פארהאנען געוויסע מאלטי לעוול קאמפעניס וואס זענען זייער גוט, זייער סטראקטשאר איז טאקע אויף דעם פארנעם אבער זיי פארקויפן נישט אז מ'קען דא נתעשר ווערן אן קיין ארבייט, זיי העלפן אויפשטעלן א געהעריגן געשעפט אדער א ווינקל וואו צו פארקויפן דעם פראדוקט אדער פראדוקטן און מ'האט א געהעריגע ביזנעס.
עס איז נישט קיין "ווער שנעל רייך" סקעם, נאר א געהעריגע לעגיטימע ביזנעס.
די אלע זענען זייער גוט, און נישטא קיין פראבלעם דערמיט בדרך כלל, מ'דארף פארשטייט זיך זיין גרייט צו עפענען א ביזנעס מיט אלע קאסטן ארום דעם.
אבער אויב איז עס א "ווערן שנעל רייך" געדאנק, טראץ וואס ס'איז לעגאל פאר זיי דאס אזוי צו פארקויפן, איז עס אין פאקט נישט אזוי.
און דאס איז איין סימבאל פון א "נישט שווינדל" וואס דער קאסטומער קען ארויסגיין באשווינדלט.
איך האב יארן צוריק ביי א דרשה גערעדט איבער די נושא, און שטארק געווארן אראפגעריסן פון מענטשן וואס זענען געווען פארגלייבט אין א געוויסן מולטי לעוול ביזנעס, און מ'האט מיט מיר זיך געאייסערט דערויף צו איך בין גערעכט צו נישט, און אין די ענדע איז נישט אריבער קיין סאך צייט ווען מ'האט מיר מודה געווען אז ס'איז געווען א שאד די געלט.
די איינציגע טרייסט וואס די אינגעלייט האבן נעבעך געענטפערט איז געווען: ס'איז סיי ווי נאר געווען 500 דאללער פארלוירן. מ'מעג אמאל פרובירן און דערלייגן, אלע עשירים דערלייגן אמאל געלט.
יא אמת, נאר ווען מ'ווייסט פון פאראויס, ווען מ'פרעגט פון פאראויס און מ'ווייסט אז עקספערטן און אפגעבריהטע זאגן אז מ'זאל שטיין ווייט איז 500 דאללער אויך געלט און א שאדע צו דערלייגן.
ס'איז גוט זיך צו טרייסטן נאכן פארלוסט אז מ'האט שוין געהערט ערגערס און ס'איז אמת, אבער איך רעד צו אייך פון פארויס. זייט פארזיכטיג.
נאך א נקודה איבער מולטי לעוול מארקעטינג און ס'איז נוגע איבעראל.
מ'גייט נישט אריין אין א ביזנעס איבער די מהלך פון די מארקעטינג. נאר איבער דעם ווערד פון די פראדוקט אדער סערוויס, נאכדעם נעמט מען זיך צו די מהלך פון מארקעטינג.
ווען מ'פארקויפט אייך א ביזנעס ווייל ס'האט א געוויסע מארקעטינג פריוועליגיע איז עס טאקע זייער גוט צו וויסן אלס א צוגאב, אבער דאס טאר נישט זיין דער סיבה פארן אריינגיין אין די ביזנעס.
שטעלט אייך פאר אז מ'פארקויפט אייך א עמעזאן ביזנעס וואס די גרויסע מעלה דערפון איז אז די אפיס איז אויפן 5טן שטאק און ס'האט א באלקאן מיט הערליכע אויסקוק צום גאנצן שטאט. איז דאס א סיבה צו קויפן א ביזנעס?
די כללים פון קויפן א ביזנעס, אריינגיין אין א ביזנעס, אדער אינוועסטירן אין א ביזנעס, נישט קיין חילוק אויב ס'איז איין דאללער אדער א מיליאן דאללער בלייבן אלס די זעלבע, און מ'מוז קוקן דערויף ניכטער.