יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ ראט און טאט
ארטיקלען

פרשת שלח תשפ"ד

ראט און טאט · "דער שטיבל" · שנת תשפ"ד

מיר האבן די פארגאנגענע וואכן עוסק געווען אין אן אנגייענדיגן סקעם, וואס מיר באגלייטן פון די נאענט, און מיר וועלן אי"ה אינפארמירן די חשוב'ע לייענער ווען עס איז דא נייעס. אינטער די קוליסן פרובירט מען צו ארבייטן אויפן מהלך וואס מיר האבן פארגעלייגט, יעצט לאמיר זעהן צו די סקעמער'ס זענען מסכים מיטצושפילן מיט אונז. ונזכה ונחי' ונראה.

אבער זייענדיג אין די נושא פון "שווינדל", איז אויסגעקומען צו הערן פון לייענער'ס פארשידענע קאמענטארן וואס ברענגט אונז צום דאזיגן ארטיקל וואס מיר ווילן שרייבן די וואך.

שווינדל איז לכאורה פון די אור עלטסטע עסקים, ווי איך האב געשריבן אין מיין הקדמה מער ווי א יאר צוריק אנהייבנדיג דעם קאלום, עפרון איז שוין געווען א שווינדלער אין זיינער צייט, און איך וויל צולייגן אז אברהם אבינו איז נישט געווען קיין דערלייגער אדער איינער וואס מ'האט פראסט פשוט באשווינדלט. נאר אין מציאות האט טאקע עפרון געהאלטן אז ער האט געכאפט א העכטל דעם אידל וואס דארף די מערת המכפילה און גרייט צו צאלן פארדעם ארבע מאות שקל, אבער אברהם אבינו וויסנדיג וואס ער האט געוואוסט איבער דעם מקום איז דאס געווען שפאטיש און קליינגעלט, און ער האט דאס וויסנדיג און לכתחילה באצאלט.

וואס ברענג איך ארויס מיט דעם קורצן הקדמה.

שווינדל האט עטליכע וועגן וויאזוי מ'קען דערויף קוקן.

עס איז דא א שווינדלער, א באשווינדלטער, און דער עצם שווינדל.

(מיר שווינדלט שוין די אויגן נאר פון טראכטן פון אזויפיל מאל שווינדל)

דער שווינדלער, קען אמאל ארויסגיין מיט גרויסע רווחים צוליב זיין פאררעטערישן מהלך פון אויפקומען מיט געמיינע טאקטיקן צו בא'גנב'נען מענטשן, מיט זיין פולן באוואוסטזיניגקייט, און אן קיין שום געוויסן ביסן, ער איז דא פארן בערזל, ער קימערט זיך בכלל נישט מיט יענעם'ס פארלוסטן, ער איז א "סעלפישער" געלט גייציגער רויבער.

דער שווינדלער קען אויך זיין איינער וואס באמת איז ער נישט קיין פאררעטער מיסודו, ער איז אליינס פארראטן געווארן אין מח, ער מיינט אמת'דיג אז דאס וואס ער פארקויפט אדער פארציילט איז אמת, אבער אין פאקט איז עס נישט אזוי, און ווען ס'קומט צו ראטעווען זיין עצם שטאנד וועט ער שוין זיך נישט אפשטעלן פאר גארנישט, און ער ווערט א קאלאסאלער שווינדלער.

דער צווייטער סימבאל שווינדלער איז איינער וואס געוויינליך נעמט צייט צו פיטערן דעם אייגענעם מח צו זאל עס זיין במזיד, ער ווייסט אז ס'קען זיין ער איז נישט גערעכט, נאר ער פרובירט זיך צו פארענטפערן אויף אלע אופנים אז עס קען זיך אויסארבעטן. אדער ער מיינט אמת'דיג אז דאס איז די מציאות ביז ער ווערט געוואויר אז ער האט געגרייזט.

די סיבה פארן פארשטיין די צוויי סארט שווינדלער'ס איז ווייל מענטשן וואס ווערן באשווינדלט האבן זייער אינסטינקט וויאזוי זיי באשליסן צו מ'קען פארטרויען יענעם און צו יענער איז אויפריכטיג, און אויב פארשטייט מען נישט אז עס זענען דא צוויי סארט שווינדלער קען מען זייער שנעל אריינפאלן מיט אלע באווארענישן.

למשל:

שווינדלער א' וועט אפיציעל אפיר זוכן קרבנות וואס ער האלט אז זיי וועלן נישט כאפן זיין באטריגערישקייט, זיי זענען נישט אזוי געריבן, ער וועט זוכן קרבנות וואס פון זיי האט ער נישט מורא אפי' אויב זיי זענען אים למעשה יא חושד אין שווינדלעריי, ער וועט נישט פארלירן קאנטראל איבערן מצב.

שווינדלער ב' וועט בכלל נישט טראכטן אזוי, ער וועט זיך ווענדן צו סיי וועם מיט זיין שווינדל, ווייל ער אליינס האלט נאך באמת אז ער איז לעגיטים, און ער איז אסאך שנעלער אויסגעשטעלט צו ווערן געכאפט אדער אפגעשטעלט פונעם שווינדל פשוט ווייל ער ווייסט באמת נישט אז ער פארט קרום.

ווען דער באשווינדלטער איז א קלוגער און איבערגערעכנטער מענטש, אפי' א געריבענער ביזנעס מאן, אבער ער ווייסט נישט פון די צוויי סארט שווינדלערס, קען ער זייער שנעל פאלן א קרבן צו סיי וועלכע פון די ביידע, פשוט ווייל ער האט זיך זיינע סמנים און זיינע פרינציפן וואס א שווינדלער וואלט ווען געוואלט טון ווען ער וויל אים באמת באשווינדלען, און ווען ער זעהט נישט די שלעכטע סמנים וועט ער אננעמען אז ס'איז גוט. און דארט קען ער מיאוס דורכפאלן פשוט ווייל ער האט נישט אפגעלערנט דעם אנדערן סאט שווינדלער.

ווי איך האב שוין געהערט נישט איינמאל פון ערנסט באשווינדלטע אידן וואס האבן נאך פרובירט צו מיינען אז זיי פארן גראד.

"פארוואס זאל ער מיר וועלן פארקויפן דאס אדער יענס, אויב ער האט נישט קיין ריוח דערפון"?

דאס הייסט דער מענטש האט גענומען וואס דער שווינדלער האט אים פארקויפט, ווייל אין זיין מח וואלט א שווינדלער דאס נישט געטון, ער וואלט עס געטון אנדערש, און אויב האט ער יא אזוי געטון, איז ער נישט קיין שווינדלער.

דאס הייסט אין קורצן, זיך באקענען מיט אלע סארט שווינדלער'ס איז וויכטיג, עכ"פ אויב מ'קען זיי נישט, איז וויכטיג צו געדענקען אז פאר מ'אינוועסטירט געלט ביי איינעם זאל מען עס דורכשמועסן מיט אנדערע וואס קען זיין ווייסן יא אביסל מער, און קענען העלפן איר זאלט באמערקן א אנדערן מהלך פון שווינדל וואס וואלט אייך אין ווילדסטן חלום נישט בייגעפאלן.

ווי ביי אונזער פאל אז דער צווייטער שווינדלער איז נישט מער געניט פון דעם ערשטן, ער איז פשוט נאאיוו און ער טראכט טאקע אז די זאך איז גוט, און דערפאר וועט ער נישט געבן קיין שום סמנים פון א שווינדלער, ווייל אין א געוויסן הינזיכט איז ער טאקע נאך נישט קיין שווינדלער ער איז נאר על שם העתיד א שווינדלער וואס האט באשווינלדט מענטשן.

לאמיר רעדן פון די צווייטע שפילער אין דעם שווינדל, "דער באשווינדלטער".

זענען דא אזוינע וואס זענען מזרח באשווינדלטע, דאס הייסט אז ווען א שווינדלער זוכט צו בארויבן איינעם וועט זיין נאמען זיין פון די ערשטע צוואנציג אויף די ליסטע, ער זיצט אויבן אן אין דעם באשווינדלטער באן.

פארוואס איז דאס אזוי?

אמאל ווייל ער האט אסאך געלט, און דער שווינדלער זוכט א גרויסע קאסע. דער שווינדלער פארשטייט אז עס איז אסאך ארבייט אבער ער איז גרייט אריינצולייגן די ארבייט אויב איז דא פון וואס שבת צו מאכן נאכדעם.

אמאל איז עס ווייל דער מענטש איז נישט פון די קלוגסטע אדער לאמיר עס רופן ראפינירסטע מענטשן, און די שווינדלער שפירן אז עס קען זיין א שנעלער אריין און ארויס דאללער געמאכט און געלאפן ווייטער, דער שווינדלער איז מער חייש אויף קוואנטיטעט ווי אויף קוואליטעט, ער וועט ארבייטן אויף 100 קליינע גרינגערהייט ווי איידער אויף איין שווערן בחור און חייש זיין אז ס'וועט זיך ענדיגן מיט א באסט.

אמאל איז עס פשוט די נאטור פון דעם מענטש, ער איז א פאזיטיווער, ער טראכט קיינמאל נישט אז איינער מיינט שלעכט, ער שטעלט יענעם בחזקת כשרות, אומשולדיג ביז איבערצייגט שולדיג, און ער נוצט דעם כבדהו בעפאר ער נוצט דעם חשדהו.

נישט קיין נפקא מינא אין וועלכן פלאץ דער מענטש איז, וועט נאר איינער וואס קען מאכן באשלוסן זיין אויסגעשטעלט צו שווינדלער.

דאס הייסט אויב האט ער נישט קיין געלט, און איז נישט דער וואס באשליסט אין זיין ביזנעס אדער אפי' ביי זיך אין שטוב (אליינס אן די ווייב) וואו מ'גייט אריינלייגן געלט, וועט ער בדרך כלל אפי' נישט האבן דעם נסיון פון ווערן באשווינדלט, ער זיצט אויפן לעצטן באנק ביי מערב זייט פון די באשווינדלטע.

פון איין זייט איז ער טאקע גאר גליקליך נישט צו זיין אויף די ליסטע, אבער פון די אנדערע זייט פארשטייט זיך אז דאס האלט אים אפ פון אנדערע געשעפטן וואס זענען באמת יא גוט, און דאס איז די ריזיקע וואס ווערט גענומען ווען מ'רוקט זיך ארויף אפאר בענק נענטער צו מזרח, אז מ'מוז וויסן און פארשטיין זיך צו האלטן צו די כללים וואס עקספערטן זאגן כדי נישט צו ווערן באשווינדלט.

נאכדעם לאמיר רעדן פון דעם שווינדל אליינס.

ס'איז דא שווינדל וואס איז תוכו כברו שווינדל פון אנהייב ביזן סוף, א שטייגער ווי די וואס פארקויפן דעם בריק אין א לענדל וואס עקזיסטירט נישט, נישטא קיין בריק, נישטא קיין לאנד, ס'איז נאר דא א גוטער געלונגענער ליגנער וואס קען דאס פארקויפן פאר איינעם וואס קען נישט די מאפע און זוכט נישט נאך.

דערנאך איז דא א שווינדל וואס איז תוכו שווינדל אבער פון אינדרויסן איז עס כמעשה'דיג א געשעפטל, למשל: איינער טרעפט אנליין צו פארקויפן א בלינדע מציאה א פעקל דימאנטן, עס שטייט אין די דעסקריפציע פון וואו עס קומט און פארוואס ס'שטייט צו פארקויפן, למשל אז עס איז נישט זיער גוט געשניטן, אדער אז ס'האט געוויסע פעלערן אבער נאך אלס ווערט א אפויטיקע פון געלט.

דער מענטש כאפט די בלינדע מציאה, אבער ווען ער באקומט עס זעהט ער ס'איז טאקע דימאנטן, און ס'איז טאקע פעלערדיג, אבער מ'קען דערויף קיין גרייצער נישט באקומען. אדער עכ"פ נישט נאנט צו די געלט וואס ס'האט געקאסט.

דאס הייסט מ'האט אים איבערגעטריבן דעם מציאות, און ער האט נישט פארשטאנען צווישן די קליינע אותיות געוויסע פראבלעמען וואס זענען קלאר ארויסגעשריבן געווארן, און גענוצט געווארן פארקערט אים צו איבערצייגן אז דאס איז די סיבה פארן גוטן פרייז וואס ער באקומט.

איינמאל ער האט פארשטאנען אז ס'שטעלט זיך אויפן שכל אזא זאך האט ער פארגעסן צו גיין ווייטער און דערלערנען צו איז די זאך אפי' ווערד דאס געלט וואס מ'בעט אים יא.

דערנאך איז דא דער שווינדל וואס איז תוכו כברו אמת, עס איז בכלל נישט קיין ליגנט, אבער די מציאות דערפון וויאזוי דער מענטש גייט מכלומר'שט פארדינען דערויף איז פאלש,

דאס הייסט אז די זאך די חפץ איז בעצם דא, די פרייז איז אפשר אביסל איבערגעטריבן מיט גוטע סיבות דערצו, אבער די וועג וויאזוי ער פארשטייט פארוואס די איבערגעטריבענע פרייז איז בארעכטיגט איז לגמרי נישט אמת ביי אים, און ער גייט דערלייגן זיין געלט.

דאס איז א שטייגער ווי געוויסע "מולטי לעוול מארקעטינג" ביזנעסער.

וואס ביי דעם וועלן מיר אנהייבן אי"ה קומענדיגע וואך, וויבאלד דאס איז די ווייניגסטע "שווינדל" און האט באמת די מערסטע באשווינדלטע.

א גוט שבת.