יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ ראט און טאט
ארטיקלען

פרשת בהעלותך תשפ"ד

ראט און טאט · "דער שטיבל" · שנת תשפ"ד

למעשה האלטן מיר דעם דריטן וואך אין שמועסן איבער די נושא פון "סקעממערס" בכלל נישט קיין נושא וואס איז געווען אין פלאן צו בארירן, אבער אזוי ווי איך האב פארשפראכן פאר די לייענער צו האלטן אינפארמירט, און אויך פרובירן אראפצולערנען אלס וואס מ'קען זיך לערנען פון אזא אינצידענט, וועל איך האפנטליך די וואך גומר זיין דעם נושא.

יא, דער אינגערמאן וועם איך האב באשריבן איז טאקע געפאלן א קרבן צו א נעץ פון סקעממער'ס, ס'איז שוין יעצט זייער קלאר, נישט אז ביז יעצט האב איך געהאט ספיקות בכלל, אבער דעם אינגערמאן האט גענומען אביסל צייט איינצוזעהן אז מ'רעדט דא פון א גאר סאפיסטיקירטן סקעם, נישט ווי די וואס מ'שמועסט סתם אין ביהמ"ד נאר עפעס וואס איז געטון געווארן מיט גרויס פראפעשענעליזם.

דער אינגערמאן האט נעבעך פארלוירן קרוב צו 20 אלפים, פון א קאסע וואס דעקט זיך קוים די וועכנטליכע הוצאות, און איך האף אז מ'וועט אים קענען העלפן זיך ארויסצוזעהן ווי שנעלער פון דעם פלאנטער בעז"ה.

ביזדערווייל האלט ער אן דעם קשר מיט די סקעממער'ס ער האט זיי נאך נישט מודיע געווען אז ער ווייסט שוין וואס זיי זענען, ער שפילט נאיוו, ער זאגט אז ער ארבייט צו שאפן די איבעריגע "קליינגעלט" וואס מ'דארף נאך און אזוי ווייטער.

ער טוט דאס ווייל מיר האבן באשלאסן אז אויב וועט מען געוואויר ווערן פון עפעס בריליאנטענע געדאנקען וויאזוי צו ענטפערן דעם כסיל כאוולתו, ווי מאנכע האבן שוין באוויזן מיטן קאנטער שפיל פון "סקעם די סקעממער'ס", וואס דאס הייסט אז מ'מאכט א געניטן ארבייט פון איבערווייזן דעם סקעמער אז דא איז דא א פיל גרעסערער געלעגנהייט ווי די פאר דאללער וואס זיי האבן שוין באקומען, און מ'קען דא מאכן אויף דעם פישל אסאך מער געלט.

און אויב וועט געלונגען אזא שפיל, גייט עס בערך אזוי, אז מ'דארף צוריק דאס געלט אדער א חלק פונעם געלט פאר עפעס וואס די סקעממער'ס גלייבן אז עס לוינט זיך (דאס איז נאך שווער אויסצוטרעפן, און איך פרוביר צו הערן פון לייענער'ס געוויסע געדאנקען דערויף) און אפשר וועט זיי יא געלונגען איבערצורעדן צוריק צו שיקן א חלק פון דעם געלט אדער דאס גאנצע גאר.

איך ווייס אז איר קוקט מיך אן מאדנע פארן טראכטן אזוי, אבער מיינט נישט אז איך האלט אז דא איז דא א גרויסער פראצענט שאנס, אבער ווען א מענטש איז אין אזא מצב איז וויכטיג צו טראכטן פון סיי וועלכע שאנסן בפרט אז ס'קאסט נישט קיין געלט.

איך קען באשטיין אויסצושמועסן די מהלכים דא ברבים, כאטש וואס איך ווייס נישט ווער די חשוב'ע לייענער זענען און אויב די נייגיריער רויבער ליינען דעם שטובל וועט נישט טויגן זיי זאלן זעהן אלע פלענער, אבער איך האב אנגעפרעגט ביי די רעדאקציע, און ביזדערווייל האט נישט דער שטובל קיין מעמבערס דארט, וועל איך מיך פארלאזן אז זיי ליינען עס נישט.

דער פלאן פאראויס גייט גיין בערך אזוי:

(און איך וויל נאכאמאל בעטן אויב איז דא סיי ווער פון די ליינער וואס איז אן עקספערט אדער ווייסט פון אן עקספערט אין סקעם די סקעממער'ס, מיר מודיע זיין אין פריוואט, איך טוה דאס נישט פאר מיר, נאר פארן ציבור און צו העלפן דעם אינגערמאן, ווי מער איך וועל קענען איבערגעבן דא אלס מער מענטשן וועלן געהאלפן ווערן. לאזט מיך וויסן אויב איר ווייסט מער)

דער אינגערמאן גייט זיי לאזן וויסן אז ער וויל שטארק אנהאלטן דעם קאנטראקט אויף דעם דיעל, און אז ער איז גרייט אויף אלעם, אפי' צו געבן מער געלט. ער מוז נאר האבן נאך אביסל צייט.

אבער דא גייט זיך טוישן דער ניגון אז די סיבה פארוואס ער וויל מער צייט איז ווייל ער האט געטראפן אן אינוועסטאר, וואס איז מורא'דיג איבערגענומען פון דעם גרויסן ריוח וואס שטייט דא פאר, ער האט איבערגעקוקט אלע פאפירן און ער איז קאנפידענט אז ער קען דא פארדינען מיליאנען.

דער גרויסער אינוועסטאר גייט האבן א נאמען, א קאמפעני נאמען, און נאך פארשידענע אינפארמאציע וואס וועט מאכן אויסזעהן דעם אינוועסטאר אלס א גאר גוטער קאנדידאט פאר א ריזיגן וואלפיש פאנג פאר די סקעממער'ס.

דער גרויסער אינוועסטאר איז אבער אינטערסירט צו וויסן אויך צו עס זענען דא מער אזוינע דיעלס אויפן טיש, צו דאס איז נאר איינס אין א יובל.

ווייל אויב מאכט זיך מערערע, וויל ער אינוועסטירן אין א קאנטאקט וואס זאל ממש זיין געבינדן צו אים לעגאל אים צו ברענגען אזוינע ביינדלעך, און ער איז גרייט צו באצאלן פאר אזא מענטש א הון רב אויפן יאר, מיט א תנאי אז ער באקומט עקסקלוסיוו צו די געשעפטן.

איך האף אז דא וועט זיך אנהוייבן א געוויסע פארהאנדלען שפיל, (וויסנדיג אז זיי גייען נאר פארן "דעפאזיט" וויבאלד דארט איז ווי זיי מאכן דעם געלט פאר מ'ווערט געוואויר אז זיי זענען סקעממער'ס) און מיר וועלן פרובירן זייער שטארק צו פארהאנדלען אויפן דעפאזיט.

דער אינגערמאן וועט ביזדערווייל זיין דער מיטל מאן צווישן די ניגעריע רויבער און דעם אינוועסטאר, ער וועט ברענגען כסדר'דיגע קאפי'ס פון די אימעילס וואס ער באקומט, פארשטייט זיך מיט אן אויסגעמעקטן אימעיל אדרעסס פון דעם אינוועסטער.

ער וועט מסביר זיין אז ער גייט זיך דארפן טרעפן מיטן אינוועסטאר, און ער האט א פראבלעם מיט שאפן געלט צו מאכן דעם ערשטן רושם אויפן אינוועסטער, צו זיי קענען אים העלפן מיט אפאר "געדאנקען" וויאזוי דאס צו מאכן, נישט צו פארלירן דעם אינוועסטאר. (פארשטייט זיך אז ער וועט בעטן געדאנקען, אבער די ציהל גייט זיין געלט)

דער אינוועסטאר גייט בעטן אז ער וויל זעהן דעם אפיס פון אונזער אינגערמאן צו זעהן צו ס'איז א ביזנעס וואו אים לוינט צו אינוועסטירן.

דער אינגערמאן וועט באקומען שנעל פון ריעל עסטעיט אגענטן געדאנקען צו דינגען א שיינעם אפיס פאר א חודש צוויי, און אויך פון פורניטשער קאמפעני'ס שנעל צו קענען אויסשטאטן און מאכן א שטיקל רושם ווי א סוקסעספולער בעה"ב.

די האפענונג איז אז מ'וועט קענען מאכן די נייגעריער רויבער אינוועסטירן אין דעם איינמאליגן אפיס און ביזנעס, כדי צו אריינכאפן דעם גרויסן העכטל.

דער שפיל וועט ווערן אנגעגרייט פון פאראויס מיט אלע דעטאלן, ממש ווי די רויבער אליינס טוען, און האפנטליך מיט א שמוץ אריבער מיט א אידישן קאפ.

איך רעד מיך נישט איין אז ס'איז דא גרויסע שאנסן דא, אבער ווילאנג מ'רעדט פון באשאפן א חלום וואס האט אפשר די מעגליכקייט צו אנרייצן די באנדיטן און ברענגען אפשר אפשר צו ברעכן זייער שטארקייט און יא צוריק געבן א חלק אדער די גאנצע געלט, וועלן מיר עס פרובירן צו טון עד הסוף, און האלטן די חשוב'ע ליינער אינפארמירט.

אה, און פאר איך פארגעס, מיר זוכן שפילערס! אויב זענט איר איינער וואס וואלט הנאה געהאט צו האבן א חלק אין דעם שפיל, און איר האט סיי וועלכע טאלאנט אין דעם ענין. שיקט מיר א פריוואטע מעסעדזש, און מיר וועלן פרובירן צו נעמען די בעסטע אי"ה צו עקטן אויף דעם שפיל, אן דערנאך אויב וועלן מיר האבן סיי וועלכע סוקסעס, אדער אפי' אויב ס'וועט נאר זיין א שיינע מעשה וואס האט געוויסע קלענערע סוקסעסן, וועלן מיר צוזאמען דאס קענען אויסשמועסן דא מיטן ציבור.

מיר זוכן שפילער'ס וואס קענען די פאלגענדע:

העלפן מיט אויפסעטן א שיינעם וועבזייטל פאר אן אינוועסטאר וואס איז א ווענטשור קעפיטאל אינוועסטאר, מיט א געוויסע ביאגראפיע און היסטאריע.

מאכן טעלעפאן נומערן מיט ריכטיג אויסזעהענדע אויטאמאטישע מעסעדזשעס וואס זאל עס מאכן אויסזעהן אריגינעל.

אפי' אויב איינער איז גאר גוט אין מאכן א שטימע און שפראך איינדרוק אויפן טעלעפאן און רעדן ווי א גרויסער צעלייגער קען אויך צונוץ קומען.

רופט אייך אן ווארים, און ווערט א חלק פון די נעקסטע "חול המועד שפיללער" ביי כלל ישראל.

מיר וועלן צוריק קומען צו די נושא נאר ווען עס וועט זיך שאפן נייעס אין די געשיכטע, ביזדערווייל לאמיר ענדיגן מיט א ברכה אז דער איד און אלע וואס זענען בא'גנב'ט געווארן זאלן אויפגעראכטן ווערן, און האפנטליך וועלן מיר קענען זיין גוטע שלוחים צו העלפן מיט וואס שייך.

האט א גוטן שבת.