יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ ראט און טאט
ארטיקלען

פרשת נשא תשפ"ד

ראט און טאט · "דער שטיבל" · שנת תשפ"ד

פאריגע וואך האב איך פארציילט א מעשה מיטן אינגערמאן וואס איז געווארן גע'סקעמ'ט, און איך האב געזאגט אז איך וועל אינפארמירן די לייענער איבער די דעוועלאפמענטס, און פארשטייט זיך אביסל שמועסן איבער דעם ענין וואס איז נוגע צו וויסן איבער דעם.

על של עתה בין איך נאך אלס ביי די מיינונג אז די סקעמערס האבן אים באגנב'ט מיט 16 טויזנט דאללער, און די וואך האב איך שוין געהערט אז ס'קען גאר זיין מ'רעדט פון מער.

דער אינגערמאן האט נישט קיין סאך געלט, ער האט זיך פאר'חובות'ט פאר דעם עשירות נעבעך, און דער אייבערשטער זאל ממלא זיין דעם חסרון.

שמועסנדיג מיט דעם אינגערמאן וועלכער איז א למדן און א ווארימער איד, האט ער מיר געזאגט א באקאנט ווארט וואס איז כדי אויפצוברענגען, איך געדענק נישט זיכער פון וועלכע פון די ספרים הק' ער האט עס מיר איבער געזאגט, אבער געהערט האבן מיר שוין אלע דעם געדאנק, אז אמאל ווען דער אויבערשטער וויל איינעם געבן א שנעלקע, וועט ער ברוב רחמיו וחסדיו מאכן ער זאל מיינען ער האט עפעס פארדינט, און צום סוף ווען ער האט דאס נישט פארדינט איז דאס כאילו א פארלוסט, און מיט דעם קומט ער אפ א ריכטיגן עונש פון פארלירן.

אבער ווען דער מענטש טראכט גוט אז ער האט קיינמאל נישט געהאט דעם געווינס וועט ער זיך פרייען אז זיין פארלוסט איז נאר געווען טעאריש. טראץ וואס ביי אונזער פאל רעדט מען פון ערנסטע געלט שאדן אבער דער אינגערמאן האט מיר ארויסגעברענגט אז ער דאנקט דעם אויבערשטן אז ער האט זיך שנעל געכאפט און אז ער האט נישט אויפגעגעבן זיין טאג דזשאב פאר דעם חלום.

אלזא צוריק צו די נושא פארוואס איך האב געברענגט די געשיכטעלע אהער און וואס מ'קען לערנען אין די פרשה.

די ערשטע נקודה:

מ'זעהט אזויפיל מאל קלוגע באזעסענע ביזנעס לייט אריינפאלן אין אזוינע נעצן, צו זאל עס זיין טאקע פון סקעמער'ס, אדער אפי' ביי סתם ביזנעס ווען מ'ווערט אריינגעדרייט אין א שווינדל ל"ע און מ'קען זיך נישט ארויסזעהן מיט גאנצע גלידער.

מענטשן פרעגן, וויאזוי האסטו פארזעהן? וויאזוי האסטו נישט דערשפירט אז דא רעדט מען פון א שווינדל?

איינס פון די אלטע כללים אין לעבן איז אז ווען ס'זעהט אויס צו זיין צו גוט צו זיין אמת, איז עס געוויינליך טאקע צו גוט צו זיין אמת, און עס דארף בדיקה מבית ומבחוץ, אלזא וויאזוי ביזטו קלוגער אינוועסטאר אריינגעפאלן.

פארשטייט זיך אז ווען מ'רעדט פון איינעם וואס איז נאך נישט אזוי אויסגעקאכט אין ביזנעס איז די קשי' נישט אזוי ווייט אלס א תמי' נאר מער אין א טאן פון א לעקציע, דא האסטו דיין רבי געלט אז מ'לאזט זיך נישט פאר'נער'ן.

אבער ס'וויכטיג צו פארשטיין וויאזוי די סקעמער'ס ארבייטן, צו קענען באמת פארשטיין אז נישט קיין חילוק ווי קלוג א מענטש איז, קען ער דורכפאלן אויב געדענקט ער נישט דעם פאלגענדן כלל.

אינוועסטירן דארף געטון ווערן מיט מח און מיט הארץ. אבער די הארץ איז קודם, ווייל דער מענטש דארף האבן אודאי דעם געפיהל צו דעם עסק אז ער וויל דארט אינוועסטירן, און דער מח איז נאכדעם. דער מכריע פארן אונטערשרייבן א קאנטראקט דארף זיין דער מח נישט דער הארץ.

מענטשן מיינען אז די סקעמערס זיצן ביי א קאמפיוטער און שפילן זיך מיט אימעילס, שיקן ארויס א נעצל און ווארטן אויף א פישל, און נאכדעם ענטפערן זיי כפי ראות עיניהם, און אזוי פירט זיך עס ביז זיי פארדינען א גניבה'לע אמאל מער און אמאל ווייניגער.

עס איז נישט אזוי, זיי זיצן ווי געהעריגע ביזנעס לייט ביים רינדיגן טיש און פלאנירן אויס יעדע דעטאל פון דעם שווינדל. בדרך כלל ווערט אראפגעשטעלט א "סטארי ליין" דאס מיינט זיי שרייבן א פיקטיווע מעשה, וואו יעדער פון זיי באקומט א ראלע, יעדער ווייסט וואס די מעשה דארף צו זיין און וועלכע ראלע ער דארף שפילן און אזוי ווייטער.

נאך מער, עס ווערט אריינגעלייגט אין די מעשה אלע דעטאלן, ווי למשל דער וואס שפילט מענעדזשער וועט נעמען א מכלומרש'טן וואקאציע מיטוואך, דער וואס שפילט פינאנציר פארט אוועק אויף א ביזנעס טריפ פאר דריי טעג און אזוי ווייטער, כאטש וואס סך הכל רעדט מען פון אפגעשליסענע ארימע נייגערי'ע שלעפערס וואס קויפן זיך שיך איינמאל אין א שמיטה, אבער אויפן פלעי וואס זיי עקטן ווייסט יעדער פונקטליך וואס ער שפילט, און ווען ער שפילט.

דער קרבן ווערט געטראפן דורך די ערשטע אויפן סצענע, זיי האבן ארבייט וואס זיי קענען זייער גוט, מ'זוכט פאר איינס פון צוויי זאכן, און בעסער איז ווען מ'טרעפט ביידע. די ערשטע זאך איז "וואלאנערעבל" מענטשן. דאס הייסט מענטשן וואס זענען שוואך אין ביזנעס, צו ווייל זיי זענען ניי און האבן נאך נישט עקספיריענס, אדער זיי זענען שוין אלט, און נישט רעפינירט אין די נייעסטע טאקטיקן פון גניבה. וואס דערפאר וועלן זיי האבן א גרינגערן פעלד מיט יענעם.

דאס צווייטע וויכטיגע וואס זיי זוכן איז איינער וואס האט געלט, אדער קען האבן צוטריט צו געלט. למשל ווען ס'קומט צו עלטערע קרבנות מיט א רעטייערמענט אקאונט וועלן זיי זיין זייער צופרידן. אדער א נייע ביזנעס מיט קאפיטאל פאר די ביזנעס וואס קומט געווענליך פון לאון'ס אדער אינוועסטמענט געלט, וועלן זיי זיין זייער צופרידן פון דעם אויך.

ווען זיי טרעפן איינעם וואס האט איינס פון די זאכן און יענער כאפט זיך נישט און לאזט זיך אריינשלעפן אין נעץ אריין, מאכט מען א לחיים אין נייגיריע, מ'קלאפט זיך די הענט אויפן העכטל, און די פלעי פאנגט זיך אן, יעדער נעמט פאזיציע צו שפילן זיין ראלע, און דער שפיל איז אין קראפט.

דער קרבן זיצט תמימות'דיג און מיינט אז ער קאמיוניקירט מיט עפעס א מענטשעלע אין די אנדערע זייט וועלט, אבער באמת ווערן זיינע אימעילס און קארעספאנדענס געליינט און געהערט הויך אויפן גרויסן סקרין אין א גרויסן צימער וואו מ'שמועסט פונקטליך אויס די פרטים פון די מעשה וואו מ'האלט. דער אנפירער פון דעם שפיל וועט דערמאנען פאר יעדן וואו מ'האלט אין די געשיכטע און מ'גייט ווייטער.

ס'איז וויכטיג צו פארשטיין דעם חלק וויאזוי דאס ווערט געטון, כדי צו פארשטיין אז ווען איינער פאלט יא אריין אין נעץ איז עס לאו דוקא ווייל ער איז א נער אדער אומגעלונגען, ער איז א קרבן צו א גוט פלאנירטע אטאקע וואס צומאל קען עס געלונגען נעבעך, עס איז פסיכיאלאגישע מלחמה, און ביטער שווער צו געווינען אויב לאזט מען דעם הארץ זיין דער פוסק אחרון.

די סיבה פארן שרייבן די נקודה איז, ווייל איך האב שוין כמה פעמים באמערקט אז נאך דעם וואס א מענטש פאלט אריין אין א סקעם, וועט ער זיך מונע זיין פון גיין בעטן הילף אדער אויסשמועסן די סיטואציע, פשוט ווייל ער שפירט זיך ווי א פארלירער, ער פארשטייט זיך אליינס נישט ער הייבט אן צו פרעגן קשיות אויף זיין איטנעליגענץ, און דא רעדט מען פון קריטישע צייט וואס ווערט פארשווענדעט וואס צו מאל קען מען אפשר נאך ראטעווען עפעס אדער עכ"פ נישט פארלירן מער געלט אדער די פולקאמע אידענטיפיקאציע, אויב ארבעט מען צייטליך. דערפאר איז וויכטיג צו וויסן, אז "אויב האט איר פארלוירן עפעס, מיינט נישט איר זענט א פארלירער" איר זענט דורכגעפאלן, און קלוגע מענטשן פאלן אויך אמאל דורך. גיי נעם הילף שוין יעצט פאר ס'איז שפעט.

נאך א נקודה אין די זייט פארוואס מענטשן גייען נישט פאר הילף אין אזא קריטישע צייט, איז ליידער דער מציאות אז דאס הערצעלע גיבט נישט אויף זיין פירערשאפט פאזיציע ביז ער איז צעהאקט אויף שטיקער. ער וויל זיך נאך איינרעדן אז דער גאלדענער חלום איז נאך א רעאליטעט, און ער וויל נישט הערן דעם אמת.

יא, איך ווייס אז ס'זעהט אויס נישט צו דער זאך, אבער דאס איז דער מציאות, ער קען באשטיין זיך צו בלאפן אליינס כדי נישט אויפצו-וועקן זיך פון דעם חלום. אזוי ווי דער איד וואס קוקט נישט נאך די לאטערי נומערן ווייל ער וויל נישט זיין חלום זאל אויסרינען אזוי שנעל.

לאמיר אויך פארשטיין אז די סקעמער ביזנעס איז נישט אלס דאס זעלבע, און דאס ברענגט א גרויסן טעות וואס מאכט מענטשן דורכפאלן.

די אנגענומענע און באקאנטע סקעם'ס זענען ווען מ'באקומט א טעלעפאן קאלל אדער א טעקסט וואס בעט אינפארמאציע, אדער צווינגט צו באצאלן אין קריפטא געלט און אזוי ווייטער.

די סקעם'ס זענען פאר די ניי קומער'ס די וואס לערנען זיך נאך די סקעם ביזנעס, זיי האבן א טעלעמארקעטינג סקעם ביזנעס, מ'רופט טויזנטער מענטשן, מ'פרובירט זיי צו האלטן אויפן טעלעפאן פאר מער ווי 7 סעקונדען, און דער וואס לאזט זיך, ווערט גראד טרענספערירט צו עקספערט וואס ווייסט שוין בעסער וואס צו טון ווייטער.

אויב יענער איז גליקליך און האקט אראפ פאר די 7 סעקונדן איז עס כאילו לא הייתי פורטם גארנישט איז געשען, די פראבלעם פאר דעם קרבן איז ווען ער לאזט זיך אריין אין א שמועס און ער וויל נאר הערן וואס זיי האבן צו זאגן, און אזוי באגנבנ'ן זיי די פשוטי המון עם מיט רבבות.

די צווייטע לעוול אדער העכערע לעוול סקעמערס זענען די וואס איך האב אויבנדערמאנט. זיי זענען מיט די רעקלעך און שניפסלעך (אזוי שפילן זיי, באמת זענען זיי די זעלבע אפגעשליסן) און זיי קענען די פאך טיעף און זייער פסיכיאלאגיש. זיי שפילן דעם שפיל וואס איז פארגעברייט פאר זיי כשלחן ערוך.

נעקסטע וואך וועל מיר אי"ה פרובירן צו גיין ווייטער מיט נקודות וויאזוי צו פארמיידן און וואס צו וויסן איבער סקעמערס.

ומכאן הקריאה יוצא:

איך בין נישט קיין עקספערט אין סקעמינג, און איך וואלט זייער געבעטן אויב לייענערס קענען מיר אריינשיקן סיי וועלכע אינפארמאציע צו העלפן א איד וואס איז דורכגעפאלן, סיי צו קענען מיטטיילן מיט די לייענער און סיי צו קענען העלפן דעם ספעציפישן איד למצוה גדולה יחשב.