יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ ראט און טאט
ארטיקלען

פרשת במדבר תשפ"ד

ראט און טאט · "דער שטיבל" · שנת תשפ"ד

די וואך גייען מיר בארירן א נייע נושא, עפעס וואס איז נישט געווען אויף מיין סקעדזשועל ליסטע צו רעדן אצינד, אבער היות איך האלט יעצט בשעת’ן שרייבן די שורות, אינמיטן מיטהאלטן ווי אזא געשיכטע קאכט זיך אויס, וועל איך פארקירעווען דעם שמועס און רעדן אביסל איבער דעם נושא פון סקעמס און פראפעסיאנאלע שווינדלערייען אין די ביזנעס וועלט, וואס קען שאדן מאכן גרויסע געלטער פאר די וועלכע פאלן אריין דערין.

איז לאמיר אנהייבן מיט’ן יעצטיגן געשיכטע, און אזוי אריינגיין אביסל אין דעם נושא.

איך האב א חבר, א גאר געלונגענער אינגערמאן, וועלכע האט זיך אביסל געמוטשעט אויף פרנסה.

דערציילט ער מיר איין טאג לעצטנס מיט עקסטאז אז פון הימל האט מען אים צוגעשיקט עפעס, וואס ממש ער זעט זיך אין א פרישע גאלדענע עפאכע פון עשירות.

ער דערציילט מיר אז ער האט עפעס רעגיסטרירט צו קענען טון אימפארט און עקספארט, קיין גרויסער מבין דערין בין איך נישט, אבער איך הער וואס ער דערציילט, עפעס א רעגיסטראציע האט ער געמאכט, און ס’קוקט אויס ווי ס’גייט פארן גוט דא.

איך בין מער ווי צופרידן צו הערן אזאנס, און ער דערציילט ווייטער אז איינס פון די פלעצער וואו מען פארדינט געלט אין דעם אינדוסטריע איז עפעס אויף א געוויסע וועבזייטל וואו מען קען טרעפן קשרים און דיעלס, און צושטעלן פאר מענטשן דעם סערוויס וואס מען קען דערפון לייזן שיין.

דערציילט ער מיר מיט פארגלייזטע אויגן אז דארט האט אים די גליק באטראפן, אויף יענעם פלאטפארמע האט אים געקאנטעקט עמיצער מיט גרויסע קשרים און פארצווייגטע ביזנעסער, יענער האט אים אראפגערופן פונעם פלאטפארמע צו אפערירן ענדערש פריוואט מיט אויסטוישן אינדרויסן פונעם פלאטפארמע צוליב וואס אנגעבליך וועלן די טערמינען אויפן פלאטפארמע זיין א שטער דא צו פארדינען נאך גרעסערע געלטער.

יענער האט אים פארגעלייגט א געשעפט, עפעס ממש ריזיג, מען רעדט פון צושטעלן סערוויס פאר א גרויסע רעגירונג אפיליאירטע פירמע, וואס בלויז זיין קאמישאן וועט זיין ארום 3 מיליאן דאלאר!

ממש עשירות! איבערנאכט!

דער אינגערמאן איז גראדע א קלוגער, ער איז נישט גלייך געשפרונגען, נאר ארומגענומען דעם אפפער פון אלע זייטן און ס’האט אים געמאכט סענס; מ’רעדט פון רעגירונג אפיליאירטע געשעפטן, יעדער פרובירט ארויסצונעמען א מוציא דערפון, דערפאר טראגט אים זיין קאנטאקט מאן צו א צווייטן, יענער צו א דריטן וואס איז א גאר גרויסער קנאקער, און יענער ברענגט צושטאנד דער דיעל.

איך פארשטיי נישט צו גוט דעם אינדוסטריע, אבער אזויפיל פארשטיי איך יא, אז עפעס שמעקט נישט גוט דא.

איך הייב אן פרעגן דעם אינגערמאן מער דעטאלן, הער איך אז מ’רעדט גאר פון געשעפטן אינעם לאנד נייגעריע, א לאנד וואס איז א נעסט פאר שווינדלער. דאס האט מיר באלד געקלינגען אן אלארם אין קאפ, אבער דער אינגערמאן דערציילט מיר אז ער האנדלט נישט דא מיט אומציוויליזירטע לייט, נאר מיט די נייגעריע גאווערמענט!

ער פארציילט מיר אז דער בראוקער וואס האט אים געטראפן האט אים באהאפטן צו העכערע און דאן צו נאך העכערע, ער האט אפילו געטון ריסוירטש און געזען אז ער האנדלט מיט א לעגעטימע רעגירונגס זייטל, און נאכמער, ער הערט פון אלע "רעגירונג באאמטע" אינעם דיעל ווי פרייליך זיי זענען פאר דעם דיעל ווייל זיי אלע פרובירן צו באקומען זייער קיקבעק דערפון, און אין קורצן די נייגעריע רעגירונגס לייט מיט דער אינגערמאן גייען ווערן רייך.

ער דערציילט מיר ווייטער אז דער הויכער קנאקער אין די דארטיגע רעגירונג, דער וואס דארף למעשה אויספירן דעם דיעל, האט אים אפילו געשיקט אן אימעיל מיט זיין פריוואטע אימעיל, אים צו צייגן ווי לעגיטים די זאך איז, און ער האט אים זאגאר מיטגעשיקט זיין איידי קארטל צו באשטעטיגן אז ער איז דאס טאקע.

דאס האט זיך שוין געהערט גאר מאדנע, און ביי דעם פונקט האב איך פארלוירן יעדן ספק אז מען רעדט דא פון א שווינדל. א רעגירונגס מאן שיקט זיין איידי ווייל ער דארף זייער וויכטיג א דיעל מיט א אינגערמאן פון ברוקלין; 3 מיליאן דאלאר אין א בליץ דיעל פאר עמיצן וואס האט ניטאמאל ערפארונג אין דעם פעלד; און נאך נייגעריע, ס’שמעקט נישט גוט.

דאן האב איך אים געבעטן ער זאל מיר ווייזן די אימעיל אויסטוישן מיט די חברה. ער האט מיר עס געוויזן, איך זע טאקע אז די אימעיל אדרעסן קוקן אויס צו זיין זייער אפיציעל און לעגיטים, אבער מיטאמאל באמערק איך אז די אויספיר בוכשטאבן פון די אימעיל אדרעסן זענען אביסל ארומגעטוישט און נישט די וועג וויאזוי עס דארף זיין.

דאס האט אבער נאך אויך נישט אלארמירט דעם אינגערמאן, זיי האבן דאך אים קלאר געזאגט אז זיי גייען דא אביסל אונטער’ן טיש כדי אויך צו קענען ארויסנעמען אפאר דאלאר, איז דאך פארשטענדליך אז זיי נוצן אנדערע אימעיל אדרעסן.

דאן ווייזט ער מיר דעם אימעיל פונעם הויכראגיגן רעגירונגס באאמטער, דא בין איך שיין ניטאמאל שאקירט געווארן צו זען א פשוט’ע "דזשימעיל" אקאונט וואס ווארפט נישט קיין שום ליכט אויף לעגיטימיטעט, אבער ווייטער, מיין חבר איז נישט מורא’דיג איבערגענומען דערפון.

איך וועל מאכן א לאנגע געשיכטע קורץ, עס האט זיך געדרייט א מעשה מיט קאנטראקטן, לייסענס, אגרימענטס, איידי, און נאך, דער אינגערמאן האט זיך שוין געזען העפטיג אקטיוו אינעם דיעל, און מיינע צווייפלנישן דערין האט אים פשוט אויפגערעגט.

זעענדיג אז ער איז היבש אנטשלאסן אין זיין מיינונג, האב איך אים בלויז געזאגט דאס אז איך האף אז ער ווערט דא טאקע רייך, אבער איך מוז אויסדרוקן מיין זארג אז דאס שמעקט פארדעכטיגט.

פרעגט מיר דער אינגערמאן, וואס האב איך צו דערלייגן? סייווי איז אפגעשמועסט געווארן אז איך לייג נישט אויס דא קיין געלט, נאר זיי גייען מיר שיקן געלט צו באשטעלן די סחורה איידער איך באשטעל עס.

האב איך אים ערקלערט אז אמאל קענען זיי בעטן פערזענליכע אינפארמאציע מיט וועלכע זיי מאכן שפעטער א חיים טובים, און אמאל בעטן זיי נאר א רייע קליינע אפצאלונגען ביזן ענדגילטיגן דיעל, וואס אט די געלטער איז פון וואס זיי לעבן. ער זאל פשוט וויסן צו זיין געווארנט.

דא האב איך באמערקט ווי ער ווערט אביסל אומרואיג.

בנוגע זיין אינפארמאציע איז ער נישט באזארגט ווייל ער האט געעפנט א קארפארעישאן מיט וואס מען האנדלט דא, און נישט אויף זיין נאמען דירעקט - עפעס וואס איז לכאורה אויך א טעות און געניטע שווינדלער קענען זיך מיט דעם אויף אן עצה געבן.

אבער בנוגע געלט וואס זיי קענען בעטן, האט ער זיך אנגעהויבן ארומרוקן אומבאקוועם און מיר אנגעהויבן פארציילן אז יא, ער האלט שוין נאכדעם, זיי האבן אים שוין געבעטן עטליכע ”קליינע” אפצאלונגען, זאכן וואס זענען פשוט טייל פונעם פראצעדור, און ער האט עס גערן געצאלט, ווייל וואס איז עס דען קעגן די 3 מיליאן.

איך נייג צו אן אויער צו הערן די "קליינע אפצאלונגען" און עס הייבט זיך אן גאנץ דראמאטיש, 12 אלפים פאר א פראצעדור צו "לעגאליזירן" דעם דיעל, און נאך 4 אלפים צו מאכן א סערטיפיקאט צו קענען טון מסחר אין נייגעריע.

עס הייבט מיר אן גוט ווערן, 12 אלפים פאר וואס?? לעגאליזירן וואס? איר ווייסט וואס 12 אלפים איז אין אזא לאנד ווי נייגעריע? איר קענט לעבן אפאר חדשים ברייט פון 12 אלפים! ווי קומען אזעלכע ציפערן צו פראצעדורן וואס קיינער ווייסט ניטאמאל פארוואס דאס פעלט אויס?

און נאך 4 אלפים פאר א סערטיפיקאט? ווידער, א ריזן ציפער וואס הייבט זיך נישט אן לייגן אויפ'ן שכל.

האלטן מיר ביי 16 אלפים אלעס אינאיינעם, איך ווייס דאך יא אז דער אינגערמאן זיצט נישט מיט קיין איבריגע 16 אלפים, און איך פרעג אים פון וואו ער האט גענומען דאס געלט.

דערציילט ער מיר אז זיין ברודער, וועלכע האלט מיט דעם גרויסן שמחה, האט אים גערן פארבארגט דאס געלט.

איך ערקלער דעם אינגערמאן אז איך מיין ער זאל אראפקומען פון בוים ווילאנג ער קען נאך. יא יא, 16 אלפים פאר א 3 מיליאן דאלאר'דיגע דיעל איז גארנישט, אבער דאס איז געזאגט געווארן ווען דער גרויסער דיעל איז טאקע דא. עפעס וואס קוקט נישט אויס צו זיין דער פאל דא.

אפאר טעג שפעטער קומט דער אינגערמאן נאכאמאל צו מיר אז זיי בעטן יעצט נאך איין אפצאל פון 1,800 דאלאר, און ער טראכט צי ער זאל עס געבן.

פון איין זייט האט ער אנגעהויבן אנערקענען אז מיינע חששות זענען נישט סתם אין די וועלט אריין, אבער פון די צווייטע זייט, זאל ער דען יעצט דערלייגן א 3 מיליאן דאלאר'דיגע דיעל פאר נארישע 1,800 דאלאר?...

אלזא, דער געשיכטע האלט נאך אינמיטן זיך אנטוויקלען. לויט ווי זיי זאגן באקומט ער א וואך ארום די 3 מיליאן דאלאר, און ווי איך האב געזאגט פאר דעם אינגערמאן, איך שרייב אפ דעם געשיכטע איידער עס גייט זיך ענדיגן, הלואי וועל איך נישט זיין גערעכט און דער אינגערמאן וועט טאקע נתעשר ווערן, אבער מיין געפיל זאגט מיר אז ס'איז נישט דא עכט קיין שאנסן.

מיין קאלום איז נישט געשטעלט צו פארציילן סתם געשיכטעס. אבער דער געשיכטע איז עפעס וואס האט מיר זייער שטארק אויפגעוועקט צום וויכטיגקייט פון רעדן וועגן שווינדלערייען.

איך רעד דא איבער א אינגערמאן, אן עכט קלוגע און געלונגענער אינגערמאן, נישט איינער וואס איז דער טיפישער סארט כאראקטער וועמען מען קען איינרעדן חלומות און דמיונות. אבער דאך, קוקט ווי ער איז פארבלענדעט געווארן, אזש אפילו נאך וואס ער איז שוין יא באוואוסטזיניג געווען דערצו, האט ער נאכאלץ נישט געקענט באשליסן צי ער זאל יא אדער נישט צאלן די 1,800 דאלאר, און צי ער זאל לאזן אזא גרויסע דיעל צעפאלן פאר אזעלכע קליינגעלט.

מיר וועלן קומענדיגע וואך אריינגיין אביסל מער אין דעם נושא, און באטראכטן טאקע דעם געשיכטע ספעציפיש און זען וואס מען קען ארויסנעמען דערפון וויאזוי זיך צו היטן בס"ד.