יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ ראט און טאט
ארטיקלען

פרשת בחוקותי תשפ"ד

ראט און טאט · "דער שטיבל" · שנת תשפ"ד

פארגאנגענע וואך האב מיר אביסל געשמועסט פון דעם ענין פון אנערקענונג אן רעקאגנישן פאר ארבייטער, מיר האבן אביסל ארום גערעדט פון "קנאת סוחרים" וואס מ'פרובירט אמאל אריינצולייגן צווישן די סעילסלייט אדער אנדערע שליסל ארבייטער, אלס א פראוו צו מאכן דעם עולם ארבייטן אויף די העכסטע צילינדערס מיט אלע כוחות.

מיר האבן טאקע געהאט א הערליכן שבת אין ניו יארק לייף מיט אונזערע אגענטן, עס איז געווען גאר געהויבן און רייך ברוחניות ובגשמיות, ווי איך האב ערווענט פארגאנגענע וואך, און איך האב טאקע שטארק מתאמץ געווען אז עס זאל נישט זיין קיין עליטע און סוב עליטע צווישן די אגענטן נאר כולם שווים לטובה, איין גרויסע הערליכע משפחה.

איך מוז דא ברבים דאנקען דעם אויבערשטן פארן האבן די זכי' צו ארבייטן מיט אזא הערליך קאלירפולע און ערליכע קבוצה פון אידן פון אלע קרייזן, עס איז ממש א אויסנאם מציאות צו האבן אזא גרופע פון מוצלחים וואס זאלן צו דער זעלבער צייט זיך העלפן איינר דעם צווייטן, און מ'זאל שפירן ווי מ'פארברענגט מיט יראי ד' חושבי שמו.

דער שבת איז געווען געהויבן און שיין סיי מצד די מענעדזשמענט וואס האט טאקע אריינגעלייגט גרויסע כוחות דערין, אבער מער פון אלעם די אינגרידיענטס פון אזא ציבור פון סלתה ושמנה אידן האט ממש געמאכט דעם שבת פאר א דערהויבענע איבערלעבעניש.

צוריק צו די נושא, איז אבער דא אזא סארט געפיהל ביי ארבייטסגעבער אז כדי צו ארויסנעמען די מאקסימום פון די ארבייטער וועלן זיי מוזן מאכן א סארט קנאת סוחרים, און אמאל טוען זיי עס אויף א שיינעם באשיידענעם אופן, און צומאל אביסל מער אגרעסיוו, וואס ברענגט צומאל אן אומגעזינטן קנאת סוחרים.

עס איז וויכטיג צו געדענקען אז צווישן די פארשידענע סארט מענטשן וואס די פייענטיסטן האבן אידענטיפיצירט, האט יעדער מענטש זיינע דרייווערס, די זאכן וואס פירן אים צו טון צו דער זאך.

למשל: דער רואיגער סאלידער איינגעהאלטענער מענטש זוכט טאקע דאס, רואיגקייט און צופרידנקייט, און דאס וועט אים שטופן צו טון כל מה שביכלתו דאס צו עררייכן, און ווען דער בעה"ב וועט אים אנווייזן אן עקזעמפל אדער אמהלך וואס פירט צו אט דעם ציהל וועט ער נוצן זיינע כוחות ריכטיג.

ווידער איז דא דער לעבעדיגער אדער אפי' ווילדערער כאראקטער וואס האט ליב דראמא און לעבהאפט, ער וועט אלס זוכן ס'זאל זיין הויכע טענער, און יא גוט אדער נישט גוט איז דאס זיין מציאות, ער וועט לויפן שנעל צו דער ארבייט אויב שפירט ער אז דער צורך וואס ער האט פאר עקשאן וועט אנגעפילט ווערן דורך זיין גוטע ארבייט.

אזוי זענען דא מער דעליקאטע חילוקים פון מענטשן וואס דאס קען מען בדרך כלל נישט טוישן, און עס פעלט אויס הבנה יתירה אין דעם אינטערוויו פראצעדור ווען מ'נעמט אויף א מענטש צו וויסן וואס דער מענטש איז און וואס מאכט אים לויפן.

דער מענטש איז געבוירן מיט מדות, און צומאל נישט מיט די בעסטע, ער מוז דערויף ארבייטן אויף דער וועלט, די מדות זענען געמאכט צום נוצן, יעדע שלעכטע מדה קען ווערן גענוצט צום גוטן, דעריבער ווען אן ארבייטער האט אין זיך די מדה פון קנאה ער איז מקנא הצלחה, קען מען עס נוצן צום גוטן, אז עס זאל נישט ברענגען קיין בייז בלוט אדער האסטיל אטמאספערע אין די ביזנעס, נאר ברענגען דעם קנאת סוחרים צו זיין א קנאת סופרים.

און דא קומט אריין "ליעדערשיפ", דער מענעדזשער אדער בעה"ב דארף באמת קענען מאכן די לופט, אז ווען מיר איינערקענען א געוויסע עררייכונג פון א מיטארבייטער זאל עס האבן א פאזיטיווע אימפעקט אויף די איבעריגע.

וויאזוי טוט מען דאס?

יסודות'דיג מיט איין ווארט איז די חילוק וואו מ'לייגט די מעסטער. דאס הייסט אז אנשטאט צו מעסטן איין ארבייטער קעגן דעם צווייטן ווען מ'וויל ארויסברענגען סוקסעס, זאל מען לייגן די מעסטער אין די אינדוסטריע אדער אין דעם מענטש'ס אייגענע עררייכונגען.

לאמיר געבן א משל.

למשל אויב די קאמפאני פארקויפט עפל, און ווער ס'פארקויפט די מערסטע עפל דער באקומט א געוויסע אנערקענונג און ווערט שטארק אויסגערימט וכדו',

דער מענעדזשער קען זיך אויפשטעלן און זאגן: ראובן האט געווינען דעם פארמעסט פון די מערסטע עפל, ער איז מער פון שמעון מיט אזויפיל, און פון לוי מיט אזויפיל. וכו'. (פארשטייט זיך אז עס זענען דא טויזנט ערליי וועגן וויאזוי דאס ווערט געזאגט, אבער דער געדאנק איז די זעלבע)

אדער קען ער זאגן: ראובן האט געווינען דעם פארמעסט מיטן פארקויפן כך וכך עפל, וואס דאס איז זייער א גרויסער עררייכונג אין אונזער אינדוסטריע, ווי ס'קענען מעיד זיין אונזערע סוקסעספולע ארבייטער וועלכע פארשטייען ווי שווער עס איז אמאל צו פארקויפן אפי' ווייניגער עפל, און דערפאר אנערקענען מיר זיין שווערע ארבייט און מיר פרייען זיך מיט זיין הצלחה.

פארשטייט זיך אז ווען מ'מעסט דעם סוקסעס אויפן רוקן פון די אנדערע ארבייטער וועט עס פאראורזאכן א קנאת סוחרים וואס איז אומגעזונט ווייניג געזאגט. אבער ווען מ'קען אין די זעלבע צייט קאמפלימענטירן די שווערע ארבייט פון די אנדערע ארבייטער תוך כדי דיבור, ברענגט עס אז די איבעריגע ארבייטער שפירן זיך ווי זיי זענען גאר אויפן זייט פון דעם מענעדזשער מיטן העלפן געבן די אנערקענונג, און עס מאכט זיי שפירן וויכטיגער ווי סתם אן עפל פארקויפער.

נאכדעם זענען פארהאן פרטים ופרטי פרטים אין האלטן אן אטמאספערע געזונט ווען ס'קומט צו רעקאגנישן.

איך האב אמאל מיטגעהאלטן מיט א קאמפאני וואס האט גענומען די סעילסלייט פאר א שיינעם שבת ערגעץ וואו אלס א שיינע אנערקענונג פאר זייער ארבייט.

פארשטייט זיך אז עס זענען געווען ווער ס'האט קוואליפיצירט צו קומען ממש צום פינטל געכאפט דעם שיף פארן פארלאזן דעם בארטן. ווי אויך זענען געווען אזוינע וואס האבן קוואליפיצירט מיט גאר הויכע נומערן און זיי זענען געווען שוין קוואליפיצירט סאך פאר מ'האט געענדיגט דעם סעזאן.

ביים שבת אליינס, האט מען געטיילט עליות און כיבודים, ווי אויך די שטובער און אנדערע חלקים, אפי' די זיצן ביים שבת טיש וכדו' לויט די דרגא פון סוקסעס וואס די סעילסלייט האבן געהאט.

איך רעד שוין נישט פון דעם אז די וואס זענען געווען אין די קלענערע דרגא וואס וואלטן דאך אפיציעל געדארפט אוועק גיין פון אזא שבת דערהויבן און זיך שפירן מורא'דיג גוט מיטן באקומען אזא שיינעם שבת זענען אהיים צעבראכן און צעקלאפט, פארשטייט זיך אז די ווייבער וועלכע ווילן דאך נאר זעהן אז זייערע מענער ווערן באגריסט פאר זייער הצלחה זענען אויך געווען אומצופרידן.

אבער אפי' די וואס זענען געווען ביים שפיץ, די עליטע פון די גרופע וואס מ'האט געגעבן כבוד מלכים דארט, האבן אויך ע"פ רוב זיך געשפירט אין א גאר אומבאקוועמע מצב, און ווי מ'זאל זיי אריינצווינגען צו עקטן און זיך פירן מיט א גאוה וואס זיי האבן נישט געדארפט אדער געברויכט. זיי ווילן זיין א חלק פון דעם אטמאספערע און נישט זיין אנדערש פון די סביבה.

יא, מ'עג באגריסן סוקסעס, אבער ניין, מ'טאר נישט מאכן אויף אן אופן וואס עס רייט אויף אנדערע, עס ברענגט פשוט נישט קיין גוטע רעזולטאטן.

אלזא, ווען דו גיבסט עפעס פאר די ארבייטער, אפי' טאמער ס'איז צעטיילט אין פארשידענע לעוולס פון הצלחה, אבער די וואס זענען אין זעלבן לעוול, דארף מען אכט געבן זאלן אלע שפירן אייניג איינערקענט. לאז די ארבייטער אליינס צווישן זיך זעהן וויאזוי זיי ווילן ווייטער מצליח זיין און וועם זיי ווילן נאכמאכן וכדו' שטופ נישט קיינעם מער ווי דעם צווייטן.

איך ווייס אז געוויסע בעלי בתים וועלן נישט מודה זיין צו דעם, און זיי וועלן רעאגירן צו מיינע ווערטער מיט: פארפאלן, מ'מוז עס טון, דאס מאכט מענטשן שפרינגען פון די הויט און דאס ברענגט געלט".

וויל איך זיי זאגן אז עס וואלט כדי געווען אינטער צו לייגן אונטערהער אפאראטן אין דעם לאנטש צימער אדער אין דעם סנעק ווינקל און הערן די שמועסערייען וואס די ארבייטער האבן ווען דו הערסט נישט, און דאן קומט צוריק צום שטובל און זוכט אויף מיין נומער און זאגט מיר אז איך בין געווען גערעכט. איך וועל ווארטן...

איר געדענקט נאך פון חדר ווען עס האט זיך געמאכט אז דער מלמד האט געהאט א מיוחס? (איך ווייס נישט אויב היינט איז נאך דא דער דערהער, אבער אמאל איז עס געווען עפעס וואס מ'האט געהערט אסאך)

צומאל איז דער מיוחס געווען א קינד וואס האט באמת זיך ערהאבן זיין יחוס מיט קראנטע און אויסגעצייכנטע עררייכונגען, ער איז געווען דער מצויין סיי ביים לערנען און צומאל אפי' מיט מדות.

עכ"ז וועט מיר יעדער מודה זיין אז קיין תועלת פאר די קינדער אין חדר איז דאס נישט געווען. און אפי' פאר דעם מיוחס אליינס איז עס נישט געווען קיין תועלת, און לויט ווי מיין זכרון ארבייט איז עס געווען פונקט פארקערט עס האט זייער געשאדט.

ווייל דאס איז נישט קנאת סופרים, דאס איז קנאה וואס חז"ל באצייכענען אז ס'איז מוציא את האדם מן העולם.

צום סיום:

איינער האט געלאזט א מעסעדזש אז מיר זאלן ענדיגן דעם ארטיקל מיט קורצע סיכומים פון דעם שמועס, און איך האב עס ערנסט גענומען אין באטראכט, אבער פאר דערווייל וויל איך נישט טון אזוי, צוליב דעם כאראקטער פון מיינע ארטיקלען וואס זענען מער חומר למחשבה ווי אקטועלע פונקטליכע אנווייזונגען, און איך מיין אז אויב וועט מען מאכן קורצע סיכומים וועט עס אוועקנעמען דעם לייענער פון דעם עיקר.

אין מיינע ארטיקלען האף איך אז איך בין מצליח אויפצובויען דעם געדאנק וואס מ'ברענגט ארויס צוזאמען מיטן לייענער ווי איידער צו קומען איינטיילן אז אזוי אדער אזוי דארף מען טון, און איך האף אז דער לייענער האט הנאה פון דעם צוגאנג. אבער איך בין אפן צו הערן נאך פארשלאגן און אויב וועט זיין א גרעסערער פארלאנג אויף אזא טויש וועט מען אי"ה דאס אויך טון.

א גוט שבת.