יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ ראט און טאט
ארטיקלען

פרשת בהר תשפ"ד

ראט און טאט · "דער שטיבל" · שנת תשפ"ד

אמאל גלייך איך צו שרייבן מער פון אן אבזערוואציע קוק ווינקל וואס מ'קען אלס זעהן אין טאג טעגליכן מהלך החיים און אז מ'ציהט זיך ארויס א מינוט פון שאכטל און מ'באטראכט פון אויבן דעם סיטואציע זעהט מען אפשר מער ווי ווען מ'אבזערווירט אלס א מיטלעבער.

אלנספאלס איז די וואך געווען ביי מיר גאר פארנומען מיט די הכנות צו א גרויסן שבת פארזאמלונג פאר אונזערע טייערע אגענטן אין די ניו יארק לייף פירמע, וואס מיר טוען דאס יעדעס יאר, ווען מ'נעמט ארויס א גרויס חלק פון די מיטארבייטער אויף א שבת אין אן האטעל צוגעשטעלט פון אלעם גוטן, ווי אויך איינגענעמע אונטערהאלטונג און אזוי ווייטער, ווי עס איז שוין היינט דער סדר אין רוב ביזנעסער וואס האבן א גרעסערן טיעם פון מענטשן וואס זענען די נשמה פון די ביזנעס.

יעדעס יאר ווען איך בין פארנומען מיטן אנגרייטן דעם שבת, טראכט איך איבער די נושא, און איך וויל אלס שרייבן דערוועגן, אבער יעצט ווען איר מיינע חשוב'ע פריינט ליינט טאקע די וועכנטליכע קאלום איז נישט מער ווי רעכט מיט אייך זיך צו רעכענען און ארויסברענגען די נקודות וואס איך שפיר זענען וויכטיג אין די נושא פון "אנערקענונג" פאר ארבייטער און סעילסלייט.

איך פערזענליך בין גאר א שטארקער חסיד פון דעם געדאנק אז מ'זאל מאכן כסדר אזוינע קליינע אדער גרעסערע צוזאמקומען צווישן די סעילסלייט, סיי פאר אנערקענונג און ווי מ'רופט עס "רעקאגנישן" אבער מער פאר דעם געלעגנהייט אז די טיעם זאל זיך טרעפן אין א ווארימע איינגענעמע אטמאספערע, און אנשטאט צו לויפן פארקויפן און זיין פארנומען, זיך קענען אויסשמועסן על דא ועל הא. עס ברענגט געוויינליך גאר גוטע רעזולטאטן.

אבער זייענדיג דער וואס דארף אראנדזשירן און באצאלן פאר די אלע קאסטן, קומט אויס צו רעדן צו די וואס זענען די סופלייערס פאר אזוינע איווענטס, און פאר די מארקעטינג פירמעס וואס לאזן זיך קאסטן גרויס געלט עס צו מאכן גראנדיעז און גרעסער פון דעם לענס אינעם פשוט'ן אויג, ס'זאל זיך שפירן און אויסזעהן ווי עפעס אינדרדויסן פון די וועלט, און בעיקר אז די סעילסלייט זאלן שפירן אז די בעלי בתים לאזן זיך קאסטן גרויסע געלטער זיי צו געבן דעם הנאה פון אזא טריפ אדער שבת וכדו'.

אבער עס זענען פארהאן אפאר וויכטיגע נקודות אויסצושמועסן אין דעם גרויסן הוצאה פון "אנערקענונג" און "מתנות" פאר ארבייטער, וואס גרויסע פירמעס מאכן גאר שעדליכע טעותים אין דעם ענין, און זיי ספענדן למעלה מראש, אבער די רעזולטאטן זענען גאר שוואך אדער גאר אין געוויסע פעלער קאנטער פראדאקטיוו צום ציהל.

לאמיר עס אויסשמועסן.

אנערקענונג בשל עצמו איז נישט קיין גוש, עס איז נישט א זאך וואס מ'קען אנרירן, עס איז נישט קיין טאוול, אדער א מתנה, זילבער, גאלד אדער דימאנטן, עס איז א נשמה! עס איז א געפיהל! עפעס וואס מ'קען נישט געבן איינגעפאקט אין א שיינעם פעקל, אדער שיקן אויף די פאסט.

אנערקענונג איז נישט נאר פון א ביזנעס שטאנדפונקט וויכטיג, אדער פון א מאראלישן פערספעקטיוו ערווארטעט, עס איז א תורה'דיגע אידישע מדה אויך. מ'דארף קענען מכיר טוב זיין פאר א צווייטן טראץ וואס יענער באקומט באצאלט פאר זיין ארבייט שיינע צינזן, איז נאך אלס די מדה פון א איד אז מ'ווייזט ארויס אנערקענונג.

די טעותים וואס ווערן געמאכט אין דעם זענען עטליכע.

1 – דער אומערפאלגרייכער מעסטער.

די פרייז פון דעם "מתנה" אדער אנערקענונג, טאר נישט ווערן דער מעסטער פון די טיעפקייט דערפון. דאס הייסט אז אמאל קען זיין א גרויסע מתנה וואס ווייזט גארנישט און א פשוט'ער גוט ווארט וואס ווייזט אסאך.

איך זאג נישט אז מ'זאל נישט געבן שיינע מתנות, אבער זיכער נישט מאכן דאס פאר די מכריע אין וויפיל אדער ווי גרויס דער אנערקענונג איז.

לאמיר זיך נישט טועה זיין צווישן אנערקענונג און "צוגאב באצלונג" וואס ווערט אנגערופן "באונוס" וואס דאס איז יא עפעס וואס גייט מיט א מדידה וואס מ'מעסט וויפיל דער סעילסמאן האט געברענגט און פארשטייט זיך אז דאס איז זייער נארמאל און העכסט ביזנעסדיג אויסגעהאלטן. יעדער וועט פארשטיין אז פאר הונדערט טויזנט דאללער סעילס, וועט דער באונוס זיין ווייניגער ווי פאר צוויי הונדערט. און כאטש וואס עס האט אין זיך א געוויסע קנייטש פון אנערקענונג אויך, וויבאלד דער סעילסמאן שפירט זיך גוט צו זיין פון די עליטע, איז אבער אויך דא דערמיט א געוויסע שפיר פון "בארעכטיגונג" אדער ווי מ'רופט עס ענטייטלמענט.

דער סעילסמאן שפירט זיך גוט אז ער האט עס באקומען, אבער אויב ער באקומט עס נישט שפירט ער אז מ'האט אים נישט באצאלט פאר די ארבייט, כאטש ער באקומט קאמישאן סיי ווי. וויבאלד עס איז אזוי דער סדר העולם אדער פון די קאמפאני צו געבן דעם באונוס, ווערט דאס שוין א חוב, און בארעכטיגט דעם סעילסמאן צו שפירן באקריוודעט אויב נעמט מען אים דאס צו.

אבער ווי איר פארשטייט אליינס, אז די מינוט וואס דאס איז די מציאות, איז דאס שוין נישט די "אנערקענונג" פון וואס מיר רעדן, עס איז נאך א פארמאט פון באצאלן פאר א מענטש פאר זיין ארבייט.

וואס אין דעם הינזיכט קען מען זיך שוין דינגען צו לוינט זיך מער צו באקומען א טריפ אדער א שיינעם שבת, אדער אפשר גאר לוינט זיך צו באקומען דעם סכום פון די קאסטן אין געלט, און לאז דעם סעילסמאן טון דערמיט וואס ער שפירט פאר וויכטיג.

דאס הייסט אז כדי דער "שבת" אדער טריפ אדער אנדערע מתנה זאל טון וואס עס דארף טון, טאר עס נישט ווערן א סארט התחייבות פון די בעלי בתים נאר א אויסשליסליכער אנערקענוג פאר די ארבייטער.

פארשטייט זיך אז ווען מ'טוט אזא זאך יערליך ווערט עס א חלק פון אן ערווארטעטע אנערקענונג און קען אמאל פארלירן דעם גלאנץ אבער דאס דארף זיין דער ציהל אז עס זאל יא בלייבן א מתנה וואס האט נישט קיין מעסטער אפיציעל פארבינדן מיט די רעזולטאטן פון סעילס.

אין קורצן: אויב די בעלי בתים שטעלן אוועק א סטאנדארט אז די הצלחה פון סעילסמאן באשטימט די "פרייז" אדער גראנדיעזקייט פון דעם מתנה, ברענגט עס צומאל פארקערטע רעזולטאטן, און עס ווערט אן ענטייטלמענט וואס קוילערט זיך אומקאנטראלירט צו קאסטן וואס ברענגען נישט דעם פארדינטן רעקאגנישן וואס מ'דארף ווען געבן.

2 – קנאת סוחרים

אין די משנה לערנען מיר אז קנאה איז פון די זאכן וואס זענען מוציאין את האדם מן העולם, און דאס איז זיכער נישט קיין גוטע זאך.

ווידעראום ביי "קנאת סופרים" זאגן אונז שוין יא חז"ל אז עס איז גאר ווירקזאם, און די סיבה דערפאר איז פשוט, אז קנאה אויף עפעס וואס א מענטש האט אדער האט נישט, איז עפעס וואס ברענגט נישט קיין שום תועלת נאר בייז בלוט און קען ח"ו פירן צום ארגסטן. אבער קנאת סופרים, ביים לערנען און ביי רוחניות איז די קנאה בלויז אויף די פעולה וואס דער מענטש טוט, ער לערנט פלייסיג, ער פירט זיך אויף גוט, עס איז נישט עפעס וואס מ'קען נישט עררייכן, מ'קען עס נאכמאכן אויב מיינט מען עס אמת'דיג, לא בשמים היא, און מ'דארף נישט סתם זיך אנעסן אויף יענעם.

אין ביזנעס איז דאס א קריטישער פינטל ווען עס קומט צו אנערקענונג.

אסאך מאכן דעם טעות פון אריינפירן א "קנאת סוחרים" איבער רעזולטאטן, מ'הייבט ארויס גאר שטארק די סוקסעס פון די וואס האבן פארדינט דאס מערסטע, וואס ווי דערמאנט אויב איז עס אלס א באונוס אדער א סארט באצאלדונג איז עס נישט קיין פראבלעם, אבער אויב ווערט עס איינגעפלאנצט אויף אן אופן פון מאכן א סארט קנאה, אדער פארשידנארטיגקייט צווישן די טיעם, איז עס יצא שכרו בהפסדו. (דאס איז א לענגערע שמועס פאר זיך, וואס מ'קען רעדן אין עטליכע ארטיקלען, וויאזוי דאס צו פארמיידן, אבער דא ברענג איך נאר דעם שפיץ)

3

גאר וויכטיג ווען מ'טוט די זאכן איז צו ארבייטן אויף אן אופן אז די ערווארטונגען זענען נישט צו הויך, אפי' מ'וויל בויען אויפן מאמענטום, און מ'וויל אז דאס זאל ברענגען די סעילסלייט צו געבן אן עקסטערן שטופ, איז נאך אלס וויכטיג צו געדענקען אז פון איבער די מאס ערווארטונגען קען מען אמאל נאכן ספענדן הונדערטער טויזנטער דאללער צוריק קומען מיט א שלעכטן טעם אין מויל.

4

והעיקר! נישט לאזן דעם עיקר ווערן א טפל, און דעם טפל אן עיקר.

אין געוויסע פעלער האב איך שוין באגעגנט אזוינע ארבייטסגעבער וואס וועלן אויסגעבן אסאך געלט פאר די הוליערייען און גרויסע באמבאסטישע אווענטן וכדו', אבער ווען מ'שמועסט מיט די ארבייטער זעהט מען אז דאס גייט אלעס אויפן פרייז פון די בארעכטיגטע און פארדינטע פאר דאללער וואס זיי שפירן אז דארט איז מען מיט זיי נישט אזוי שוה בשוה.

דאס מאכט דעם ארבייטער שפירן אז די הוליערייען איז נישט אזוי ווייט ווייל דער בעה"ב וויל געבן פאר די ארבייטער א גוטע מתנה, נאר מער ווייל ער אליינס גלייכט דעם מאמענט, און ער וויל אז מ'זאל שמועסן פון זיין ברייטהארציגע אומגעצוימטע יכולת צו שפענדן געלט ווי וואסער וכדו'.

דאס פאסירט אפי' אין פעלער ווען דער בעה"ב מיינט אמת'דיג לטובת די ארבייטער, פון דעסטוועגן קען ער אומשולדיגערהייט באשולדיגט ווערן, און ער דארף מאכן זיכער אז פאר מ'גייט צו די קינוח סעודה זאל די סעודה אליינס זיין צום זעטיגן. ודי למבין.