א אינטערסאנטע מציאות שטעלט זיך ארויס פון מיין קוק ווינקל, און איך וואלט נייגעריג געווען צו הערן פון אנדערע קאנסאלטענטס און ראטגעבער אויב זיי זעהן אויך אזא פענאמאנע, אז נאך א יו"ט אדער אנהייב פון א סעזאן קומען אריין פילע טעלעפאן קאללס פון ביזנעס לייט און ארבייטער וועלכע האבן באשלאסן צו גיין נעמען הילף, צו ס'זאל זיין ארויסצוקומען פון א פראבלעם, אדער אפי' נאר אויף לכתחילה צו נעמען די ריכטיגע הילף נישט אריינצופאלן אינעם פראבלעם.
איך מיין אז דאס קומט ווייל מ'האט צייט צו טראכטן אביסל, וואס דאס איז איינס פון די גרעסטע אמעריקאנער פראבלעמען אז מ'האט נישט קיין צייט צו טראכטן, צו התבוננות, סיי פאר זיך און סיי פאר די ביזנעס, דעריבער ווען ס'קומט א געצווינגענער וואקאציע פון א וואך יו"ט דרייט זיך דער פארנומענער מח אין קאפ ווי א ברויזנדער קעסל און איז פארנומען צו אנאליזירן און טראכטן און פארשטייט זיך צו עררייכן אסאך דרוק אז מ'דארף טון צו דער זאך, און דאס דערקענט זיך אויפן טעלעפאן ליין נאך יו"ט.
איך וואלט הנאה געהאט צו הערן פון אנדערע צו זיי זעהן אויך אזוי דעם בילד, אבער לאמיר צוגיין צום ענין.
עס איז זיכער א וויכטיגע זאך צו נעמען הילף ווען מ'ברויך, און אפי' בעפאר מ'ברויך עס, איך וויל נאר אביסל ארום שמועסן איבער דעם חילוק פון פרא-אקטיוו פארמיידן פראבלעמען, און ארבייטן לכתחילה מיט די הילף וואס מ'דארף, קעגן דעם ריאקטיוון מהלך פון נאכלויפן דעם שאטן און דעקן פראבלעמען ווען זיי קומען אויף.
קיין גרויסער חכם דארף מען נישט זיין צו פארשטיין דעם חילוק, אבער פארט זענען דא חלקים וואס דארפן אויסגעשמועסט ווערן.
קודם לאמיר אויסשמועסן די נעמען פון די צוויי סארט הילף וואס א מענטש נעמט פאר זיין ביזנעס אדער פרנסה.
דער וואס נעמט צייטליך די שריט בעפאר די פראבלעמען, דער ווערט אנגערופן אלס איינער וואס "אינוועסטירט אין זיין ביזנעס" עס איז א וויכטיגע פונקט אינעם אויפשטעלן און אנהאלטן א גוטן ביזנעס, און עס ווערט אנגעקוקט מיט רעספעקט צוליב דעם "חכם הרואה את הנולד" סטאטוס וואס דאס איז די ריכטיגע חכמה.
דער צווייטער ווערט אנגערופן דער פארלוירענער ביזנעס מאן, ער קומט ווען ער האט שוין נישט קיין ברירות, און ער נעמט וויפיל הילף מ'קען אים געבן אבער ס'העלפט נאר למחצה לשליש ולרביע.
די צוויי ביזנעס לייט קומען אן צום זעלבן אז מ'דארף נעמען הילף פון וואו מ'קען עס נעמען, נאר דער "אינוועסטאר" קומט מיט א ביזנעס מיינדסעט און האט נישט מורא אז מ'וועט אים חושד זיין אין א חסרון ידיעה ווען ער הערט וואס עקספערטן זאגן, און ער צאלט פאר דעם טבין ותקלין וואס קומען צוריק מיט פראצענטן.
דער צווייטער, דער פארלוירענער, נעמט עס אויך צום סוף אבער ער קומט שוין בתורת א רחמנות אדער איינער וואס דראפעט זיך אויף די גראדע ווענט, און די הילף וואס ער באקומט העלפט אים נאר ארויסקומען פון גרוב אבער נישט שטייגן צו פיל העכער.
לאמיר זאגן אז די הילף וואס א מענטש נעמט העלפט ארויפגיין א שטאק, נאר א משל, ווענדט זיך דאך פון וואו ער הייבט אן ארויף צו קריכן דעם שטאק, צו ער איז נאך למעלה מעשרה טפחים אדער אראפ מ' סאה אין דער ערד, די שטאק ווערט נישט העכער, ס'ווענדט זיך וואו עס ליגט.
ביז אהער האבן מיר אייך נישט געברענגט קיין נייעס, עס איז דברים פשוטים. אבער... אפי' אין דעם גוטן פאל פון דעם אינוועסטאר וואס נעמט הילף בעפאר די פראבלעם מוז מען זיין זייער פארזיכטיג וואס מ'טוט.
דהיינו, זייער אסאך מאל וועט דער מענטש מורא האבן טאקע פון א דורכפאל, און ער וועט קומען פאר הילף באלד ביים אנהייב, און טאקע דאס פירט אים צום דורכפאל.
לאמיר נעמען א ביישפיל:
איך האב גערעדט מיט איינעם וואס האט א נייע ביזנעס, און ער איז אריינגעגאנגען מיטן ריכטיגן געדאנקען גאנג אז ער וועט זיך לאזן העלפן פון אנהייב, ער האט אויפגענומען די בעסטע קאנסאלטענטס און מארקעטינג פירמעס אים צו פירן אויפן דרך הישר. ער האט אינוועסטירט אסאך פון די געלטער וואס זענען באשטימט געווען פארן גרינדונג פון די קאמפאני צו צאלן פאר די טייערע מיינונגען פון די מדריכים זיינע.
אבער אין די ענדע ווען ער האט געעפנט די ביזנעס האט זיך ארויסגעשטעלט אז זיי האבן אים טאקע געגעבן זייער גוטע סברות און הערליכע מהלכים, אבער ווען די גומי האט געשלאגן דעם פאדלאגע איז דער מציאות געקומען אנדערש ווי ערווארטעט, און ער האט געהאט א הילכיגן דורכפאל, וואס ער פלאגט זיך יעצט צו פאררעכטן.
נישט ווייל זיי האבן אים ליגנט געזאגט, נאר ווייל זייערע עצה ותושי' איז געווען באזירט אויף אסאך פאקטן וואס דער נייער ביזנעס מאן האט אראפגעשטעלט אלס פאקטישע מציאות'ן וואס באמת זענען זיי נאך געווען א חלק פון דעם חלום פון דעם ביזנעס, און ווען מ'האט במציאות אנגעהויבן די ביזנעס זענען פילע אוועקגעפאלן.
נו, וואס קען מען דען טון צו דעם? קען דען א מענטש פונקטליך וויסן וואס צו טון? קען מען דען זיך באווארענען? אודאי אלעס איז באשערט, און אפי' מיט די גרעסטע און בעסטע באווארענונגען וועט ער נאר האבן הצלחה אויף וויפיל ס'איז אים פארשריבן, אבער עס זענען דא אפאר פונקטן וואס זענען יא וויכטיג צו געדענקן ווען מ'גייט פאר הילף ביים אנהייבן א ביזנעס, צו פארמיידן די פראבלעמען.
א.
ווען איר נעמט הילף פון עקספערטן, לאזט זיי זאגן וואס זיי מיינען אז דער מציאות איז, און וואס זייער עקספיריענס האט געוויזן אין דעם פעלד (פארשטייט זיך אז מ'דארף נעמען הילף פון די וואס האבן עקספיריענס) און פרובירט נישט צו מאכן דעם מצב אויסזעהן בעסער, אדער צו געפעלן פאר דעם עדווייזאר. געדענקט אז איר צאלט געלט פאר די סערוויס, און אדרבה איר מעגט און זאלט אראפשטעלן די קאנסטראקטיווע נעגאטיוויטעטן וואס שטערן אייך און פון וואס איר האט מורא.
דהיינו, מענטשן האבן מורא צו ווייזן אז זיי האבן זעלבסט אומזיכערקייט מיט זייער ביזנעס געדאנק ווייל מ'וועט זיי אנקוקן שלעכט פארן טון עפעס וואס זיי אליינס זעהן פראבלעמען דערמיט. ניין, דער קאנסולטענט איז געמאכט פאר דעם, ער איז דא צו קענען אביעקטיוו קוקן און אפשאצן וואס מ'דארף באמת טון.
ב.
גאר א וויכטיגע נקודה איז צו פארשטיין דעם חילוק פון נעמען הילף אלס "עצות" אדער מאכן דעם "עצה געבער" אויספירן די עצות למעשה, און זיך אליינס אוועקרוקן פונעם דרייווער זיץ.
זייער אסאך מאל ווערט מען אזוי שטארק פארקאכט אין דעם קאנסולטענט, אז מ'גיבט אויף דעם אויבן אן פאר אים, און מ'לאזט אים פירן דעם ביזנעס ווי ער וואלט עס ווען געשאפן אין ערשטן פלאץ,
עס איז אזא סארט פאלשע אמונה אז דער ראטגעבער מיט זיין חכמה וועט דאך זיכער נישט מאכן קיין אומריכטיגע באשלוסן, און עס קומט פון א פוילקייט אדער אומבאשלאסנקייט, ווי דער מענטש גיבט אויף זיינע רעכטן אלס בעה"ב פון די ביזנעס מיינענדיג אז א צווייטער פארטרעט אים דא.
עס איז וויכטיג צו געדענקען אז נישט קיין חילוק וויפיל די עדווייזאר'ס וועלן העלפן מיט זייערע עצות, קען מען נישט טרענספערן דעם גאנצן פאראנטווארטליכקייט פון דעם טאג טעגליכן צו זיי.
פונקט ווי א מענטש קען אנשטעלן א GPS צו זעהן וואו ער ברויך פארן, און דאן דארף ער טאקע פירן דעם אויטא אויפן באשטימטן וועג, ער ערווארט נישט אז דער GPS זאל אים אהין נעמען (מיט די נייע מאדעלן קען זיין אז דער משל ווערט שוין אומוואליד) דאס זעלבע מיטן ראטגעבער. ער קען נאר ווייזן וואס מ'זאל טון, ער טאר נישט ווערן דער אקטועלער אויספירער פון דעם פלאן.
ג
איינע פון די גרעסטע טעותים וואס מ'מאכט אין דעם הינזיכט, איז דער אומריכטיגער שייכות מיטן עדווייזאר וואס ווערט אראפגעשטעלט, און אין ענגליש הייסט עס די "רילעישאנשיפ",
דאס הייסט אז מ'שטעלט אוועק דעם עדווייזאר אין א פאזיציע פון א פארהער. דהיינו, אלעס וואס ער זאגט אדער הייסט טון ווערט באטראכט ווי מיט דעם דארף ער אויפווייזן זיין שטארקייט, און אויב איז ער דורכגעפאלן האט ער פארלוירן דעם טראסט.
ווען עס שאפט זיך אזא סארט געפיהל צווישן די צוויי, ווערט מורא'דיג אנגעשטרענגט די מצב, און עס פירט אז דער עדווייזאר ווערט פארוואנדלט, אנשטאט צו אויפריכטיג קענען "ריקאלקיולעטן" (צוריק צום GPS) אלס איינער וואס דארף זיך פראטעקטן און זיך פארענטפערן.
ער ווערט פארנומען צו פראטעקטן זיין פאזיציע, און קען נישט זיין אויפריכטיג.
עס איז וויכטיג אז דער שייכות זאל זיין קלאר, אז מ'פארשטייט זיך, אז מ'פרובירט אויפן בעסטן, און אויב זאכן גייען אנדערש ווי ערווארטעט קומט עס נישט מיט קיין פארווארף אדער אנדערע אומאיינגענעמע אייסערונגען נאר מ'נעמט די ריכטיגע שריט צו פאררעכטן.
אויסער פארשטייט זיך ווען ס'איז קלאר אז דער עדווייזאר האט פארנאכלעסיגט זיין ארבייט, וואס דאס דארף מען נישט צולאזן פארשטייט זיך.
אין קורצן, אפי' אויב מ'טוט וואס איז ריכטיג אין די ריכטיגע צייט צו נעמען עצה ותושי' פון די ריכטיגע מענטשן, מוז נאך אלס זיין א ריכטיגער אטמאספערע און א ריכטיגע פארשטענדעניש ווער ס'טוט וואס, כדי צו קענען מצליח זיין בעזהשי"ת.
גוט שבת