א פרייליכן זומער טייערע לייענער.
מ'גייט אריין אין א נייעם סעזאן בעז"ה, עס איז זומער אויף דער וועלט, דעם זעלבן וועלטל וואס מיר האבן נארוואס געזעהן איינגעהילט אין קעלט און קאלמוטנע קאלירן טוישט דער בורא עולם איר וועזן, און עס שפרודלט ליכטיגקייט, גרינס און קאליר, מיט א ווארימע און צומאל הייסע אטמאספערע.
איך בין נישט דער וועטער אנאליסט פון דעם שטובל, און איך פארשטיי אז איר זוכט נישט מיין ראט אויף וועטער אנגעלעגנהייטן, אבער מיר וועלן א שפרינג טאן פון די טעמע צו א גאר וויכטיגע ביזנעס און לעבנס לעקציע וואס האפנטליך קען עס העלפן פאר די לייענער.
אן אינטערסאנטער פאקט איז באקאנט ביי אונז אלע, און ווען מ'טראכט אריין טיעפער דערין איז עס גאר מאדנע אויך. ווען עס קומט דער ווינטער, אינדרויסן איז קאלט, געפרוירן, וועלן מיר אלע זוכן שוץ אין די ווארימסטע אטמאספערע, מיר וועלן לאזן די גראד ארויפגיין צו הויכע טעמפראטורן און זיך מחי' זיין מיט די היץ.
קומט דער זומער, עס ווערט אביסל ווארים, אפי' נאך נישט דערגרייכנדיג די היץ אונטער דעם ווינטער היים וועטער, נאר עטוואס הייסער ווי דער נארמאלער פרילינג וועטער, און מיר צינדן אן דעם עיר קאנדישן צו די העכסטע, אראפברענגענדיג די גראד צו אסאך אונטער דעם קעלט וואס אינעם ווינטער האבן מיר נישט געקענט פארטראגן.
עס איז נישט קיין חידוש, דער מציאות האט אסאך קלארע סיבות פארוואס עס איז אזוי, און וויאזוי דער קערפער פון דעם מענטש פונקציאנירט אויף א גאר ספעציפישן היץ און ווען ער שפירט סיי וועלכע נטי' צו א פארקערטן ריכטונג וועט ער פארלאנגען א גאר שטארקע רעאקציע. און עס זענען דא נאך סיבות דערצו.
אלנספאלס איז דאס דער מציאות, אז דער מענטש זייענדיג א בשר ודם איז קיינמאל נישט אין א מצב פון "פונקט גוט" ער מוז אלס עפעס טון אדער זיך קילן אדער זיך ווארימען, און איבער אלעם איז נאך דער מציאות אז ער וועט אלס זוכן דאס פארקערטע ווי דער נאטורליכער וועטער אין גאס איז.
כלפי מה דברים אמורים?
מיר האלטן נאך איבער א יאר פון שרייבן געדאנקען און ראט איבער זייער אסאך ענינים, און אלע זענען געשריבן געווארן מיטן ציהל צו ברענגען אויפריכטיגע אינפארמאציע צום לייענער, אבער עס איז דא איין נקודה מיט וועלכן איך האב זיך לעצטנס פיל באגעגנט וואס דארף אביסל מער ווערן אויסגעשמועסט.
דער ווירקליכקייט פון טויש אין קלימאט איז אזוי אמת ווי דער ווירקליכקייט פון טויש אין סיי וועלכע ביזנעס אטמאספערע אדער אפי' אין רוחניות וואו מיר רופן עס ירידת הדורות וכדו'.
איך האב גערעדט צו עטליכע ביזנעס לייט וואס זענען שוין יארן אין ביזנעס, און זיי האבן א מהלך וואס האט זיי געהאלפן שטייגן בעז"ה און מצליח זיין אין זייערע געשעפטן, און ווען עס קומט צו א געוויסע צייט אין זייער קאריערע זעהן זיי זיך פלוצלינג ארום מיט אומפארגעזעהנע שטערונגען וואס זיי האבן קיינמאל נישט געהאט, און צומאל ווערן זיי היבש פארלוירן, אזש איך האב שוין געהערט פון אזוינע דעם געדאנק פון רעטייערן אדער אויפגעבן ווייל זיי קענען מער נישט נאכקומען.
מאנכע באשולדיגן זיך אליינס אז זיי זענען פשוט עלטער געווארן און זיי קענען מער נישט וואס זיי האבן געקענט אינעם יוגנט,
אנדערע מער קאנפידענט, באשולדיגן דעם דור, און די נייע ביזנעסער וועלכע זענען נישט גענוג ערליך אדער אנדערע באשולדיגונגען.
און אמאל קען זיין אז די ביידע זענען אמת, אבער וואס איך האב באמערקט אין מיינע שמועסן איז אז דער חילוק צווישן דעם עלטערן ביזנעס מאן וואס קען בלייבן לענגער אין ביזנעס און מצליח זיין קעגן דעם וועלכן הייבט אן ביי די יונגע אלטע יארן צו רעזיגנירן ליגט אין א סוד כמוס פון "קענען דעם מציאות".
לאמיר מסביר זיין.
ע"פ רוב איז עקספיריענס, ערפארונג, א מתנה פון הימל וואס מ'קען נאר עררייכן מיט צייט, מ'דארף א לאנגע צייט זיין אין א געשעפט זיך צו קענען רופן אן עקספערט, און די מעלה פון זיין אן עקספערט וואלט לכאורה געדארפט זיין פשוט אז מ'זאל קענען זיך פארגרינגערן און די ביזנעס זאל ווייטער אנהאלטן, איז אבער דא אזוינע וואס אפי' מיט זייער עקספערטיז קענען זיי נישט הנאה האבן פון דעם מתנה טובה וואס הייסט עקספיריענס.
ווידער זענען דא אנדערע וואס ווי עלטער די ביזנעס ווערט, אלס ווייניגער דארפן זיי אליינס ארבייטן, זאכן פארן ווי פון זיך אליינס, און זיי קענען אויפן ריהטם פון זייער עלטער מיטארבייטן און הנאה האבן פון די יארן וואס זיי האבן אריינגעלייגט.
מ'דארף קענען די מארקעט, מ'דארף קענען די גאס, מ'קען נישט נאר קענען די ביזנעס.
פונקט ווי ווען די וועטער אין די גאס טוישט זיך, דארף די קלימאט אין שטוב גיין דראמאטיש פארקערט, דאס זעלבע איז אין ביזנעס, נישט קיין חילוק צו ס'איז א נאטורליכע טויש אין די אטמאספערע, אדער צוליב סיי וועלכע באשולדיגטע וואס האבן עס גורם געווען.
אויב באקענט איר זיך נישט מיטן מציאות, וועט אייך דער מציאות פאטשן אין פנים אן קיין רחמנות.
מ'קען נישט זיצן אין א ביזנעס, און זיך מאכן אומוויסנדיג צו די היינטיגע טוישונגען, און קלאפן אויפן טיש, אז איך האב מיר מיינע רעגולאציעס, און איך האב אזוי מצליח געווען אלע יארן, איך טויש מיך נישט פאר די שיקאנען פון די נייע דור.
דאס ארבייט נישט.
אודאי דארף מען נישט נאכטאנצן אלע משוגעת'ן, אבער מ'דארף זיי וויסן, און מ'דארף זיי געהעריג אפשאצן, און אין פילע פעלער לוינט פארן עלטערן בעה"ב צו אננעמען א ראטגעבער פון יונגערן דור, אדער אפי' אמאל ארייננעמען א שותף פון יונגערן דור וועלכער פלאגט זיך נישט צו פארשטיין דעם נייעם דור ווייל ער איז א נאטורליכער ידען דערין.
לאמיר נעמען א דוגמא פון מלומדות.
עס זענען דא ערפארענע מלמדים פון יארן לאנג, וועלכע זענען די מלמדי מלמדים, מ'הערט זיי אויס מיט גרויס שעץ און עהרע, זיי פארשטייען די תכונות הנפש פון תלמידים, זיי פארשטייען וויאזוי אויסצולערנען די תלמידים דעם שטיקל גמרא,
אבער פון צווישן די מלמדים זענען דא אזוינע וועלכע האבן נישט באמערקט אדער זיך געמאכט נישט באמערקענדיג ווי דער דור האט זיך געטוישט מיט געוויסע איינצלהייטן וואס רופן זיך שטארק אן אויפן דרך החינוך לטב או למוטב, צו איז דאס מיט דעם טויש פון פעטש צו מתנות, אדער אנדערע מהלכים פון אויסלערנען וואס אמאל האט מען נאך נישט געהאט אדאפטירט.
ביידע מלמדים זענען ווייטער חשוב הייליג און טייער, אבער דער וועלכער אבזערווירט נישט די טוישונגען וועט שנעל האבן אנטוישונגען, און פילע וועלן טאקע נישט קענען בלייבן אויפן אמט פשוט ווייל זיי זעהן אז עפעס האט זיך געטוישט אין זייער ארבייט, זיי באשולדיגן זיך אליינס אבער אין זייער אסאך פעלער זענען זיי נאך פונקט גוט אדער בעסער ווי אמאל, נאר זיי פארפאסן ארויסצוקוקן פון פענסטערל און זעהן אז דער זומער איז דא, און מ'דארף אויסטון דעם מאנטל.
א איד מיט א געשעפט פון זויערע אוגערקעס, פלעגט אמאל האבן גרויסע פעסער מיט אוגערקעס אנגעפילט און יעדער פלעגט מיט א צווענגעלע זיך ארויסקלויבן אפאר און לייגן אין א ניילאן זעקל און באצאלן, ער האט געמאכט די בעסטע אוגערקעס אויפן וועלט, מ'איז געקומען פון איבעראל עס קויפן, האלסעיל און ריטעיל.
אויב האט ער אבער נישט געטוישט פון גרויסן פאס צו די שיין געפאקטע קאנטעינערס מיט א סימבאל און אינגרידיענטס און שעלף לייף דערויף, קען ער פארמאכן דאס געשעפט, קיינער וועט מער נישט קויפן ביי אים. סך הכל דארף ער וויסן אז די וועטער האט זיך געטוישט.
איינער וואס האט א גראסערי, מיט א קאווע טעפל וואס בראט זיך מ'זעהט די שוים, און מ'שפירט דעם געשמאקן ריח פון די קאווע, מ'קומט צו אים פון איבעראל קויפן די פיינע קאווע.
אויב פארפאסט ער צו באמערקן אז היינט צו טאג נוצט מען די מאשינקעלעך וואס זענען מער מאדערן און אפשר באקוועמער צום נוצן, וועט ער גאנץ שנעל בלייבן מיטן קאווע אין טעפל און קיינער וועט נישט קויפן.
דער מציאות איז אז ווען דער וועטער טוישט זיך דארף מען טוישן דעם צוגאנג. פארשטייט זיך אז צו די כללים און פרינציפן פון מהלכים אין ביזנעס דארף מען זיך האלטן, מ'איז נישט פלוצים נאריש געווארן און ווי איך האב שוין געשריבן אין עבר אסאך מאל אז זייט עפרון האט פארקויפט פאר אברהם אבינו דעם מערת המכפילה זעהט נישט אויס ווי די כללים פון ביזנעס טוישן זיך אמאל, אבער זיכער אז מ'דארף זיך צושטעלן צו די מציאות פון די וועלט.
מ'מוז נישט לייענען קיין נייעס דערפאר, מ'דארף נאר "וועלן" זעהן.
גוטע ביזנעסלייט זעהען זייער שנעל וואס די קונדן פארלאנגען, זיי דארפן נאר וועלן איינערקענען אז עפעס מוז מען טוישן. מ'קען נעמען א קאנסולטענט פאר די זאכן, אדער אפי' אן אינערליכן ארבייטער וועלכער איז גענוג שליסל צו די ביזנעס און איבערשמועסן. אבער זיך מאכן תמ'וואטע און נישט רעאגירן איז נישט קיין תועלת.
געדענקט אז נישט אייביג וויל דער קאנסומער די זעלבע וועטער, אמאל ווילן זיי ווארימער און אמאל קעלטער, און כאטש עס פארשטייט זיך אייך נישט וואס עס האט זיך געטוישט אז יעצט זאל ער וועלן ווארימער און יעצט קעלטער, איז דאס דער נאטורליכער מציאות און מ'דארף עס אין אכט נעמען צייטליך.
רעזיגנירט נישט אזוי שנעל, נאר נעמט הילף, הערט אויס וואס עס טוט זיך, וואס עס האט זיך געטוישט, און מאכט קליינע באמיאונגען צו בלייבן רעלאטיוו, און בעז"ה האבן הצלחה.
כל טוב