עס זענען אריינגעקומען פארלאנגען צו ענדיגן וואס מיר האבן אנגעהויבן מיט די נושא פון "דירות קריזיס", וויל איך מיך קודם באדאנקען פאר אלע וואס נעמען די מיה צו קאמענטירן, עס איז זייער שווער צו שרייבן א קאלום און נישט באקומען קיין פידבעק, עס איז א גרויסער תועלת צו לאזן וויסן וואס איר קלערט, און מיר רעכענען זיך שטארק מיטן מיינונג פון די חשוב'ע לייענער, וואס דאס איז דאך דער עיקר, צו ברענגען מאטריאל וואס איז לתועלת און להנאת פון די חשוב'ע לייענער.
מיר האבן גערעדט אביסל פון די נושא פון דירות, און ארויסגעברענגט אין קורצן דעם געדאנק אז די אלע מהלכים סיי צו די זייט פון זיין אינטער די פארטוך ביי די עלטערן, און דער פארקערטער געדאנקנגאנג פון זיך ארויסלאזן צו אנדערע נייע ישובים, ביידע האבן גאר גוטע לעגיטימע גענג און מ'קען נישט סתם אזוי אננעמען א מהלך אן די פרטים דערפון.
פון די הגהות און פיעדבעק איז משמע אז דער ענין דארף נאך אביסל קלארער ווערן און איך האף די וואך אביסל מרחיב צו זיין דערין.
א אינגערמאן קומט צו מיר און איז מיר מסביר אז ער קויפט א דירה אין א גאר שטארקע אידישע געגענט, וואס די פרייז איז טאקע 5 מאל וואס ס'וואלט געדארפט זיין, אבער בדרך הטבע וועט עס נאר גיין אויף ארויף, דעריבער שפירט ער אז די אינוועסטמענט איז א גוטער.
איך ווייס נישט צו ער איז גערעכט צו נישט, ווייל אין עבר האט זיך שוין ארויסגעשטעלט, אז אפי' אויב דער מארקעט איז אין כלליות געגאנגען אויף ארויף איז געווען געוויסע שפאלטן וואו מ'האט יא געזעהן געוויסע דורכפאלן, און עס איז נישט אויסגעשלאסן אז עפעס דראסטיש וועט דארפן געטון ווערן אז דער מארקעט זאל טאקע נישט אזוי ווילד ארויף גיין.
פרעגט מיך דער אינגערמאן, וואס קען שוין געשעהן? מ'גייט דא אלס דארפן דירות, דא וואוינען טויזנטער אידישע משפחות, און זיי האבן קינדער און אזוי ווייטער, דער געברויך ווערט נישט קלענער.
און ער איז גערעכט, דער געברויך ווערט נישט קלענער, אבער ס'איז יא וויכטיג צו פארשטיין דעם חילוק צווישן מאכן א "אינוועסטמענט" באשלוס" אדער קויפן א דירה צום וואוינען.
לאמיר אבער קודם רעדן פון דעם עצם רעיון אז קויפן א דירה אין די גאר הייסע אידישע מארקעטס איז נישט עפעס וואס מ'קען דערויף דערלייגן.
איך זוך מיך נישט קיין שונאים, און קיין נביא בין איך אויך נישט, וואס איך בין יא, איז א עסקן וואס רעדט מיט אסאך מענטשן, מער ווי דער געוויינליכער מענטש, און פון מיין אינערליכע געפיהל זאגט מיר עפעס אז אפי' אויב דער דעמענד און געברויך וועט נישט גיין אויף אראפ, בדרך הטבע, וועט אבער קומען א פארלייכטערונג פון אן אנדערן ווינקל אויך "בדרך הטבע" דאס הייסט אז עפעס דארף געטון ווערן, און געווענליך ווען עפעס דארף געטון ווערן וועט עווענטועל עפעס געטון ווערן.
אלזא? נו וואס איז די פראבלעם? זאל טאקע געטון ווערן.
דער פראבלעם איז אז די אלע וואס "קענען נישט" ערלויבן די פרייז, און זיי גייען אריין אין א 30 יאר שטיקעניש, וועלן אפעקטירט ווערן פערזענליך פון די "חצי נחמה" וואס וועט געטון ווערן.
לאמיר מאכן א משל
למשל אויב די מצב האלט אן אזוי ווי ס'איז יעצט, וואו אינגעלייטלעך וואס פארדינען 6 אלפים א חודש צאלן 5 דערפון פאר א מארטגעדזש, אדער גאר ארגער... און מ'הייבט אן צו זעהן די צעטלעך אין די גאסן, "העלפט א אינגערמאן אין פארקלאוזשער". אדער אפי' שיינע לשה"ק פראזן ווי "הבית בחורבנה" וכדו'. און מער און מער זעהן די עסקנים אז מ'דארף עפעס טון, און זיי טוען דערצו.
איז דאך דער ציהל פון די פעולות אודאי פרא-אקטיוו צו מאכן אז די פרייזן זאלן זיך סטאבליזירן, און אויב זאלן זיי מצליח זיין דערין, וואס מיר אלע האפן טאקע אז זיי וועלן מצליח זיין, וועט דאך דער אינגערמאן וואס ביי די 25 האט ער זיך אריינגעלייגט אין דעם טייערסטן בעט נישט קענען ארויסקריכן בדרך הטבע נאר מיט א פארלוסט. דאס איז שוין געשען אין עבר נישט איינמאל נאר אסאך מאל, טראץ וואס דער עולם וויל נישט אנערקענען וויבאלד ס'איז נישט קיין זאך וואס מענטשן אדווערטייזן ווען זיי פארלירן געלט, מ'רעדט נישט דערפון.
איך ווייס פון גאר אסאך פעלער וואו אידן האבן געקויפט דירות פון אנדערע שנעל פאר די באנק נעמט אוועק דאס הויז, פאר גאר ביליגע פרייזן וואו דער מוכר האט קלאר דערלייגט אסאך, און האט זיך שטילערהייט בארואיגט אז אלעס איז משמים, און ער איז גערעכט, אלעס איז משמים.
אבער אז אין דעם פלאן זאל לכתחילה זיין אריינגעבויט דער פאלשער האפענונג אדער אומגעזאגטער גאראנטיע אז אין די אידישע מארקעט קען מען נישט דערלייגן אויף א דירה, דאס איז נישט אמת.
שרייט נישט אויף מיר, איך באצווינג אייך נישט צו גלייבן אדער אננעמען מיין מיינונג, און איך קען זיין דער וואס מאכט דעם טעות, הלואי.
אבער לאמיר רעדן פון דעם עיקר ברענענדיגן נושא פון קויפן דירות וואס איז ממש עפעס וואס גייט מיר נישט אריין אין קאפ.
עס איז דאך דא א גרויסער חילוק צווישן אינוועסטן און קויפן א דירה צום וואוינען.
פארוואס דרייען זיך ארום אינגעלייט און רעדן פון די 900 טויזנט דאללער פער דירה אין קרית יואל אדער מאנסי, אדער די 2.5 מיליאן דאלער דירה אין וויליאמסבורג, מיט קאלקולעטארס פון אינוועסטערס? פארוואס זיצן זיי מיט אינוועסטמענט עדווייזערס ביי די קאווע וועלכע ווייסן צו זאגן וויפיל געלט זיי וועלן מאכן אפי' אויב זאכן גייען נישט גוט.
פארוואס הערן זיי נאר די וואס זאגן זיי: מ'דארף אריינשפרינגען! דער אויבערשטער וועט שוין העלפן! יעדער שפרונגט!
יא, ס'איז אמת, רוב כלל ישראל ווען מ'קויפט א דירה און מ'מיינט אז מ'האט א פלאן, מ'האט דאס געלט, און מ'מיינט אז עס וועט זיין כמו גרינג, ווערט מען געוואויר נאך דעם פאקט אז "מ'איז אריינגעשפרינגען" פונקט ווי ווען איר גייט אראפ א טרעפל, און איר מיינט אז עס איז א טפח גרויס, און איר ווערט געוואויר פון עקסטערע פאר טפחים, טוט עס גוט וויי, אבער מ'גיבט זיך אן עצה, און מ'גייט ווייטער.
איז דאס די זעלבע פאר יעדן?
קען מען דאס זאגן ביים אראפ טרעטן פון דאך פון א בנין אראפ צו די רצפה?
יא יעדער שפרינגט, און יעדער ווערט דאס געוואויר נאכן האבן א פארהעלטנסמעסיגן מהלך וויאזוי די געלט וועט זיין, און מ'ווערט געוואויר אז מ'דארף מער, און מ'גיבט זיך בעז"ה אן עצה.
אבער אריינצושפרינגען אן די מינדעסטע השגה וואו מ'הייבט אן, נישט האבן דעם "למשל'דיגן" דעפאזיט, (איך רוף עס די "למשל דעפאזיט" ווייל צום סוף ווערט מען געוואויר דעם ריכטיגן נומער וואס די אמת'דיגע קאסטן זענען, און געוויינליך איז עס גענוג צו מאכן דעם גאנצן קויפן אנרופן א "שפרונג") מעג דער איד אויך שפרינגען? איז עס א פארגלייך?
די נקודה וואס איך וויל ארויסברענגען קליפ און קלאר איז אז עס איז גאר וויכטיג צו קויפן א דירה, אבער ווען עס צו קויפן מוז האבן אפאר זייער קלארע טערמינען.
מ'קויפט נישט קיין דירה ווען די מארקעט איז גוט אדער ווען די מארקעט איז שלעכט, נאר אויב מ'איז אין די ריעל עסטעיט ביזנעס, מ'קויפט א דירה ווען:
מ'דארף א דירה (אדער ווען מ'זעהט מ'וועט דארפן בקרוב)
מ'האט געלט אנצוהייבן
מ'האט פרנסה אדער א געוויסע הכנסה פון וועלכן מ'וועט קענען קאווערן דעם מארטגעדש עכ"פ לויט די ראטע ווען מ'הייבט אן דעם פראצעדור פון קויפן.
מ'האט א מקור פון עפעס הילף אויב מ'דארף, אויב פאלט מען אריין ח"ו אין אומפאראויסגעזעהנע שוועריגקייטן.
און אויב נישט? טאר מען נישט קויפן?
ווער בין איך צו פסק'נען, איך קען נאר זאגן אז עס איז ראטזאם צו טון אזא גרויסער שריט אין לעבן ווען מ'האט די ריכטיגע הכנה מיט די ריכטיגע הבנה אין וואס מ'גייט אריין.
און דאס איז דער זעלבער ענין פאר די אלע וואס האבן מיך אנגעפרעגט וואס איך האב געמיינט צו זאגן לגבי די נייע ישובים.
עס איז קלאר אז ס'פארהאנען היינט ישובים וואס ארבייטן זיך ב"ה אויס, און ס'וועט נאך זיין פילע אי"ה וואס וועלן זיך אויסארבעטן אויב וועט מען גראד אנהייבן מיט א געהעריגן רוחניות'דיגן סטרוקטשור, וואס דאס איז די יסוד פאר א נייע געגנט צו קענען אפי' ארויסקומען פון די ווינדלען, איך בין נישט באזארגט אויף כלל ישראל אז מ'ווייסט וואס מ'האט צו טון און מ'דארף נישט מיינע עצות.
אבער דאס איז אמאל זיכער אז נישט יעדער אינגערמאן קען אדער מעג אפי' טראכטן דערפון, עס איז נישט קיין ריעל עסטעיט סטראטעגיע, עס איז א שלום בית סטראטעגיע.
איך ווייס פון אידישע שטובער וואס זענען ריאונירט געווארן, ווייל מ'קען אין עבר הירדן קויפן א דירה פאר א פערטל פרייז, און די בני בית אדער אמאל דער מאן וויל נישט וואוינען בעבר הירדן.
איך הער ווי מ'טענה'ט זיך איבער די גרויס פון די דירות דארט, און די נידעריגקייט פון די פרייזן, און אזוי ווייטער, און מ'פארגעסט צו רעדן פון דעם עיקר.
קען מיין שטוב רואיגערהייט זיך בויען על מי מנוחות דארט, אדער גיי איך אריין אין א בלאטע פאר ביליג?
און וואס טוט זיך מיט די אנדערע צוגעהערן צום לעבן וואס מ'נעמט נישט אין באטראכט די קאסטן, וואס צו מאל ווען מ'מאכט די חשבונות זעהט מען זיך האלטן דארט ווי דער וואס בלייבט יא וואוינען אין שמאלץ טאפ.
אין קורצן: עס איז וויכטיג צו האבן נייע געגנטער, און עס איז וויכטיג פאר די "וואס קענען" צו זיין די נחשונים, און בויען די נייע געגנטער, אבער ווען איר מאכט די חשבונות, לייגט אוועק דעם ריעל עסטעיט קאלקולעיטאר, און נעמט אפיר דעם "שלום בית קאלקיולעטאר" און ווען דאס שטימט, קענט איר אנהייבן רעדן פון ציפערן.
זייט געזונט. א כשר'ן פרייליכן יו"ט