מ'זאגט אויף געוויסע מענטשן אז זיי זענען געבוירן געווארן מיט א מתנה פון הימל. למשל, א שיינער זינגער וואס איז געבוירן מיט א מתנה אז ער קען מיט זיין שטימע מאכן געוויסע תנועות וואס דער פשוט'ער מענטש קען נישט.
דער קאמפאזיטאר וואס קען אויפקומען מיט חידושים נפלאים.
דער מעלער וואס האלט א פעדער אין די האנט ווי א לעפל צום עסן, און קען מאלן וואס אימער ער חלומ'ט.
און אזוי ווייטער פיל מיט טאלאנטפולע מענטשן וואס האבן א געוויסע "מתנה פון הימל" וואס דאס האט זיי געברענגט צו הצלחה.
מיר אלע זענען געבוירן מיט מתנות פון הימל, און ס'איז זיכער דא אזוינע וואס זענען מער אויסגעשטעלט צו געוויסע פעאיגקייטן צוליב זייער נאטורליכע פון הימל געגעבענע נאטורן וואס העלפט זיי דערגרייכן צו אן ארט וואס מאכט זיי שיינען,
עס זענען זיכער דא אזוינע מענטשן וואס זינגען וועט קיינמאל אין דעם גלגול נישט זיין זייער פרנסה, פונקט ווי א האמער קען נישט זינגען און א זייגער קען נישט מאלן, קען דער מענטש נישט זינגען.
אבער לעומת זה זענען דא מיליאנען מענטשן וואס זענען יא געבענטשט מיט די כלים וואס וואלטן זיי ערלויבט דעם חלום פון האבן א פאך אין די האנט וואס זיי האבן קיינמאל נישט עראבערט, נישט ווייל זיי האבן נישט די מתנה פון הימל, נאר ווייל זיי האבן קיינמאל נישט געהאט די געלעגנהייט אדער רצון צו איינערקענען אין דעם מתנה וואס זיי האבן.
די מתנה פון הימל איז "רצון", עס איז עפעס וואס אויב דער מענטש האט דאס גענוג שטארק וועט ער קענען עררייכן סיי וועלכע אייגנשאפטן וואס ליגן אין דעם אומפארשטענדליכן הימלישן "מענטש" פראיעקט וואס נאר הקב"ה אליינס קען באשאפן.
עס איז קלאר אז די וואס האבן געוויסע אייגנשאפטן צו סיי וועלכע טאלאנט וועלן ענדערש אויפבויען א געוויסע רצון עס צו עררייכן, און מער אדער ווייניגער וועלן זיי דאס קענען דערגרייכן אויב מיט זייער ביסל וויסנשאפט אין זייער אייגענע טאלאנט וועט מיטוואקסן דער געוואלדיגער רצון צו שטייגן דערין, ווען אין די זעלבע צייט וועלן די וואס האבן נישט קיין שום עקסטערע אייגנשאפטן אפילו נישט קוקן צו דער זייט, זיי האבן נישט קיין געפיהל צו דעם עסק, און זיי וועלן נישט אנהייבן אפי' צו דעוועלאפן דאס מינדעסטע רצון דערצו, און דערפאר פארשטייט זיך קיינמאל נישט דערגרייכן דערצו.
ס'איז אנגענומען אז טאלאנטן גייען נישט אריבער בירושה, און איך מיין אז יעדער קען מעיד זיין דערויף ווען מ'קוקט זיך אום, נאר ווען דער חזן האט א זון וואס האט עטוואס די כלים וועט ער אודאי זיין מער אויסגעשטעלט צום "רצון" דאס נאכצוגיין און אריינוואקסן.
ווידעראום ווען דער זעלבער איד קומט פון א שטוב וואו חזנות האט נישט תופס מקום געווען קיינמאל, און ער האט נישט קיין שום רייץ אפילו צו אנצינדן דעם "רצון" וועט ער אודאי ענדיגן אלס דער בעל קורא אין זיין שול, און זינגען שיין מיט זיינע שוואגערס ביי שמחות, אבער דער פאך וועט אים בכלל נישט באגעגענען אין א פראפעסיאנאלע וועג.
עס איז נישט גוט אדער שלעכט, עס איז נישט ריכטיג אדער אומריכטיג, עס איז נאר פשוט דער מציאות, אז די מתנה פון א פאך וואס דער אויבערשטער גיבט פארן מענטש איז נאר ווערד פארן פליישיגן אויג אויב ווייסט מען דערפון, אדער אויב מ'האט א געוואלדיגן רצון דערצו.
מיין רבי אדער אסאך פון מיינע רבי'ס פלעגן אלס טייטשן דעם ווארט אין דבר העומד בפני הרצון, ווען איך האב געפרעגט די באקאנטע קשי' איז עס דען אזוי? איז דען נישט דא גענוג מענטשן וואס ווילן עשירות? ווילן הצלחה? ווילן אנדערע זאכן, און זיי באקומען נישט נאענט דערצו?
פלעגט דער ענטפער זיין אז עס איז דא א חילוק צווישן ווילן, און וועלן ווילן.
עס איז א טיעפער ווארט, יעדער קען באשטיין צו וועלן, אדער צו האבן. דער משמעות פון "ווילן" פון "רצון" איז עפעס וואס נאר אויב וועט איר דאס מעסטן מיט די זאכן וואס איר ווילט עכט, וועט איר עס פארשטיין.
די זאכן וואס איר ווילט עכט, זענען אזוינע זאכן וואס איר האלט פאר וועלכע סיבה אז איר קענט עס עררייכן, איר האלט אז איר קענט נישט גיין שלעכט דערמיט, איר האט נישט מורא עס צו וועלן פאר סיי וועלכע סיבה, איר שפירט נישט קיין ריזיקע עס צו וועלן.
ווען איר האט געזאגט פארן משגיח אז איר ווילט אנקומען די מסכת ביים ענדע פון זמן, איז עס געווען "רצון"? אדער א גוטער נוואונטש? אויב האט איר געהאט א גוטע חברותא, און קלארע פלאן, מיט א גוטן סיבה צו וועלן גיין צו די טריפ וואס דער משגיח האט געגעבן דערפאר, איז דער רצון געווארן מער און מער ריכטיג, און איר זענט אנגעקומען דערצו.
אויב איז עס געווען די רצון וואס דער משגיח האט געוואלט איר זאלט האבן ווייל די תורה האט געהייסן לערנען, אודאי ווילט איר זיין אן ערליכער איד און קענען לערנען, אבער ערגעץ אינעווייניג אין מח איז דא אסאך עיכובים און אזוינע פיצינקע יצר הרע'לעך וואס זאגן, אז למעשה יעצט אויף די מינוט קען איך נישט ווייל איך בין מיד, ווייל איך בין הונגעריג, ווייל די ישיבה שטלעט נישט צו קיין עיר קאנדישן וכו' וכו' וכו'.
איך פארקריך שוין באלד צו טיעף אין רוחניות דא, אבער איך וויל בעיקר ארויסברענגען די נקודה פון א חילוק פון רצון און רצון פון ווילן און וועלן ווילן. און פארוואס דאס איז נוגע יעדן טאג אין לעבן, סיי פערזענליך און סיי פארשטייט זיך אין ביזנעס.
לאמיר בעסער מסביר זיין לענינינו:
אויב ווילט איר שטייגן אין סיי וועלכע נושא, און אין דעם קאלום וועל מיר רעדן אין ביזנעס, מוז זיין א סיבה וואס קומט אינערליך אדער אפי' פון אן אויסערליכן מקור וואס זאגט אייך אז איר האט גוטע שאנסן דא מצליח צו זיין.
אמאל ווייסט איר דאס ווייל איר קענט מענטשן וואס אין אייער מיינונג זענען נישט מער געאייגנט דערויף און זיי זענען שיין מצליח, און דאס מאכט אייך "גלייבן" אז אויב יענער קען, קען איך אויך. דאס מיינט נישט אז איר זענט גערעכט, אבער עכ"פ דאס איז א גוטער אנהויב פאר א מענטש צו קומען נענטער צו אמת'דיגן רצון.
אמאל קומט עס פון אינערליכע דראנג, איר שפירט אז דאס איז עפעס וואס איר קענט, צו ווייל איר האט שוין געהאט ענליכע עקספיריענס, אדער ווייל איר ווייסט יא פון א געוויסע טאלאנט וואס איר פארמאגט און איר ווילט עס נוצן.
אזוי צו אזוי, איז זיכער אז די צוויי דערמאנטע פעלער זענען נאר די אנהייב, און מ'דארף דאס נעמען צו א העכערע שטופע דורך באמת ברענגען די וויזיע נענטער, אויסשמועסן, אויסארבייטן, זיך זעהן באמת טון די ארבייט און שניידן די פירות, האבן א שטיקל צייט אויסקוק אויף די זאך, זיך אריינלייגן אין בילד.
למשל אויב נעמט 2 יאר לויט אייער חשבון ביז מ'וועט זעהן עפעס פירות, נעמט אריין אין בילד אייער מצב, ווי אלט זענט איר? וואו האפט איר צו האלטן אין צוויי יאר פון היינט און צו איר קענט זעהן במציאות אז דאס זאל זיין עפעס וואס קען אייך העלפן.
מ'זעהט זייער אסאך מאל אז מענטשן גייען צו דרשות פאר אינספיראציע אדער חיזוק וכדו', און די סיבה פאר דעם איז ווייל די אינספיראציע פאר א מענטש אז ער קען באמת אנקומען מאכט אים אמת'דיג וועלן, און דאס גיבט אים בעז"ה דאס יכולת צו טון וואס ער דארף צו קענען דערגרייכן דעם ציהל.
מ'דארף אבער זיין פארזיכטיג אפי' אין דעם הינזיכט נישט אריינצוגליטשן אין א פרישע סעריע פון חלומות, מ'הערט אמאל אז איינער שטעלט זיך אויף רעדן א דרשה, און זאגן מיט זיכערקייט די סיבות פון זיין הצלחה, און עס איז נישט אלס אזוי פשוט, מ'קען זעהן מענטשן מיט די זעלבע סיבות וואס זענען נישט מצליח.
נאר וואס דען, אויב דער מענטש קען דורך די ווערטער אנקומען צו גלייבן אין זיין אייגענעם יכולת בעז"ה אנצוקומען, וועט דאס העלפן זיין רצון און אזוי ווייטער ווי אויבנדערמאנט.
צום שלוס פון דעם ענין דארף מען געדענקען נאך איין טאקטיק וואס איז קריטיש וויכטיג.
פונקט ווי וויכטיג עס איז אויפצובויען אן אמת'ן רצון, איז וויכטיג עס אנצוהאלטן.
דאס מיינט אז אמאל א מענטש אין די אנהייב פון זיין פראיעקט האט ער א רצון ממש ביזן סוף, אבער ווען ער באגעגנט זיך מיט די פראבלעמאטישע חלק פון ברענגען דעם זאך לפועל, ווערט מען אומעטיג און אמאל מיואש, און אפי' נאר די פאקט אז אמאל נעמט עס לענגער ווי געראכטן קען אראפדרייען דעם לעוול פון רצון צו א גאר פאטאלע נידעריגקייט, און דארט פעלט אלס אויס חיזוק צוריק צו גיין צום רצון תחילה.
עס איז וויכטיג צו קענען איבערקייען דעם ערשטן געדאנק ווי מ'איז געווען ווען מ'האט אנגעהויבן און דער רצון האט נאך געברענט.
איבער קוקן די פלענער וואס מ'האט דעמאלס געמאכט, און וואס מ'האט געהאפט צו דערגרייכן
איבערשמועסן מיט די שותפים אדער מיט וועם מ'האנדלט אין דעם פראיעקט.
עס ווערט אנגערופן "חיזוק" און עס איז קריטיש וויכטיג נישט צו פארלירן דעם מאמענטום. אזויפיל גוטע געדאנקען און ביזנעסער זענען געגאנגען שלאפן פאר המפיל נאר ווייל מ'האט נישט געגעבן דעם אזוי וויכטיגן חיזוק וואס מ'דארף אנצוהאלטן "רצון".
יא, רצון איז גאר שטארק, אבער נאר ווען ס'איז באמת רצון, און אויב קען מען זיך נישט ברענגען צום אמת'ן רצון, איז א סימן אז עפעס שטימט נאך נישט אין מח, און מוז נישט זיין אז דאס איז א גוטער געדאנק, אפשר גאר איז עס נאר א חלום.
לאמיר אלע מצליח זיין, האטס א לעכטיגן שבת