האט איר שוין אמאל געהאט אזא עפיזאד ווען איר שלאפט רואיג, איר חלומ'ט איבער א שיינעם חלום, און פלוצים שפירט איר ווי איר פאלט אנידער פון בעט, און איר וועקט זיך אויף אין א בהלה?
איך וויל אייך נישט אריינפירן אין א חלומות שמועס און מסביר זיין וואס דאס קען זיין, ווייל איך ווייס נישט, איך בין נישט קיין חלומות עקספערט, אבער איך וויל אריבער פירן דעם פארגלייך צו דעם דיפערענץ צווישן א חלום און א וויזיע אין ביזנעס.
מיר ווייסן אז אינטער רוב גרויסע און סוקסעספולע ביזנעסער ליגט א וויזיע וואס איינער האט געהאט, און דער אויבערשטער האט געהאלפן אז מ'האט עס געקענט מיט הצלחה אויספירן און ווייטער אנהאלטן.
מיר זעהן אבער אויך זייער אסאך מענטשן וואס האבן מכלומרשט א "וויזיע" און ס'ווערט דערפון ממש גארנישט, און צומאל נאך ארגער אז די מענטשן לאזן זיך קאסטן געלט דערויף און בלייבן נאך אין חובות אויך.
איך האב שוין גערעדט צו גאר אסאך פון די סארט וועלכע האבן עפעס וואס זיי רופן אן א וויזיע און מ'דארף באשליסן וויאזוי מ'נעמט עס צום נעקסטן טריט, און דאס וויל איך היינט אויסשמועסן מיט אייך חשוב'ע לייענער:
ווען איז עס א וויזיע? ווען איז עס א חלום? און ווען איז עס א חלום וואס מ'טאר אפי' נישט איבערדערציילן.
אין עולם הנגינה זענען דא טאלאנטפולע קאמפאזיטערס וועלכע מאכן גאר שיינע ניגונים, זיי זענען מחדשים, און אין עולם הכתיבה זענען דא גאר טאלאנטפולע שרייבער וועלכע קענען באקן א מעשה וועלכע זאל האלטן געשפאנט דעם לייענער עד הסוף.
נאכדעם זענען דא מענטשן וואס קענען אוועק דרייען א תנועה אזוי אז ס'זאל נישט האבן קיין גלייכן אבער קיין ניגון ווערט נישט דערפון. און דאס זעלבע מיט שרייבער, זענען דא וועלכע קענען פארדרייען א קאשע, און פירן דעם לייענער אויף א ראולער קאוסטער אבער קיין מעשה איז עס נישט, דער טאלאנט איז דא, אבער די מעשה ווערט נישט.
לגבי ביזנעס פאסירט די זעלבע זייער אסאך מאל, בפרט אין דעם היינטיגן וועלט ווען יעדער וויל אנקומען צום שפיץ, מענטשן ווילן אויפבויען א געדאנק, און נתעשר ווערן דורך דעם וועלטס חידוש, מ'ליינט פון פארשידענע גאר גליקליכע מענטשן וואס האבן מיט א קליינעם געדאנק זוכה געווען צו קריכן ארויף צום שפיץ פון לייטער, און דאס מאכט מענטשן חלומ'ן אדער רוף עס וויזיע'נען, און אסאך מאל פארברענגען צייט און געלט אויף גארנישט.
מיינט נישט צו זאגן אז ס'איז שלעכט צו חלומ'ן אדער פרובירן, אבער מ'מוז זייער שנעל קענען איינזעהן אויב דער געדאנק איז עפעס אויף וואס מ'מעג פארברענען געלט, און מ'מעג נוצן אביסל מער צייט איינצוזעהן אויב אפי' צייט טאר מען נישט פארברענגען דערויף.
איך אליינס קען מעיד זיין אז ווען יעדער געדאנק וואס איז מיר שוין בייגעפאלן זאל איך דערויף ספענדן געלט וואלט איך היינט געזעצן ביים טיהר פון באנק מיט א רויטן קרייץ פושקע. פארשטייט זיך אז פון די אנדערע זייט האב איך שוין געהאט געדאנקען וועלכע איך האב פשוט נישט געקענט אויספירן ווייל די פינאנצן האבן נישט ערלויבט, און ס'האט מיר פאר א מינוט באנג געטון ווען איך האב געזעהן א צווייטן עס יא אויספירן. אבער זייער שנעל האב איך זיך אויסגעלערנט אז מ'קען נישט וויינען אויף די זאכן, ווייל אויב האב איך עס נישט געקענט אויספירן איז עס נישט מיין געדאנק מער.
אבער ס'איז זיכער וויכטיג צו האבן די מעסטער צו זעהן וועלכע איז א וויזיע און וועלכע איז א חלום.
ביידע סיי א אוויזיע און סיי א חלום הייבן זיך אן מיט דעם באקאנטן "בליץ" ווען ס'פאלט איין א געדאנק, דער חילוק איז נאר וואס עס פאסירט נאכדעם.
לאמיר קודם רעדן פון די וואס זענען קלאר "חלומות".
א חלום איז ווען איר טראכט פון א געדאנק און איר זעהט די גרויסע סוקסעס אין אייער דמיון, איר זעהט שוין וויאזוי דאס געלט פליסט, אבער ווען איר פרובירט צו ציען א קייט וויאזוי מ'קומט אן אהין, אפשר אפי' נישט אלע דעטאלן אבער עכ"פ א שטיקל מהלך, דעמאלס איז עס בלויז א דמיון אדער א חלום וואס דארף א פתרון.
איך וויל נישט זאגן אז מ'מוז אין די פאזע פון א געדאנק א בליץ וויסן גראד וויאזוי מ'גייט עס אויספירן, אבער מ'מוז יא קענען עכ"פ פארשטיין און פרעגן דערוועגן בעפאר מ'אינוועסטירט געלט און צייט.
א חלום איז עפעס וואס מאכט אייך צופיל מאל זאגן "מ'וועט שוין זעהן, מ'וועט זיך שוין אן עצה געבן" אן קיין שום ממשות'דיגע מהלך, אדער א פערזאן צו וועם איר שפירט אז איר קענט זיך ווענדן צו הערן עצה ותושי' דערוועגן.
א חלום איז עפעס וואס האט נישט קיין פלאן. איר קענט נישט אנווייזן נישט וויאזוי איר גייט דאס אנהייבן, און אודאי נישט וויאזוי איר גייט אנקומען צום מציאות דערפון.
א חלום האט נישט געוויינליך קיין "נישט גוטע זייט". מ'זעהט נאר אז ס'שיינט און לייכט, און מ'קען פשוט נישט זען אז ס'קען אויך זיין א דורכפאל אדער שווער צו עררייכן. (וועקט אייך אויף)
וואס איז א וויזיע?
נאכן "בליץ" זיצט איר מיט א פענע און א פאפיר און איר פרובירט צו פארשטיין וואס די אמת'דיגע קאסטן אדער פעולות וואס דארפן געטון ווערן דערצו זענען.
איר מאכט א חשבון און א קלארן מהלך וויאזוי איר האפט צו דערגרייכן דערצו.
אפי' אויב איר האט נאך נישט קלארקייט אין אלע ענינים ארום דעם בליץ, זענט איר גרייט צו גיין הערן פון עקספערטן, און איר טוט עס למעשה.
א וויזיע איז א חלום מיט א פלאן.
א וויזיע ווייזט קלאר די שוועריגקייטן, און איר קענט זייער קלאר זעהן אז ס'איז דא ריסק פון א דורכפאל. אויב זעהט איר דאס נישט, האט איר נאך נישט געלערנט פונקטליך די וויזיע, און ס'איז ביזדערווייל נאך א חלום.
לאמיר יעצט אויסשמועסן עטליכע וויכטיגע פונקטן ווען איר קומט אויף מיט א געדאנק, וויאזוי באמת צו ארבייטן און מאכן זיכער אז איר פארברענגט נישט קיין צייט און געלט בחנם.
קודם דארף מען באטראכטן אויב דער געדאנק איז באמת עפעס וואס מ'קען בפועל טון. און אויב איז שוין דא ערגעץ וואו דאס ווערט געטון דארף מען באטראכטן מיט וואס זענט איר אנדערש און אויב איר זענט נישט אנדערש פארואוס איר האלט אז איר קענט מצליח זיין צו ברענגען א סערוויס אדער פראדוקט צום מארקעט וואס אזוינס איז שוין דא, און נאך אלס מצליח זיין.
ס'איז נישט אויסגעשלאסן אז איר קענט פונקט זיין אין די ריכטיגע פלאץ און צייט, וואס אפילו אויב יאז שוין דא אזא ביזנעס וועט איר אויך קענען מצליח זיין, איר מוזט דאס אבער גוט באטראכטן, און זיין אויפריכטיג דערמיט.
נישט לאנג צוריק האב איך באקומען א טעלעפאן קאלל פון איינעם וואס האט זיך פאררופן אלס א וויזיאנער, ער איז א ביזנעס מאן וואס האט א חידוש פאר א נייע סארט פראדוקט.
ער האט מיר פארציילט איבערן פראדוקט, און איך וועל פארשטענדליך נישט מגלה זיין דא פונקטליך פון וואס ער האט גערעדט, איך פאררוף מיך צו זיין קאנפידענשעל.
אבער אין זיין שמועס האט ער גערעדט פון א פראדוקט וואס האט צופיל "האפנטליך'ס". דאס הייסט אז ער האט א פלאן פאר א פראדוקט וואס וועט האפנטליך ארבייטן אויב עס וועט האפנטליך זיין א פארלאנג פאר אזא זאך כאטש יעצט איז נאך נישט דא.
ער האט געבויט דעם גאנצן פלאן פון די פראדוקט סיי די געברויך איז נאך נישט געווען נאר ער האט געהאפט ס'וועט אמאל זיין, סיי די וועג וויאזוי צו בויען דעם פראדוקט איז נאך נישט געווען שייך נאר האפנטליך מיט פארשריט אין טעכנעלאגיע וועט מען דאס אויך קענען מאכן.
בקיצור הדברים ס'האט מיר אודאי נישט לאנג גענומען צו מסביר זיין פאר דעם איד אז ער זאל מיך צוריק רופן ווען די פאר זאכן ווערן קלארער, וואס וועט לכאורה נישט פאסירן אזוי שנעל, און פארשטייט זיך אז מ'רעדט דא פון אן עקסטרעמען פאל, אבער אזוינע אנדערע פעלער וואס זענען אפשר נישט אזוי קלאר עקסטרעם אבער ס'פעלט יסדות'דיגע חלקים פון דעם פלאן, דאס דארף מען זייער שנעל קענען אבזערווירן.
פארברענגט נישט קיין צייט מיט קיין וויזיע, אויב:
איר האט נישט די יכולת צו טון עפעס דערצו.
איר ווייסט נישט קלאר ווער עס זענען די קאנדידאטן וואס וועלן זיין אינטערסירט דערין.
איר האט נישט אויסגעשמועסט מיט עקספערטן אין די אינדוסטריע אין וועלכן איר קלערט אייער פראדוקט וועט דינען.
איר קענט נישט אפשרייבן א בערך'דיגן מהלך וויאזוי צו גיין פון דעם חלום ביזן פתרון.
און ביז דעמאלס האט נישט מורא צ טראכטן ווייטער און אויפצוקומען מיט נייע געדאנקען, עס איז נישט שלעכט צו פרובירן, מ'דארף נאר וויסן ווען אפצולאזן און גיין צום קומנדיגן געדאנק.
האט א לעכטיגן שבת.