יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ ראט און טאט
ארטיקלען

פרשת צו תשפ"ד

ראט און טאט · "דער שטיבל" · שנת תשפ"ד

די וואך לאמיר רעדן פון א וויכטיגע נקודה אין ביזנעס, און אין סעילס, און אפשר גאר סתם אזוי אין טאג טעגליכן לעבן.

איך האב אמאל געקלערט א שאלה וואס דוד המלך האט געפרעגט פון בורא עולם פארוואס ער האט באשאפן דעם עצם רעיון פון "משוגעת", וואספארא תועלת איז דאס אין דער וועלט. אלעס האט דאך א תכלית.

האט אים דער בורא כל עולמים געוויזן דורך דעם וואס ער איז אמאל אריינגעפאלן ביי אכיש דער קעניג ביי די פלשתים וועלכער האט אים געוואלט הארגענען, האט זיך דוד המלך געמאכט משוגע, און אכיש האט געפרעגט צו פעלט מיר דען שוטים? ער קען דאך נישט זיין דער קלוגער דוד המלך. און אזוי איז ער געראטעוועט געווארן.

האב איך אמאל געקלערט די זעלבע שאלה וואס איך וויל נישט ח"ו דארפן אנקומען צו קיין הסברים, איך פרעג נישט די שאלה ווייל ס'איז מיר שווער נאר ווייל איך וויל צוקומען צום תירוץ.

פארוואס האט דער אויבערשטער באשאפן פראבלעמען? וואלט נישט בעסער געווען א וועלט אן קיין פראבלעמען? ווען אלעס איז כשורה און גארנישט דארף מען נישט טרעפן קיין לעזונג.

פארשטייט זיך אז ס'איז קיין קשי' נישט סיי פון רוחניות און סיי פון וואס מיר זעהן בעין אפי' מיט די גשמיות'דיגע אויגן. די וועלט איז באשאפן געווארן ברוב חסדו וטובו אז דער מענטש זאל שפירן ווי ער טוט עפעס, און ווי ער מאכט אליינס א דיפערענץ, נישט צו שפירן ווי מ'עסט נהמא דכסיפא, לאמיר אבער צוקומען צום ענין פון וואס מיר ווילן שמועסן.

ווען נישט קיין "פראבלעמען" וואלט נישט געווען קיין געשעפטן, ס'וואלט נישט געווען קיין אקאנאמיע, ס'וואלט נישט געווען גארנישט.

דער גאנצער הלך ילך פון געלט איז ווען איינער האט א פראבלעם און דער צווייטער האט א לעזונג, דער מיטן פראבלעם צאלט געלט צו באקומען דעם לעזונג.

אמאל איז עס אז איינער איז הונגעריג און דער צווייטער האט עסן, אמאל איז עס ער זוכט וואו צו וואוינען און דער צווייטער האט די הויז און אזוי ווייטער.

דער ווארט פראבלעם איז נישט קיין שרעקוועדיגער, עכ"פ אין קאנטעקסט פון אונזער שמועס רעד איך פון פראבלעם אזוי ווי מ'רופט א מעטאמאטישע שאלה אין ענגליש א "מעטה פראבלעם". ס'איז ווי מ'רופט עס די שאלה וואס ברענגט צו א תירוץ אדער אויספיר. און אזוי גייט אלעס אין לעבן, עס פאנגט זיך אן מיט א שאלה, א פראבלעם, א וואונדער וכדו', און ס'ענדיגט זיך מיט א אויספיהר א תירוץ א לעזונג אא"וו.

אבער "פראבלעם סאלווינג" דאס הייסט לעזן פראבלעמען איז יא א פאך ווען מ'רעדט דערפון אין א הצלחה'דיגן וועג.

יא, יעדער פראבלעם ווערט צום סוף געלעזט ווייל ס'איז דא א באשפער אויף דער וועלט, און ער האט באשאפן דעם פראבלעם אז דער מענטש זאל מיטלעבן דעם גאנצן לעבעדיגן שפיל, און הנאה האבן פון זיין שיינעם לעזונג, אבער אין ביזנעס ווען א איד איז א "פראבלעם סאלווער" א לעזער פאר די פראבלעמען, און ער טוט עס ריכטיג איז ער בעזר השם אויף די רעלסן פן הצלחה.

צו קענען לעזן פראבלעמען דארף מען עס קענען ליינען און פארשטיין טיעף און קלאר.

צום ביישפיל ווען עס מאכט זיך אז די אטמאספערע אין די ארבייט פלאץ איז נישט גוט, עס איז ווי מ'רופט עס א "האסטייל ענווייראמענט" מ'שפירט א סארט אנגעצויגנקייט אין די לופטן, איך רעד נישט ווען עס איז א דירעקטע תוצאה פון וואס דער בעה"ב איז גורם, נאר אמאל סתם פון צווישן די ארבייטער אליין מאכט זיך אזוינע זאכן.

לאמיר זעהן וואס טוט דער בעה"ב אין אזא צייט אויב איז ער נישט קיין ריכטיגער פראבלעם לייענער, ער קומט אריין און ער מאכט ארדענונג, ער פארדרייט יוצרות טוישט פאזיציעס, צוברעכט תיקונים און מתקן שברים, ער ווייסט אז עפעס איז נישט גוט, ער פארשטייט אז אזוי ווי ס'איז יעצט איז זיכער נישט גוט, און אלס נישט צו טיעפער פארשטייער, מאכט ער קודם זיכער צו צוברעכן אלעס און טוישן אלעס, און אפשר אזוי וועט בעסער זיין.

דער בעה"ב וואס ווייסט צו אנאליזירן א פראבלעם ביסודו, וועט זייער גרונטליך נאכגיין וואס און פון וואו דער עיקר פראבלעם שטאמט, און פרובירן ווי ווייניגער רעש, און ווי ווייניגער רוטין טויש, ער וועט פרובירן מיט אלע כוחות אנצוכאפן דעם שפיץ און באהאנדלען שטילערהייט מיט די מינימאלסטע שינויים אין די סדרי ה"ביזנעס", אט דער בעה"ב וועט אודאי אנקומען אסאך בעסער.

דאס הייסט אין קורצן:

די נושא פון א "פראבלעם" קען זיין גאר א גוטער מתנה פון הימל צו קענען באמת פארשטיין וואו מ'האלט אויף דער וועלט און קענען טון די ריכטיגע זאך, אויב אבער דער "פראבלעם" ברענגט נאר צו אנטלויפן פון דעם רעאליטעט, און מ'פארשטייט נאר אז אזוי ווי ס'איז יעצט איז נישט גוט, און מ'גייט נישט ווייטער צו פארשטיין וויאזוי צו מאכן בעסער, קען עס מאכן א גרעסערן חורבן.

מ'זעהט זייער אסאך מאל דעם פאקט אז אין ביזנעס 1 איז געווען א פראבלעם וואס פארדעם האט מען בעסער געמאכט און אין ביזנעס 2 איז געווען א פראבלעם וואס האט ריאונירט די ביזנעס, טראץ וואס ס'איז געווען בערך די זעלבע פראבלעם.

לאמיר אנקוקן פראבלעמען פון נאך א קוק ווינקל וואס איז גאר אינטערסאנט, וואס דאס איז לגבי סעילס.

צו פארקויפן א זאך פאר א מענטש ווי שוין אויבנדערמאנט איז דער סדר העולם אז מ'דארף האבן א געוויסע צורך, אדער ווי מיר רופן עס דא א "פראבלעם" און דער סעיל איז געווידמעט צו ברענגען א לעזונג צו דעם צורך.

מענטשן קומען אויף מיט געדאנקען נייע פאטענטן וואס זיי זענען זיכער אז די וועלט וועט אויפכאפן און מאכן פאר א ביליאן דאללער פראדוקט, און צומאל שטעלט זיך עס ארויס אז ווי גוט דער פראדוקט איז אדער וואלט געדארפט זיין, ווערט עס נישט אויפגעכאפט אזוי, און עס בלייבט א פארלוירענע גוטע געדאנק.

איינע פון די סיבות איז זייער אסאך מאל אז אפי' אויב דער געדאנק איז א גוטער, און ס'איז א לעזונג פאר א געוויסע פראבלעם אדער כמו פראבלעם, ווייסן אבער נישט דער המון עם אז דאס איז א פראבלעם, און אויב די מארקעטינג צו לאזן וויסן און דערוועקן די מוחות אז דאס איז א פראבלעם איז נישט גאר גוט, דעמאלס וועט דער פראדוקט נישט מצליח זיין.

דאס הייסט אז אין סעילס, וואו עס איז אויך דא דער זעלבער דערהער, אויב איז דיין פראדוקט אדער סערוויס נישט עפעס וואס דער מענטש זעהט א פראבלעם, דאס מיינט אז ער שפירט נישט דעם פראבלעם אליינס, וועט איר דארפן שווער ארבייטן צו מסביר זיין דעם פראבלעם פאר איר קענט אפי' שטעלן א טריט פאראויס צו פרובירן עפעס צו פארקויפן.

אין פאל ווען איר פארקויפט עפעס וואס איז פשוט, יעדער ווייסט מ'דארף עס, איז די ארבייט פארשטייט זיך צו מאכן אז דער קונה זאל פארשטיין פארוואס קויפן ביי אייך איז בעסער, וואס דאס מאכט קויפן ביי א צווייטן א פראבלעם, נישט קיין גרויסע פראבלעם אבער צו א געוויסע לעוול.

למשל אמאל איז די פראבלעם אז יענער איז טייער, און מיין לעזונג איז אז איך בין ביליג

אמאל איז עס א פראבלעם אז יענער גיבט נישט קיין סערוויס, און מיין לעזונג איז אז איך גיב יא.

ווייל נאר אזוי קענט איר מאכן א מענטש קומען קויפן ענדערש צו אייך ווען איר ווייזט אויף עפעס וואס איר האט א בעסערן לעזונג.

אויב אבער איז דער פראדוקט בכלל נישט קיין זאך וואס דער מענטש האט ביז היינט געהאט אדער גענוצט דארפט איר באמת פארשטיין וואס דער פראבלעם איז און עס קענען מסביר זיין פארן מענטש.

מ'זעהט אמאל סעילסלייט וואס פרובירן צו באשאפן פראבלעמען, זיי וועלן אריינקומען גראד מיט דעם פראזע: איר האט א פראבלעם מיט דעם. און פרובירן צו פארשלאגן א לעזונג. און דער פראספעקט קוקט אים אן ווי פון די לבנה, ווער האט דיר געזאגט אז איך האב בכלל א פראבלעם?

דא קומט אריין די חכמה פון "אויסהערן" וואס דאס איז דער ערשטער כלל אין אזוינע סעילס. אויב קענסטו נישט אויסהערן און דערשפירן פון דעם מענטש אביסל זיין מצב וועסטו קיינמאל נישט וויסן צו ער האט טאקע א פראבלעם און וועסט רעדן צום וואנט ווען פרובירן צו פארקויפן.

זאל דער אויבערשטער העלפן אז מ'זאל נאר האבן גוטע פראבלעמען וואס ברענגען גוטע רעזולטאטן.

האטס א לעכטיגן תמיד

פראבלעמען שאפן צו מאכן א לעזנג אין דעם סעילס פראסעס