יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ ראט און טאט
ארטיקלען

דער דירות קריזיס

ראט און טאט · "דער שטיבל" · פרשת ויקרא תשפ"ד

געוויינליך האב איך נישט ליב צו ווערן מיטגעשלעפט מיט דעם ברענדינג פון א קריזיס. דאס הייסט אז איך האב מיך שוין אויסגעלערנט פון עקספיריענס אז נישט יעדער קריזיס איז טאקע א קריזיס, און מ'קען זיך דינגען דערויף צו עס איז טאקע קריזיס, אדער כ'ריזיס מיטן כ"ף הדמיון.

מ'מוז אבער מודה זיין אז דער דירה קריזיס ווערט נישט בעסער, און אונז האלט מיר היינט אין א תקופה ווען ס'איז באמת עפעס וואס באזארגט מענטשן, און בארעכטיגט.

יארן צוריק קנאפע 12 יאר צוריק האב איך געשריבן פארשידענע ארטיקלען אין די נושא, ווען איך האב גענומען א שריט וואס אין יענער צייט איז נאך געווען א געוואגטער שריט, פון זיך אויפהייבן פון וויליאמסבורג וואו איך בין אויפגעוואקסן און ב"ה זוכה געווען צו וואוינען די ערשטע 10 אדער מער יארן נאך מיין חתונה, און געצויגן קיין קרית יואל המעטירה.

עס איז געווען געוואגט ווייל אין דער תקופה איז נישט געווען נארמאל פאר איינעם וואס האט א אייגענע דירה אין וויליאמסבורג צו אנטלויפן סיי וואו, און איך האב עס יא געטון. נישט נאר האב איך עס געטון, נאר איך האב עס הויך אנאנסירט ביי א גרויסע מסיבה פון קרן עזר וואו איך בין געווען אויפן פאנעל וואס מ'האט אונז געפרעגט שאלות, און אויף די דירה שאלה האב איך געלאזט וויסן וואס איך טוה דערוועגן.

איך געדענק די שאק פון געוויסע מענטשן וואס זענען געקומען צו מיר נאך די דרשה פרעגן פארוואס איך טוה דאס? צו עס איז ממש אזוי, אז איך מוף ווייל איך בין באזארגט אז מיינע קינדער וועלן נישט קענען האבן דירות אין וויליאמסבורג, זיי האבן מיר נישט געוואלט גלייבן, זיי האבן חושד געווען אז עפעס מער איז אונטער די קוליסן. אבער ניין, איך האב נישט געוואלט קויפן א גרעסערע דירה אין וויליאמסבורג, ווייל איך האב נישט געקענט, און ווייל ס'האט נישט געהאט קיין פשט פינאנציעל, ועל הכל איך האב נישט געזעהן קיין שום אויסזיכטן צו קענען טרעפן געהעריגע דירות ווען ס'קומט צו חתונה מאכן די קינדער.

פארשטייט זיך אז אין יענע צייט איז דער קריזיס נאר געווען א ווייטער קאזין פון די היינטיגע, און מ'האט נישט גע'חלומ'ט אז נאכן עפענען אזויפיל נייע געגנטער, און נאכדעם וואס יערליך ציען זיך ארויס הונדערטער משפחות צו קרית יואל, מאנסי, לעיקוואד, און אין וויליאמסבורג אליין האט זיך דאס הארץ פון וויליאמסבורג אויסגעצויגן פון ליע עוו. ביז דעקאלב, און אזוי ווייטער ביז גאסן וואס איך אליינס קען נישט די נעמען. און פונדעסטוועגן ווערט נישט בעסער אין דעם הינזיכט. נאר אדרבה אפי' אין די נייע געגנטער גייען פרייזן ארויף און ס'זעהט אויס ווי אומלעזבאר.

וואס איז דער פראבלעם? פשוט, עולם מיט נפש דארפן זיך פארשטיין, ווען ס'איז דא בליעה"ר א ריבוי נפש, און די עולם בלייבט נאר אזוי גרויס ווי ס'איז, מ'קען דאך נישט וואוינען אין מדבריות אדער אין גויאישע געגנטער, ווערט א ריזיגער דימענד וואס די סופליי קען נישט נאכלויפן בדרך הטבע.

ווער איז שולדיג? קיינער נישט.

עס איז א גויאישער מנהג אז אויף יעדע שווערע זאך מוז זיין א שולדיגער, אבער איך אקצעפטיר עס נישט. איך הער מענטשן רעדן אויף עסקנים און עוסקי בצרכי ציבור, ווי כאילו ווען די אידן זענען געבוירן געווארן זענען זיי באאויפטראגט געווארן צו טרעפן די סאלושן'ס פאר כלל ישראל, און אויב קענען זיי נישט זענען זיי געפערליכע באנדיטן, ווען אין די זעלבע צייט טוען די לשה"ר טרעגער זיפן קאווע און קייען קאצקע צוקער א שטייגער ווי די וועלט דארף שטיין גרייט זיי צו באדינען.

נאטורליך איז פלאץ ענג ווען עס איז דא א ריבוי עם בליעה"ר בפרט אויף דעם פארנעם וואס מ'זעהט עס אין היימישן ציבור די לעצטע יארן ב"ה.

וואס איז די עצה? דאס האט איינער פון די לייענער אריינגערופן פרעגן, און געבעטן מ'זאל שרייבן דערוועגן.

עס זענען דא כלליות'דיגע תירוצים דערויף, און מ'קען רעדן בפרטיות אויך גאר אסאך.

לאמיר קודם רעדן בכלליות.

דער פראבלעם קומט פון א גאר גוטן פלאץ, דער סיבה פון וועלן וואוינען אין שמאלץ טאפ, איז ווייל מיר מוזן וואוינען אין א מקום תורה, און יעדער צו וועלכע קהלה אדער מוסד מ'געהערט איז דא סיבות פארוואס מ'וויל זיין אין דעם שטאט אדער געגנט וואו די סערוויסעס אין אידישקייט ווערן צוגעשטעלט מיט א ברייטקייט, אנע דעם וואס מ'זאל זיך מוזן מוסר נפש זיין צו מחנך זיין די קינדער על דרך ישראל סבא.

דער קליין ביסל מסירות נפש וואס מיר האבן אין דעם הינזיכט איז טאקע אט דאס אז מיר גיבן אויף אונזערע רעכטן צו קענען וואוינען אויף א פארעם אין יוטא אדער אויף א אינזל אין די פיליפינען, אלעס ווייל מיר ווילן אז אונזערע קינדער זאלן האבן דעם ריכטיגן חינוך, און מיר זאלן האבן מנין יעדן טאג, און א מקוה יעדן צופרי און א מורה הוראה צו יעדע צייט, און אזוי ווייטער.

אלזא די סיבה איז נישט אז איינער איז אונז עפעס שולדיג, נאר מיר האבן זיך דאס אויסגעוועהלט אלס א מהלך החיים צוליב די רוחניות וואס מיר מוזן האבן אין לעבן. וואויל פאר אונז.

ווען איך לייען ווי מענטשן שרייבן אדער איך הער ווי מענטשן רעדן מיט די געוויינליכע אפשפאס פון דעם פאנאמענע, מיט די באקאנטע שטעך פראזן ווי: מ'מוז דען זיין אינטער די מאמע'ס פארטוך? אדער: פארוואס ווילן עלטערן אלע זייערע קינדער ארום דעם קארנער? וכדו'. טוט מיר וויי די איגנאראנץ און ברענגט אן איבל צום אומרעאליסטישן וועג פון מחשבה.

יא, עלטערן ווילן זיין נעבן זייערע קינדער, און זענען גרייט צו אוועקגעבן אסאך באקוועמליכקייטן צו האבן דעם גאר כלליות'דיגן באקוועמליכקייט ווי קינדער סביב לשלחן. עס איז דער נארם, און ווען נישט איז צריך בדיקה.

קינדער ווילן זיין נאענט צו זייערע עלטערן פאר א מיליאן גוטע סיבות, און דאס נישט האבן א פריוואטן פעלדל אדער צאלן ביליגער רענט איז זיי נישט גענוג צו אנטלויפן פון דעם גאר וויכטיגן כיבוד אב ואם און הנאה האבן פון דעם שבת אחים גם יחד וואס דאס איז עפעס וואס ווערט נישט ווייניגער וויכטיג ווען מ'קען דאס האבן פאר סיי וועלכע פרייז.

דאס מאכט נישט אוועק אז אמאל איז עס ממש נישט מעגליך, און מ'מוז נעמען שריט, און אויפגעבן אויף דאס וואס מ'וויל אזוי שטארק, אבער זיכער איז עס נישט עפעס וואס מ'קען איגנארירן מיט סתם העצע, אויפהייטערן מוחות פון יונגעלייט אז דאס זיין מיט די עלטערן איז עפעס א סארט קינדישקייט אדער אומערוואקסנקייט. זיכער אז נישט.

א איד האט מיך געפרעגט, וואס איז דען געווען אינדערהיים? ווען מ'פלעגט וואוינען צעזייט און צעשפרייט, מ'האט זיך אליינס מסדר געווען און שנעלער אריינגעוואקסן אין די ימי עמידה אלס א זעלבסט שטענדיגער מאן אדער ווייב און געבויט אן אייגן שטוב.

דאס איז אלעס גוט פאר די ביכער, אבער במציאות, ווער ס'האט געקענט וואוינען מיט עלטערן האט נישט נאר געוואוינט אין זעלבן שטאט, נאר אינדערהיים פלעגט מען גאר וואוינען אין די זעלבע דירה פאר א לאנגע צייט ווילאנג דאס קעסט האט אנגעהאלטן.

אונזערע יונגע פארפעלקער האבן נישט קיין קעסט, זיי פאלן אריין אין א לעבן מיט גאר גרויסע הוצאות, נישט נאר די דירה געלט, נאר אפי' אין אנדערע תחומים אין לעבן, אפי' ווען מ'זאל זיי געבן די דירה פאר חצי חנם וועלן זיי נאך אלס קענען דארפן און נוצן די מיטארבייט פון די עלטערן וואס האבן שוין ערפארונג אין די טאג טעגליכע לעבן, און עס איז נישטא קיין באגנוגנדע סיבה צו אפלאכן פון דעם.

אדרבה, אין רוב פעלער ווען עלטערן וואוינען נאענט צו די קינדער, אפי' ווען זיי זענען אומפארמעגליך העלפן זיי אומבאמערקט גאר שטארק די קינדער אפי' פינאנציעל, סיי מיט סעודות און סתם אזוי עסנווארג, ווי אויך ווען ס'קומט צו בעביסיטן אדער אנדערע קליינליכקייטן וואס ווערט נישט אדרעסירט אין דעם געוויינליכן בודזשעט פון א נייעם פארפאלק, און ווי נישט איז קאסטבאר און אסאך מאל א שטארקער דרוק אויפן נייעם פארפאלק.

נו וואס זאל מען טון ווען מ'קען נישט?

דא קומט אריין דער פרטיות'דיגער שמועס.

ווער זענט איר? וואס איז די פראבלעם?

איז דער פראבלעם אז איר טרעפט נישט קיין דירה ממש? דארף מען טרעפן א צייטווייליגע לייזונג, און דאס אפי' אויב ס'איז שווער איז געוויינליך עפעס וואס מ'קען טרעפן. פארשטייט זיך אז דאס מיינט צומאל צו גיין פורנישד אדער אפי' נאך שווערער אין א קלענערע דירה, ביז מ'איז זיך מסדר.

אויב איז דער פראבלעם די קאסטן? איר קענט פשוט נישט באצאלן פאר א דירה, און ממש עס איז באו מים עד נפש אויף אזוי ווייט אז עס איז נישט ווערד דאס וואוינען צוזאמען מיט די עלטערן, און יעדער איז מסכים אז עס איז נישטא קיין אנדערע ברירה. איז דאך זיכער אז בדיעבד זענען דא פארשידענע געגנטער וואס בעזר השם ווערן אידיש און אויפגעבויט, און מ'קען גיין אהין.

ווערט נישט ברוגז אז איך רוף עס אן "בדיעבד" איך ווייס אז אסאך פון די לייענער האבן דאס געטון לכתחילה, און מיין מיינונג קען אויסזעהן ווי א חוצפה'דיגער אויסברוך קעגן זייערע מיינונגען און די חשוב'ע לייענער זענען ביי מיר טייערער ווי מיין מיינונג.

הערט אבער אויס אביסל קלארער וואס איך מיין דערמיט.

עס איז זיכער אז דאס בויען אידישע געגנטער "בכלליות" איז נישט נאר א לכתחילה, נאר עס איז גאנץ זיכער א חיוב, אויב קוקט מען אביסל אין דעם עתיד, איז נישטא קיין סאך אנדערע ברירות סיי ווי.

אבער ווען מ'רעדט בפרטיות, דאס הייסט, טראכט אריין איבער אייערע קינדער, און געדענקט אז איך רעד יעצט פון זיי, בפרטיות, פארשטייט איר זיכער אז דאס צעשפרייטן די משפחה איז גאנץ שוואך א לכתחילה, אבער אפי' אויב לאמיר שוין זאגן אז מ'רעדט שוין יא אז א גאנצע משפחה פון דעם ראש המשפחה און אראפ ציעהן זיך ארויס צו א נייע געגנט, וועט איר מיר דאך מודה זיין אז די חבלי לידה פון א אנייע געגנט איז גאנץ א שוואכער לכתחילה.

מ'גייט דורך גאר אסאך שוועריגקייטן ביז ווען א געגנט ווערט באמת ווערדע צו ווערן אנגערופן א שטארקער לכתחילה. און מ'דארף זיין גרייט צו פארקוקן ברוחניות ובגשמיות ווען מ'מאכט אזא טריט.

מיר וועלן ממשיך זיין קומענדיגע וואך אי"ה. אבער לאמיר קלארשטעלן אז איך רעד נישט פון ספעציפישע געגנטן, און ווי אייביג איז דא כללים און יוצאים מן הכלל.