מיין נסיעה קיין אייראפע איז נישט נאר געווען גאר אינהאלטסרייך און פול מיט עררייכונגען, ווי די תפלות ביי די קברי צדיקים, וואס אפי' אלס א כהן, איז דאס שטיין אויף די ערד וואס הונדערטער טויזנטער אידן האבן יארן באטראטן ביים מתפלל זיין אויף די קברים אליינס געברענגט צו טרערן און רוישיגע געפילן.
אונזער באזוך ביים זיידן דער הייליגער קול ארי' זצוק"ל איז געווען א הויך פונקט, ווען מיר האבן באזוכט אין דעם אלטן ביהמ"ד אין מאדע, וואו מ'קען האבן א שטיקל בליק אין דעם אמאליגן חן פון א שול, און דעם שטוב אין וועלכן אונזער גרויסע זיידע איז געזעסן און געלערנט, האט אין אונז אריינגעברענגט א הייליגע תשוקה און א סארט היימישקייט פון זיך שפירן ביים זיידן אין וויינגארטן.
מיר זענען געווען ביי די גרויסע צדיקים, און פון דארט געפארן קיין לאנדאן צו א חתונה ווי שוין ערווענט פאריגע וואך. אבער איך קום נישט דא אין דעם וויכטיגן קאלום פארציילן מעשה'לעך און אנעקדאטן פון מיינע אבזערוואציעס, נאר צו איבערשמועסן געוויסע אבזערוואציעס וואס האבן מיר געברענגט לימוד וואס איך קען בעז"ה מיטטיילן מיט אייך חשוב'ע לייענער.
אויף איינע פון די פליגערס וואס מיר האבן גענומען צווישן אלע נסיעות אין די טעג זענען מיר געזעסן מיט א קבוצה סקווירא אינגעלייט, גאר חשוב'ע אינגעלייט, וועלכע זענען אויפן פליגער געזעצן און געלערנט ממש בהתמדה, אז ס'איז געווען א קידוש השם, ווי אויך האבן זיי מיך נאכאמאל איבערצייגט אז דאס גאנצע נארישע געמויזעכץ איבער חסידים אויפן פליגער איז עפעס וואס די ליצני הדור האבן ערפונדן.
דאס איידלקייט וואס האט ארויסגעשיינט און איינגעהאלטענע דרך ארץ'דיגער אויפפירונג איז געווען א קידוש השם. אבער ווייטער פארקריך איך פון מיין טעמע, איך באשרייב נישט דא דעם דרך ארץ פון כלל ישראל, נאר איך קען זיך נישט צוריק האלטן פון מיטטיילן ווען ביי מיר איז עס עפעס וואס איך שפיר זיך שטאלץ דערמיט, אז ווען אידן זענען אויף א פליגער זענען זיי דער עם הנבחר.
מ'הערט אסאך מאל די שמועסערייען אז ווען מ'זעהט א גרופע אידן אויף א פליגער מ'גיסט נעגל וואסער מ'שרייט מערבית וכדו', מ'מאכט ח"ו א חילול השם, די אלע שמות רעות וואס מ'לאזט צומאל ארויס, איך קען נאר אזויפיל זאגן אז וויפיל מאל איך האב געזעהן גרופעס פון אנדערע פעלקער וואס קומען ארויף אויפן פליגער צוזאמען האבן זיי זיכער געמאכט א חילול אלילים א מיליאן מאל מער, און איך בין שטאלץ אז דער איינציגער פראבלעם וואס מיר אידן האבן אויפן פליגער איז אז צומאל דארפן מיר זיך שטעלן דאווענען אדער זיך וואשן די הענט אדער אנדערע פליכטן וואס מיר טוען אלס אידישע קינדער.
דער חילול ד' וואס א איד מאכט ווען ער דאוונט אדער מאכט א ברכה, אדער אנדערע אידישע מצוות וואס קען אויסזעהן פארן גוי אנדערש ווי דער אמעריקאנער אדער אפריקאנער סדר, דאס הייסט נישט קיין חילול ד' ח"ו, פארקערט, עס ווערט זייער רעספעקטירט און הייבט דעם נאמען פון הקב"ה צו זעהן ווי א פאלק האלט זיך צו אירע ווירדן נישט קיין חילוק אין וועלכע אומשטענדן.
איך האב א נאטור אז גויים פרעגן מיך שאלות, איר האט שוין געהערט פון אזא נאטור? איך ווייס נישט פארוואס, אבער כמעט אויף יעדע פרעמדע פלאץ האב איך אזוינע אינטערסאנטע באגעגענישן וואו איך ווער געפרעגט שאלות און זיי זענען גאר אינטערסאנטע שמועסן אלס ודע מה שתשיב, אבער וואס איך האב נאך אין יעדן פאל געזעהן איז דער שטארקער רעספעקט וואס רוב עמי הארץ האבן פאר דעם עצם רעיון אז א איד האלט זיך צו א געוויסע שטארקייט און פארגעסט נישט ווער ער איז וואו אימער ער איז.
אויף איינע פון די נסיעות פארנדיג צו מקומות הקדושים האט מיך א גוי אויסגעפרעגט וואו די אלע אידן פארן, און האט נישט געקענט זיך גענוג אפוואונדערן אז אידן צאלן אזויפיל געלט צו פארן אזויפיל מייל צו זיין ביים קבר פון א צדיק זיך אויסצובעטן.
אין א צווייטן פאל האט מיר א גוי געזאגט מיט טרערן אז ער וואלט זיך געוואונטשן אז ער זאל האבן עפעס וואס צו האלטן טייער אדער געוויסע ווירדן צו וועלכע ער זאל זיך מוזן שטעלן.
אין יעדן פאל זענען מיר ב"ה שטאלץ צו זיין דער עם הנבחר, און איך האב געמוזט דאס אויפברענגען. פארשטייט זיך אז מ'דארף זיין פארזיכטיג, ווייל אמאל אומווילנדיג קען זיך מאכן א חילול ד' ח"ו און דער איד ווייסט אפי' נישט אז עפעס האט פאסירט.
דאס איז א טעמע פון וואס איך וויל אביסל רעדן.
דער סדר העולם איז עפעס וואס איז אונז בעצם נישט מחייב, מיר האבן סדרי משניות און סדר נאכט, ביי אונז איז נישט רעלעוואנט רוב פון די חוקי העולם וועלכע צומאל זענען גאר פארקערט ווי מ'האט אונז געלערנט.
אבער צומאל איז פשוט דא א געוויסער חסרון ידיעה אויף קלייניגקייטן וואס וואלטן נישט וויי געטון צו טון אדער עכ"פ נישט צו טון פונקט פארקערט און שאפן א מהומה אדער אפי' א קליינליכן גערודער ווען ס'פעלט נישט אויס, און אלעס ווייל מ'האט פשוט נישט דעם ידיעה אז דאס איז עפעס וואס ציהט בייז וואונדער.
מ'רעדט נישט פון טון עפעס וואס מ'טאר נישט, מ'רעדט פון פשוט זיין מענטשליך טראץ וואס מיר האבן זיך נישט וואס צו שעמען מיטן זייןמענטשליך, אבער געוויסע זאכן אין די וועלט זענען אנדערש אנגענומען און עס שאדט נישט צו וויסן די זאכן.
נו, זאל איך יעצט געבן א שיעור אין הלכות אמעריקע אדער הלכות אייראפע וויאזוי מ'דארף זיך דארט אויפפירן? ניין, עס איז צופיהל, און איך בין בכלל נישט קיין עקספערט דערין. אבער איך קען יא ערווענען איין גרויסער כלל וואס וואלט געהאלפן פארמיידן אסאך אומאיינגענעמליכקייטן.
ווען א מענטש קומט אויף א פלאץ וואו ער איז פרעמד, נישט דארט אלס, און ער איז נישט באקאנט מיט די מנהגי המקום, אפי' ווען עס איז אין א ביהמ"ד ערגעץ אין די פרעמד, איז די בעסטע מהלך זיך אביסל צו צוקוקן און נישט טון גארנישט אויסערארדנטליך ביז מ'פארשטייט בערך וואס און וויאזוי דא ווערן געטון זאכן.
דאס איז געזאגט געווארן סיי ביי מנהגים אין אידישקייט וואו עס איז דא די הלכה אז מ'גייט לויט די מנהג המקום (פארשטייט זיך אז נאר ביי די הלכות וואס דאס איז שייך) און ווי אויך און דאס איז פון וואס מיר רעדן איז פון די תהלוכי החיים אין געוויינליכן טאג טעגליכן לעבן.
אפי' ווען מ'קומט אויף א צווייטע אידישע פלאץ, איז דער דרך ארץ צו געבן אביסל צייט צו אבזערווירן וויאזוי מ'פירט זיך, אפי' נאר צו דערהערן אויף וועלכן נאט מענטשן רעדן דא, פרובירן צו רעדן לויט דעם סדר פון דעם מקום.
צו שרייען הויך וואו יעדער רעדט שטיל איז נישט קיין עבירה, אבער זיכער נישט עפעס וואס מ'וויל נארמאלערהייט טון, און אויב אבזערווירט מען נישט אביסל צו דערהערן די געוויינליכע טאן פון געשפרעכן, קומט דער מענטש אריין ווי א מאטאר ביציקל אין א בינטל רויזן, עס איז עפעס וואס ברענגט בושה טראץ עס איז נישט פארבאטן.
און דא קומען מיר צום פינטל:
ווען איר קומט אין אן עירפארט, א פלאץ וואו איר קומט נישט יעדן טאג, איר זענט א וואוילער איד, און איר באעולה'ט נישט קיינעם, אבער איר קענט טון א קליינע פעולה צו מאכן זיכער נישט צו ציען דאס אויג אלס איינער וואס איז אויסנאם. עס איז נישט קיין עבירה, און איך ווייס נישט אויב ס'הייסט חילול ד' לכאורה נישט. אבער ס'איז איבעריג, און ברענגט אז די וואס האבן ליב צו מאכן פון יעדן קנייטש וואס א איד גיבט א חילול ד' זאלן האבן חומר און מיר דארפן דאס נישט צושטעלן.
עס איז במציאות יא אמת אז מ'זעהט צומאל אידן, און גראדע זעהט מען עס להבדיל טריליאן הבדלות ביי מינאריטעטן פון אנדערע פעלקער וועלכע רעדן אנדערע שפראכן וועלכע קומען אריין אין עירפארט, און ס'טוט זיך קולות ביזן הימל, און זיי באמערקן גארנישט ווי אויגן ברעמן הייבן זיך און אז זיי מאכן אן א געוויסן אומאיינגענמליכקייט אין זאל, און ווען זיי וואלטן ארויסגעלייגט א צעטל ווער זייער אפגאט איז וואלט עס געווען א פארשוועכעניש אויף זיין האלצערנעם פייגער.
אלזא ווען אידן קומען אריין אין א פרעמד פלאץ וואו דער גוי איז ווי נישט ווי דער וואס איז אין דעם פינסטערן גלות ביי די מאכט, אדער עכ"פ ער איז דער רוב דארט, איז זיכער אז מיר ווילן נישט אזוי אויסזעהן.
עס פעלט אויס נאר איין קליינע אידישע מדה פון התבוננות, זיך ארומקוקן וואו מ'איז, זעהן וואס די געוויינליכע אויפפירונג זעהט אויס צו זיין, און פרובירן מיט אלע כלים נישט צו זיין אויסנאם.
איך לאך אסאך מאל ווען איינער זאגט מיר "טענק יו" ווייל איך בין אריבער א טיר און יענער האט עס נאך געכאפט אפן. וואס דאנקסטו מיך? אבער למעשה, ווען איך זעה אז א צווייטער גייט אריבער פאר מיר און די טיר בלייבט אפן, זאג איך אויך "טענק יו". פארוואס? ווייל אז דאס איז די מנהג המדינה, מיינט דאס אז עס איז עפעס וואס איך דארף טון כדי נישט צו מאכן א חילול ד'.
לאמיר נעמען א קליינעם ביישפיל:
ס'קומט אויס מ'שטייט אין די ליניע אריינצוגיין ערגעץ, און עס איז ממש א כוחא וטלולא, מ'קען געהעריג אריינגיין פון א שמאלן ווינקל און פארמיידן די גאנצע ליניע, און אודאי אז אין ביהמ"ד אדער ביי די מקוה וואלט געווען א געהעריגע שכל'דיגע זאך צו נעמען דעם געוואלדיגן געלעגנהייט און פארמיידן די צייט פארברענג.
אבער ווען מ'איז אין א פלאץ וואו דער דומער עולם גולם טוט דאס נישט, איז וויכטיג צו פארמיידן אזוינע פעולות. ביים אלגעמיינעם גוי הייסט דאס געהעריג "אומרוען".
לאמיר גומר זיין מיט מסכם זיין די נקודה. ווען א איד קומט אויף א פלאץ סיי א אידישע און להבדיל א גויאישע, איז ראטזאם צו טראכטן, אבזערווירן, און זיך אויפפירן לויט די נימוסי המקום, כדי נישט צו געבן חומר פאר די וואס זענען אונז אלס חושד מיט "חילול ד'" ח"ו.
האט א לעכטיגן שבת