יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ ראט און טאט
ארטיקלען

פרשת ויקהל תשפ"ד

ראט און טאט · "דער שטיבל" · שנת תשפ"ד

געוויינליך איז דער "טאט און ראט" קאלום מער געמאכט פאר א "בכובד ראש" לייען מאטריאל, מ'רעדט פון ביזנעס, מ'רעדט פון פארשידענע געדאנקען וואס זענען נישט געמאכט פאר סתם לייכטע לייען מאטריאל, נאר איבערשמועסן וויכטיגע ענינים וואס ווערן האפנטליך געדעקט און אויסגעשמועסט לאות נפשם פון די חשוב'ע לייענער.

די וואך נעם איך מיך די חוצפה צו שרייבן א לייכטערן סארט ארטיקל, וואס איז אייגנטליך מער די סארט וואס אין מיינע ערשטע שרייב יארן פלעג איך גלייכן צו שרייבן, דאס ווערט גערופן "אבזערוואציעס". איך גלייך זייער צו שרייבן אבזערוואציעס פאר אסאך סיבות, בעיקר ווייל מ'דארף נישט קיין סאך טראכטן, מ'נעמט נישט קיין אקטועלע שטעלונג אין קיין שום ענין, איך מעג דאך זאגן וויאזוי איך אלס מענטש האב אבזערווירט א סיטואציע, און מאכן אנדערע שמייכלען אדער אמאלד זיך בייזערן אבער נאר כלפי מיין מיינונג.

עס איז אויך א לייכטערער סארט שרייבן, און איך קוק אן אבזערוואציעס ווי די מערסטע אויפריכטיגסטע ליגנט. דאס הייסט אז מ'קען שרייבן וואס אימער מיט אן אמת טראץ וואס דער אויספיהר איז פאלש,

דערשרעקט אייך נישט איך קום נישט זאגן אז אבזערוואציעס זענען בכלליות פאלש, נאר אז ס'מוז לגמרי נישט זיין אמת, און דער לייענער איז פונקטליך אינפארמירט און העכסט באקאנט מיטן מציאות אז דאס איז נישט דער מציאות נאר אן אבזערוואציע.

נו שוין, נאך די לאנגע הקדמה, צו מיינע אבזערוואציעס.

איך וואלט נישט פאררעכנט געווארן אלס א גרויסער רייזנדער, טראץ וואס די יארן טוען שוין דאס זייעריגע, מ'דארף דאך פארן דא און דארט פאר ביזנעס, און אמאל אמאל אויך אן אינטערנאציאנאלע נסיעה, אבער קיין גרויסער פארער צו ווערן פאררופן רייזנדער בין איך נישט.

צו אלעם בין איך ב"ה א כהן מיוחס, וואס פארן אויף מקומות הקדושים איז בכלל א שווערע זאך, און דעריבער נישט עפעס וואס איך טוה אסאך.

דאס מאל האט הקב"ה געפירט אז איינער פון מיינע נאנטע ידידים הרה"ח ר' שלמה מארק הי"ו פון ארץ ישראל מאכט חתונה א קינד אין לאנדאן בשעטומ"צ, און עס קומט אויס אין די וואך פון די גרויסע יארצייט פון הייליגן ר' אלימלך פון ליזענסק זצוק"ל.

ווי אויך האבן מיר ב"ה א חתן אין שטוב וועלכער איז אויך א פאסיגער קאנדידאט זיך צו גיין אויסבעטן ביי די מקומות הקדושים, און אלעס אינאיינעם האט געפירט דערצו אז מ'האט יא אראנדזשירט א נסיעה און איך שרייב די ווערטער זיצנדיג אין אונזער הערילכן שטיבל אין קערעסטיר ביי די גרויסע חסד אימפעריע פון ר' ישעיל'עס הויז, וואס דער אויג קען נישט גענוג זעטיגן איבער דעם ווירטשאפט וואס דא קומט פאר. נאר לאמיר נעמען שטייטעלעך מיינע אבזערוואציעס, און איינוועגס אביסל "ראט און טאט" איבער נסיעות...

ווען מיר האבן באשלאסן צו מאכן דעם נסיעה, האבן מיר שנעל גענומען טון וואס איז ריכטיג און צייטליך, מיטן באשטעלן פאסספארטן פאר די קינדער וועלכע דארפן מיטקומען און האבן נאך נישט קיין פאסספארט. איך גלייך צו זיין אויסגערעכנט און צייטליך, און מיר האבן ב"ה באקומען די פאספארטן גענוג אין צייט צו קענען אנגיין מיט די פלאנירונגען.

ביז פארגאנגענעם פרייטאג, ווען בטעות האב איך אויך באקוקט מיין פאספארט, נישט ווייל איך האב געהאט סיי וועלכן פארדאכט אז עפעס דארף דערמיט צו זיין אן אומארדערנונג, נאר פשוט אלס די באקאנטע רייזע פיבער פון איבערקוקן נאכאמאל אויב אלעס קלאפט ווען ס'ווערט נענטער דער טאג פון די נסיעה.

מיר האלטן צוויי טאג בעפאר דעם פלאנירטן נסיעה, עס איז פרייטאג צופרי ערב שבת קודש פ' תצוה, און יא, איר האט גוט צוגעטראפן, מיין פאספארט שטעלט זיך ארויס צו זיין אפגעלאפן.

איך זעה מיך ארום אלס א מין טאטאלער דורכפאל, נאך די אלע גרייטונגען, נאך דערצו ווען די משפחה איז שוין געגרייט צו אזא נסיעה, און דא אזא אומבאלומפערטער דורכפאל.

מיר זענען דאך פארט אידן, איך האב מיך גלייך געוואנדן צו גוטע פריינט וועלכע זענען מער אין די לופטן ווי איך, און איך האב געהאט צוויי פראגעס צו זיי. איינס איז געווען צו עס איז שייך צו טון עפעס בכלל אין אזא פאל, ווען דער פליגער איז באשטימט צו פליען אום זונטאג, און דא האלטן מיר אין א ערב שבת פאר דעם. אבער די צווייטע גאר וויכטיגע פראגע וואס איך האב געהאט איז צו בין איך דער איינציגער בטלן ביי וועם עס פאסירט אזוינע זאכן?

צו מיין גרויסן איבערראשונג איז די תשובה אויף ביידע געווען פאזיטיוו. יא, עס איז דא וואס צו טון, און ניין, איך בין נישט דער איינציגער בטלן. די עוסקים אין די ענינים זאגן מיר אז עס איז מעשים בכל יום, מענטשן זעהן זיך ארום מיט די פראבלעמען און מ'דארף נאר וויסן וואס צו טון.

גראד איז מיר אריין א געדאנק, אז אויב איז דאס א צרת רבים מוז איך שרייבן דערוועגן אינעם "ראט און טאט", אפשר גאר פארדעם האט מען פון הימל געפירט אז איך זאל אויך אמאל מיטהאלטן אזא סארט עגמת נפש.

איך האב גערופן א טיכטיגן פאספארט אגענט, ר' לייב רויזנבערג פון "פלען איט רייט", ער האט מיר גראד אראנדזשירט אן אפוינטמענט ביי די פאספארט בעאמטע אין מאנהעטן, און דער טאג האט אנגעהויבן צו לויפן אין רינגען, עס איז געווען א גאר שווערער טאג זייענדיג א פרייטאג, ווען געוויינליך פרוביר איך אפי' צו פארמיידן קליינע לאקאלע נסיעות אלס פחד פון אומערווארטעטע טראפיק בעפאר שבת, אבער קיין ברירות האבן מיר נישט געהאט.

דער פאספארט דארף ווערן געמאכט, און איך דארף ווארטן אפאר שעה עס צו באקומען אין די האנט אריין, דאס האט שוין מיין ערב שבת בלוט דרוק נישט פארטראגן, איך ווייס דאך נישט גענוי ווי לאנג עס וועט נעמען, און צו שטיין דארט און ווארטן ביז די שפעטע שעות פון טאג איז קיין עסק נישט.

איך האב ווייטער גערופן א גוטן חבר וועלכער האט מיך רעקאמענדירט צו בעטן הילף פון "שמירה" אין בארא פארק, וואס כפי ידיעתו העלפן זיי ארויס פיל אידן אין אזוינע פעלער.

איך האב גערופן ר' לוי לייפער דער מנהל פון די ארגעניזאציע, און ביז אפאר מינוט איז געווען א פלאן אין פולן קראפט, א גוי אינטערוועגנס צו אפנעמען דעם פאספארט פאר מיר, און דעליווערן צו מיינס א משפחה אין בארא פארק וואס וועט עס ברענגען צו מיר מוצש"ק. איך בין שטארק באאיינדרוקט געווארן פון די איבערגעגעבנקייט פון די ארגעניזאציע בכלל און ר' לוי בפרט, וועלכער האט ממש אוועק געגעבן שעות אן קיין שום פארלאנג פאר געלט אדער סיי וועלכע צוריקצאל. יישר כח

איך האב אבער געלערנט אפאר שטארקע לימודים וועלכע זענען כדי איבערצושמועסן, און אפשר פארמיידן עגמת נפש פאר אנדערע אידן.

ווי פריער דערמאנט האבן מיר געזאגט סיי ר' לייב רויזנבערג און סיי ר' לוי לייפער אז די פאספארט פראבלעמען זענען מעשים בכל יום ווען אידן מאכן זיך גרייט פאר א נסיעה און זעהען זיך ארום מיט אומפאראויסגעזעהנע פראבלעמען מיט אפגעלאפענע דאטומען.

האב איך מיך אביסל צוזאמגעקליבן צו טראכטן, וויאזוי קומט דאס אז מ'גרייט זיך צו א נסיעה מ'פרובירט צו מאכן אלע פארברייטונגען פערפעקט און מ'פארזעהט אזוינע וויכטיגע זאכן.

איך האב מיך דערמאנט אז איך בין געפארן אויף א נסיעה קיין ארץ ישראל "נישט לאנג צוריק", אדער ווי איך האב געמיינט אז ס'איז געווען נישט לאנג צוריק, ווייל צייט האט לעצטנס א טבע אז ס'לויפט שנעלער ווי דער זייגער ערלויבט, און ווען איך האב געזעהן אז מיין פאספארט האט נאך א יאר צוויי צו גיין, האב איך עס פארפאקט און געטראכט צו מיר אז איך וועל מיך שוין באפאסן דערמיט ווען די צייט קומט.

ווען מיר האבן אראנדזשירט די נסיעה, האב איך געדענקט אין די טיעפענישן פון מח אז דער פאספארט דארף שוין באלד ווערן באנייט, אבער איך האב פארגעסן אז אנשטאט 2 יאר איז שוין פארביי באלד 5 יאר פון מיין פריערדיגע נסיעה, עס איז א פשוט'ער מח פראבלעם וואס ווי עלטער מ'ווערט אלס מער שפירט מען ווי צייט לויפט אנדערש.

אלזא עס איז וויכטיג אז ווען איר פארט סיי וואו, פארלאזט אייך נישט אז איר געדענקט אז סאיז נאך גוט, נאר קוקט איבער צייטליך, און איר וועט פארמיידן אסאך עגמת נפש און אומוויכטיגע קאסטן.

פארשטייט זיך אז דער ערשטער פסוק וואס איז מיר געשפרינגען פאר די אויגן איז געווען רבת מחשבות בלב איש, ווי אויך דער יושב בשמים ישחק, אבער אויב א איד וועט האבן דערפון א טובת הנאה, און זיך פארשפארן עגמת נפש האט זיך אלעס געלוינט.

איך האב נאך א ענין געלערנט אדער אפשר גאר שוין געלערנט פול מאל אבער דאס מאל זיך איבערגעחזר'ט, אז ווען עפעס פאסירט און ס'זעהט אויס אובד עצות, איז א איד קיינמאל נישט אליינס, און מ'דארף נוצן דעם ישיחנה לאחרים, אידן העלפן זיך איינער דעם צווייטן ווי ס'וואלט געווען זייער אייגענע פראבלעם.

למשל איך האב באגעגנט א איד דארט ביים פאספארט באאמטע וועלכער האט געהאט א גרויסן פראבלעם אויך מיט זיין פאספארט און נישט געוואוסט וויאזוי זיך ארויסצו זעהן פון דעם מבוכה, איך האב דעם איד געראטן ער זאל רופן די וועלכע האבן מיר געהאלפן (פארשטייט זיך מיט רשות), אבער פאר סיי וועלכע סיבה האט דער איד נישט געוואלט נעמען קיין הילף, נאר אלעס טון אליינס.

איך ווייס נישט די סוף פון די מעשה, ווייל איך האב מיך אהיים געיאגט צום שבת, אבער עס איז מיר קלאר אז ער וואלט געקענט פארמיידן אסאך עקסטערע עגמת נפש אויב וואלט ער גערעדט מיט די עקספערטן און זיך געלאזט העלפן.

עס איז נישט שווער צו פארשטיין אז מ'וויל נישט אנקומען צו אנדערע, אבער ווען עס קומט צו א צייט ווען מ'איז אין א פארלעגנהייט און עס זענען דא אידן עקספערטן וואס זענען גרייט צו העלפן, איז וויכטיג צו נעמען די ערשטע שריט צו רעדן צו די מענטשן און פארשטיין די אפציעס אנשטאט צו זיצן און ווארטן אויף די לעצטע מינוט ווען מ'האט שוין טאקע נישט קיין ברירה און דאן איז שוין אפי' פאר די עקספערטן שווערער צו העלפן.

איך האב נאך צו שרייבן איבער די נסיעה און געוויסע לימודים וואס קען אפשר בייהילפיג זיין פאר אידן. ועוד חזון למועד.

האט מיר א גוטן שבת