יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ ראט און טאט
ארטיקלען

פרשת תשא תשפ"ד

ראט און טאט · "דער שטיבל" · שנת תשפ"ד

פאריגע וואך האבן מיר געשמועסט איבער דעם ארבייטער וואס די ארבייט ווערט געטון אבער ער טוט נישט די ארבייט בשלימות. דאס הייסט אז בעצם קען מען זיך נישט אפרעדן אויף די רעזולטאטן, אבער די אקטיוויטעטן זענען נישט צופרידנשטעלנד פארן בעהב, ער שפילט זיך מיט די צייט, ער פארברענגט צו סאך, און בכלל ווייזט נישט ארויס קיין גרויסע אינטערעסע.

מיר האבן שטארק אויסגעשמועסט אז דאס וואלט געדארפט פארמיטן ווערן דורך א קלארקייט אינעם דזשאב דעסקריפשאן, און אויך אפאר כללים ופרטים וויאזוי זיך צו באגיין דערמיט.

די וואך וועל מיר מער רעדן איבער דעם דזשאב דעסקריפשאן, אבער בעפאר דעם ווילן מיר בארירן דעם פראבלעם פון אן אנדערן קוק ווינקל אויך, אין א שמועס מיטן בעה"ב.

דער וואס האט אריינגערופן מיט די שאלה, האט גערופן אנאנים, און איך בין נישט באקאנט מיט קיין שום דעטאלן איבער אים אדער זיין ביזנעס, דעריבער מוז איך מיך אליינס פארשטעלן געוויסע הנחות וואס אויב זיי זענען אמת דאן איז דער ריכטיגער מהלך אזוי אדער אזוי.

דעריבער וויל איך יעצט אראפשטעלן א הנחה איבער א סארט בעה"ב וואס דארף זיך אליינס קוקן אין שפיגל און פארשטיין א געוויסע שוואכקייט וואס מאכט זיך ביי מאנכע ביזנעס בעלי בתים.

ווען א מענטש באצאלט געלט פאר איינעם צו טון פאר אים א געוויסע זאך אדער ווען ער קויפט עפעס פאר געלט, איז דא אויסער די "ווערדן" וואס מ'וויל באקומען פארן געלט, און פרובירן צו באקומען די מאקסימום פארן מינימום, איז דא א געוויסע שטאלצער געפיהל אדער באנעמונג וואס איז דער "אמעריקאנער" לעבנס שטייגער.

למשל דאס אז "דער קאסטומער איז אלס גערעכט" איז א ריכטיג קאפיטאליסטישער און אמעריקאנער פאלשער געדאנקענגאנג, אבער איז ריכטיג אין אונזער פאלשע וועלט, אפי' ווען ס'איז אינגאנצן נישט ריכטיג.

איז דען דער קאסטומער אלס גערעכט? איך קען אייך ווייזן טויזנט פעלער וואס נישט, נאר דער קאסטומער איז אלס גערעכט אויב ווילסטו זיין אין ביזנעס אין די לאנגע טערמין. אויב ווילסטו גערעכטיגקייט גיי צו דין תורה און שפאר דיין געשעפט. אויב ווילסטו זיין אין ביזנעס, גיב נאך פאר דעם אומגערעכטן קאסטומער ווען דו קענסט, און שפאר נישט דאס געשעפט, און אפי' אויב דו האסט אמאל עפעס שאדן דערפון, איז אנגענומען אז אינעם לאנגן טערמין ברענגט עס בעסערע און מער קאסטומערס וזה כל הביזנעס.

איז דאך דאס זייער אמת, און דערפאר זענען טאקע דא שטארק "אויפריכטיגע" מענטשן וואס קענען נישט געבן קאסטומער סערוויס אדער וואקסן אין ביזנעס, ווייל זייער "צדק" מענטאליטעט לאזט זיי נישט אויפגעבן אויף זייערע רעכטן ווען זיי זענען אין זייער מיינונג זיכער גערעכט.

אין ביזנעס קענסטו זיין גערעכט און קלוג, גערעכט און נאריש, אומגערעכט און קלוג, און אומגערעכט און נאריש.

לאמיר אייך פרעגן א חידה: ווער פון די פיר קומט אן דאס ווייטסטע?

יא, איר זענט גערעכט די צוויי אומגערעכטע נישט קיין חילוק צו זיי זענען קלוג אדער נאריש וועלן געוויינליך אנקומען גאר ווייט. ווייל צו בלייבן גערעכט איז עפעס וואס העלפט נישט.

אלזא אין אונזער שמועס דארף מען געדענקען אז דער "ארבייטער" איז לענינינו ווי דער "קאסטומער".

קען מען דען זאגן אז דער ארבייטער איז אלס גערעכט?

ניין, אבער מ'מעג יא און מ'מוז יא אמאל פארקוקן אויף "גערעכטיגקייט" אויב קוקט מען אויפן לאנגן טערמין.

לאמיר עס אביסל מער מסביר זיין.

ס'איז דא מענטשן וואס ווען זיי צאלן פאר אן ארבייטער געהאלט, צו בקומען פונעם ארבייטער א געוויסע סערוויס אדער ארבייט, האבן זיי איין ציהל פאר די אויגן: מאך די ארבייט בשלימות, ברענג מיר די זאך ווען ס'פערטיג, א געפיהל פון "געט די דזשאב דאן". גייט מיך נישט אן וויאזוי.

פארשטייט זיך אז פון א לאגיק פערספעקטיוו איז דאך דאס דער עיקר, און באמת וואס זאל מיר אנגיין וואס אדער וויאזוי דו טוסט עס.

פון די צווייטע זייט זענען דא אסאך סיבות פארוואס דער צוגאנג וויאזוי זאכן ווערן געטון זאל יא זיין א גרויסער עיקר אינעם אפמאך מיטן ארבייטער, וואס פון דעם האבן מיר שוין מער גערעדט פאריגע וואך. אבער צוריק צום בעה"ב.

עס איז דא א בעה"ב וואס קען נישט זעהן ווי אן ארבייטער ארבייט גרינג, דאס הייסט ער שפירט אז ער באצאלט פאר עפעס מער ווי ער וואלט געדארפט.

למשל: ער וויל אז דער ארבייטער זאל ארויף לייגן שטאפערס אויף באטלעך, און ער רעכנט אז ס'וועט נעמען צו ענדיגן אלע באטלעך אין 8 שעה. דער ארבייטער האט געטראפן א מהלך אז די באטלעך פארן אים אריבער און ס'ווערט פון זיך אליינס געלייגט, ער דארף נאר קוקן צו ס'איז גוט געלייגט.

דער בעה"ב פון דעם צווייטן סארט, וועט נישט מסכים זיין אויף אזא זאך. ער וויל אז ווען ער באצאלט געלט זאל דער ארבייטער ארבייטן דערפאר.

און צו דעם בעה"ב רעדן מיר יעצט. אמת אז אין געוויסע פעלער ווען עס קומט פון פוילקייט ברענגט עס אגעוויסע אפשיי, און מ'שפירט אז דער "ארבייטער" איז פשוט נישט דער ריכטיגער מענטש אויפן טיעם, איך וויל איינעם וואס זוכט נישט צו שניידן ווינקלען, ער טוט די זאך בשלימות, אבער לאמיתו של דבר אויב קען אן ארבייטער זיך גרינגער מאכן, און די ארבייט ווערט געטון, נישט פויל, אבער רואיגער, איז עס עפעס וואס א בעה"ב דארף לאזן, און זיך פרייען דערצו.

דא קומט אריין דעם ארבייטער'ס סעיף קטן פון די קאסטומער איז אייביג גערעכט. מאך דיין ארבייטערס צופרידן, און לאז זיי זיך שטעלן צופרידן ווילאנג זיי טוען די ארבייט בשלימות.

אויב די זאך וואס דער ארבייטער טוט ברענגט אריין א לייכטיזיניגקייט ביי אנדערע אויך וכדו' איז דאך אודאי נישט די זעלבע שמועס, אבער די נקודה איז גאר טיעף, פאר בעה"ב וואס טרעפן זיך מיט די סארט מחשבות וואס זענען לכאורה נישט פון א גוטן פלאץ.

אלזא צוריק צום דזשאב דעסקריפשאן.

אויב ווילן מיר פארמיידן די אלע פראבלעמען, דארף מען צולייגן מחשבה צו דעם דזשאב דעסקריפשאן און מאכן זיכער אז די ארבייטער לערנען עס דורך גרונטליך.

מ'מוז קלאר שטעלן פארשטייט זיך וואס איז ערווארטעט אלס רעזאלטאטן פון די ארבייט, דאס מיינט וואס איז דער ציהל פון דעם דזשאב.

למשל: מאכן זיכער אז די ביכער זענען אין איינקלאנג מיטן באנק. וכדו'

זייער א כלליות'דיגער קלארער ציהל פון דעם דזשאב.

נאכדעם דארף אויך וערן קלאר געשריבן וויאזוי די רעזולטאטן ווערן ערווארטעט צו קומען.

למשל: יעדע וואך איבערגיין דעם קוויקבוקס פון די ביזנעס, ווי אויך עס איבער קוקן מיט א ספעציעלן עקסעל שיעט וואס די ביזנעס נוצט, ארויספרינטן די קאפיע און איבערגעבן פארן CFO וכדו'.

עס דארף אויך ווערן געשריבן וויפיל צייט א וואך מ'דארף זיך אפגעבן מיט וואס.

און וויאזוי איז די רעגולאציע ווען די ארבייט איז צו פיהל און מ'קען נישט נאכקומען.

אדער פארקערט ווען ס'איז נישט דא צו פיהל ארבייט, וואס איז די ערווארטונג פון דעם ארבייטער אין אזא צייט.

ווי אויך פארשטייט זיך דארף זיין קלאר געשריבן די רעגולאציעס פון אויפפירונג אין די ביזנעס, די סטאנדארטן פון די ביזנעס. וכדו'.

די אלע זאכן ווי קלארער עס ווערט געשריבן אלס ווייניגער פראבלעמען מאכן זיך שפעטער.

אין די זעלבע צייט איז אויך וויכטיג פאר ארבייטערס ווען מ'נעמט אן אן ארבייט זיך צו באפאסן אפי' מיט די קלייניגקייטן צו פארשטיין וואס עס איז וויכטיג צו וויסן ביי די ארבייט און וואס זענען די דעטאלן אויף וואס די בעלי בתים קוקן ארויס. עס איז וויכטיג צו זיין אויף די זעלבע שורה.

מיר ווילן אנהויבן צו שרייבן פון קומענדיגע וואך אביסל אן אנדערן נושא, עס ליגן אויפן טיש פארשידענע אפציעס, מיר זענען אפן צו הערן פון די לייענער און לויט דעם באשלוסן וואס ווייטער צו שרייבן.

ביזדערווייל האטס א לעכטיגן שבת.