ב"ה אז מיטן נייעם איינשטעל פון א טעלעפאן נומער וואס קומט דירעקט אן צום שרייבער פון דעם קאלום איז גרינגער צו האבן קאנטאקט מיט די לייענער, וואס איז גאר קריטיש וויכטיג פאר סיי וועלכן שרייבער.
ווען מ'שרייבט עפעס וואס ווערט געלייענט דורך טויזנטער לייענער, אבער מ'הערט א ווידערקול וויבאלד מ'הערט נישט צוריק פון די לייענער איז דער אפעטיט נישט די זעלבע ווי ווען מ'שרייבט און עס ווערט א שמועס און מ'האט א שטיקל אנונג צו מענטשן האבן הנאה פון דעם ארטיקל אדער אויב זיי האבן קאמענטארן און אפי' קריטיק ווירקט גאר שטארק אויפן שרייבער.
דעריבער וויל איך קודם באדאנקען די רעדאקציע פארן נעמען דעם שריט און אינוועסטירן אין א פראפעסיאנאלע טעלעפאן ליניע, און אודאי וויל איך באדאנקען די אלע וואס רופן אריין.
פאר די וואס רופן אריין איז וויכטיג צו געדענקען אז ווען איר פרעגט א שאלה און איר ווילט אז מיר זאלן אייך צוריק רופן פערזענליך דארפט איר איבערלאזן א קלארע נאמען און טעלעפאן נומער. אויב ווילט איר מ'זאל שרייבן אין דעם ענין, איז אויך וויכטיג צו זיין אידענטיפיצירט. מיר קענען זיך נישט באציען צו ערנסט צו סתם טעלעפאן קאללס אן קיין שום אידענטיפיקאציע. בתקוה להבנה.
איינע פון די טעלעפאן רופן וואס מיר האבן באקומען מיט א קלארע שאלה, וואס איז עפעס וואס איז שוין ארויפגעברענגט געווארן דורך אנדערע, וועלן מיר די וואך זיך באציען דערצו.
די שאלה:
איך האב אן ארבייטער, א גוטער ארבייטער, ער טוט זיין ארבעט בשלימות, דאס הייסט די ארבייט ווערט טאקע געטון בשלימות, ס'ווערט צום סוף אלעס געטון. אבער...
דער ארבייטער איז פארנומען מיט זיין טעלעפאן, ער קומט און גייט ווען ער וויל, ער טוט אסאך זאכן וואס זענען נישט ווי איך וואלט געוואלט אין א ביזנעס.
מיין שאלה איז: זאל איך אים האלטן? ארויסווארפן? אדער רעדן צו אים? און וויאזוי?
פאר מ'וועל מיר ענטפערן פארן בעה"ב וואס צו טון מיט דעם ארבייטער, לאמיר זיך ווענדן צום ארבייטער, קען זיין ער ליינט אויך דעם קאלום וועט ער דערפון שטארק הנאה האבן.
עס מוז זייער קלאר פארשטאנען זיין ביי אן ארבייטער וואס זיינע פליכטן זענען, אבער די פליכטן זענען נישט נאר וואס די "ענדע רעזולטאטן" זענען. עס האט אסאך צו טון מיטן עצם ארבייט אויך.
דאס הייסט אז א ביזנעס האט א אונטערשטן סך הכל פון פארדינסטן, און דאס איז טאקע דער ראש וראשון פון וואס מ'דארף רעדן און פלאנירן, אבער אויב רעדט מען פון א ביזנעס איז דער סך הכל נאר איינמאל א חודש אדער איינמאל אין א געוויסע תקופה, דער הלך יילך פון א ביזנעס ווערט נישט אפעקטירט אזוי ווייט פון די רווחים ווי פון די ארבייטער און די אטמאספערע.
דער ארבייטער דארף פארשטיין אז טראץ וואס פארן בעה"ב איז וויכטיג דער סוף פסוק, איז אים פונקט אזוי אדער נאכמער וויכטיגער דער אטמאספערע אין די ביזנעס, און אז עס זאל זיין א פראפעסיאנאלע און איינגענעמע שטימונג.
ווען אן ארבייטער קומט אין דער ארבייט און טוט זאכן וואס זענען נישט ווי די אטמאספערע דארט פארלאנגט אדער איז באשטימט, טוט ער אינטער מינעווען די ארבייט פון אנדערע, און ער קען באמת זיין מער א שטער ווי א נוצן טראץ וואס ער ברענגט צום סוף זיינע רעזולטאטן.
מענטשן לעבן אין זייערע ביזנעסער רוב טאג אדער אפי' מער, און א איינגענעמע אטמאספערע איז גאר וויכטיג און מ'דארף דערמיט מיטגיין.
דערנאך איז וויכטיג צו פארשטיין אז דאס אויפפירן זיך אומפאראנטווארטליך אדער אפי' נאר לייכטזיניג אין די ראמען פון די ארבייט, שטערט מורא'דיג שטארק פאר א בעה"ב נישט אזוי ווייט ווייל ער האט מורא אז די ארבייט וועט נישט געטון ווערן, ווי ער שפירט זיך היבש באליידיגט און ווייגעטון אז דער ארבייטער איז לייכטיזינג צו די זאכן וואס זענען אים אזוי וויכטיג, אין די צייט וואס ער צאלט אים געהעריג זיין פעיראלל.
צווישן מיר און דיר טייערער ארבייטער, ווען דו נעמסט איינער זאל דיר למשל אויפרוימען די דירה אין 2 שעה, און די דירה איז טאקע אויפגערוימט און זויבער, אבער דו זעהסט יענעם אינמיטן די צייט שפילן אויפן טעלעפאן אדער אנדערע נארישקייטן, וואס וואלטסטו געטראכט?
אה, פארוואס דארף איך צאלן פאר צוויי שעה, ער וואלט עס געקענט טון אין איין שעה, און שפילן אין די איבעריגע?
אדער, ער ארבייט פאר מיר? אדער ער קומט דא שפילן?
לאמיך דיר נישט אריינלייגן ווערטער אין מויל, ענדערש לייג דו דיך אריין אין דעם פלאץ אין א אופן ווען דו ביזט דער בעה"ב און דער ארבייטער טוט דאס מיט דיר, וואס וואלטן דיינע רעאקציעס געווען דערצו?
צוריק צום בעה"ב למעשה איז די שאלה וואס דער בעה"ב האט געפרעגט נאך נישט פארענטפערט געווארן. אמת אז דער ארבייטער טוט אומריכטיג, אבער וואס טוט מען יעצט?
אין אזא פאל ווען די ארבייט ווערט געטון אבער דער ארבייטער איז נישט פלייסיג.
דאס ערשטע איז זייער וויכטיג צו באשטימען אן קיין געפיהלן און מענטשליכקייט נאר אלס די אמת'דיגע תכלית פון די ביזנעס, (האט נישט מורא, מיר וועלן נישט בלייבן שלעכט נאר פאר די פאר מינוט...) איז דער ארבייטער באמת וויכטיג פאר די ביזנעס אדער נישט?
וואס הייסט?
אמאל איז דא אז די ארבייט איז אזא סארט וואס ווערט בהכרח געטון, און דער ארבייטער באמת גיבט נישט קיין סאך צו, אדער עכ"פ מ'קען נישט דערקענען צו ער וואלט געקענט בעסער מאכן.
למשל: אויב איז די ארבייט אוועקצולייגן באקסעס אין זייער פלאץ, און די באקסעס ווערן טאקע אוועק געלייגט, אבער ס'איז שווער צו זאגן צו ער וואלט געקענט דאס טון אין א שנעלערע צייט און דעמאלס וואלט מען אים געקענט נוצן פאר אנדערע תפקידים.
אדער למשל ער דארף ענטפערן פאר קאסטומערס, און פארשטייט זיך אז ווען א קאסטומער פרעגט ענטפערט ער, אבער ביי דעם שטעלט זיך עס אפ, ער לייגט גארנישט צו.
מ'קען אים נישט פארווארפן דערפאר, און די ארבייט וואלט געטון געווארן אפי' ווען ס'שטייט דארט א צווייטער, ווייל ווען א קאסטומער פרעגט ענטפערט מען, ע סאיז נישט עפעס וואס ער דארף איניציאטירן.
ווידעראום זענען דא ארבייטער וואס עס פעלט זיך אויס זייער איניציאטיוו, זיי זענען וויכטיג אין אנהייבן דרייען דעם ראד, און דאס זענען שוין מער שליסל ארבייטער, און מ'קען יא מעסטן זייער ארבייט אין די רעזולטאטן, און זיי זענען שווערער צו טרעפן אן איבערנעמער אויפן דזשאב.
כאטש וואס די וועלט זאגט אז יעדער איז ריפלעיסעבל, מ'קען יעדן דזשאב ערפילן אפי' אויב דער גוטער ארבייטער גייט ארויס, מיינט דאס נישט אז ס'איז אלס ווערד די עגמת נפש פון דעם טויש, און אודאי אויב אן ארבייטער טוט א גוטן דזשאב, און ער איז באמת גוט, און ווען ער איז נישט דארט דערקענט זיך א שינוי איז בעסער צו פרובירן אים צו האלטן ווי צו דארפן טוישן.
ווען מיר ווייסן שוין פון וועלכן קאליבער דער ארבייטער איז, מיינט נישט אז אויב ער איז דער ערשטער דוגמא גייען מיר יעצט אים אוועק שיקן, ווייל נישט דאס איז די סיבה פון דורכטראכטן און שוקל זיין דעם ווערד פון דעם ארבייטער, נאר די סיבה איז צו וויסן וויאזוי אנצונמען די קומענדיגע שלב פון אויפריכטיגע פעולות וואס וועלן ברענגען צו רעזולטאטן.
אויב איז ער ארבייטער א' דאס הייסט די ארבייט ווערט סיי ווי געטון, נאר ער איז פערצופאל דער וואס שטייט דארט, איז דער צוגאנג זייער פשוט.
עס איז א שמועס, אין וועלכן עס ווערט ארויסגעברענגט מיט א גאר קלארע פארשטאנד אז דער בעה"ב איז נישט באזארגט איבער דעם פאקט אז די ארבייט זאל געטון ווערן, ער איז מער באזארגט איבערן מציאות וויאזוי עס ווערט געטון, און ער מאכט קלאר פארן ארבייטער וואס די זאכן וואס באדערן אים זענען.
מ'מוז זיין אפן, מ'מוז זאגן וואס מ'טראכט, אויף אן אופן פון "אביסל באזארגט" און ווי איינער וואס וויל שטארק אז ס'זאל זיך אויסארבעטן צום בעסערן, באופן פון א בקשה און א ווידערקול פון א התראה.
עס איז געוויינליך גאר וויכטיג אין אזא שמועס צו פרעגן וואס מ'קען אים העלפן, צו עפעס שטערט אים פארוואס ער פירט זיךא ויף אזוי? ווי איינער וואס איז נישט חושד אז ער טוט עס בדוקא נאר אז עפעס שטערט אים.
דאס הייסט אז איך רעד צו דיר ווייל איך בין באזארגט פאר דעם פאזיציע וואס דו האלטסט אבער אין די זעלבע צייט בין איך אויך מענטשליך צו פארשטיין אז ס'קען זיין אז עפעס א סיבה איז דא וואס שטערט דיך.
דאס איז די ערשטע טרעפל אין דעם פראסעס, און אויב איז דא גוטע פארשריט איז דאך גוט, און אויב נישט, דאן גייט מען צום צווייטן טרעפל.
דער צווייטער טרעפל איז ווען עס איז שוין א התראה בלי בקשה, זייער פשוט טייערער ארבייטער, איך קען נישט אזוי אנגיין, אט זענען די רעגולאציעס פון דעם דזשאב, און אויב שפירסטו אז דו קענסט דיך דערצו נישט צושטעלן דעמאלס ביטע לאז מיך וויסן און מיר וועלן זיך געזעגנען ווי גוטע פריינט.
א בעה"ב וואס קען נישט זאגן פארן ארבייטער באמת וואס ער טראכט, מוז האבן איינעם אין די ביזנעס אדער א אינדרויסנדיגער קאנסולטענט צו העלפן דערמיט, ווייל האמת ניתן להיאמר, עס מוז נאר ווערן געטון מענטשליך.
פאר מיר גייען אוועק פון דעם ארבייטער וויל איך אייך טייערער בעה"ב דערמאנען אז מיר האבן שוין געשריבן דערוועגן עטליכע מאל, אז אויב האט איר אזוינע פעלער איןד י ביזנעס קומט עס געוויינליך פון א שטארקע אומקלארקייט אויפן דזשאב דעסקריפשאן, דאס הייסט אז דער ארבייטער מוז באמת באקומען זייער א קלארע און דייטליכע אנווייזונגען סיי וואס זיין ארבייט איז וואס דארף געטון ווערן און סיי וויאזוי עס דארף געטון ווערן און אוואס ער מעג אדער מעג נישט טון ביי די ארבייט.
ווען מ'דארף עס שוין זאגן אין פאל פון א פראבלעם איז פול שווערער. דעריבער מאכט זיכער צו האבן א זייער קלאר ארויסגעשריבענעם דזשאב דעסקריפשן ביים אויפנעמען דעם ארבייטער כדי צו קענען ארויסנעמען דעם דזשאב דעסקריפשן ווען ס'פעלט זיך אויס און טייטלען אויפן סעיף קטן וואס איר שפירט אז עס ווערט פארנאכלעסיגט און איר וועט נישט דארפן צופיל רעדן מער, דער ארבייטער וועט פארשטיין.
מיר וועלן אי"ה ממשיך זיין נעקסטע וואך. האט א גוט שבת