מיר האבן פאריגע וואך אנגעהויבן רעדן איבער דעם וויכטיגן נושא פון מאכן החלטות, דאס איז עפעס וואס איז זייער וויכטיג און שפילט א שטארקע ראלע אין סוקסעס פון ביזנעסלייט, און איז ווערד צו ווערן גוט באטראכט און אויסגעשמועסט.
מיר האבן אנגעהויבן דעם שמועס מיט'ן דערמאנען די דריי סארט מענטשן ווען עס קומט צו החלטות, דער ערשטער איז דער וואס מאכט קיינמאל נישט קיין החלטות און גייט אלעמאל מיט'ן ווינט, דער צווייטער איז דער וואס מאכט החלטות בכובד ראש און טראכט איבער אסאך בעפאר און דערנאך, דער דריטער איז דער וואס מאכט החלטות שנעל און אן איבערטראכטן צופיל.
איך וויל נאר מאכן זיכער פאר מיר גייען ווייטער אז די ליינער נעמען נישט אן די אויבנדערמאנטע חילוקים אלס עפעס וואס מאכט אן אינטערשיד צווישן גוט און שלעכט, עס איז נישט אזוי, ווייל יעדע פון די דריי האט מעלות און חסרונות, און אויב וועלן מיר שרייבן א קאלום איבער פסיכיאלאגיע וועט אודאי זיין 25 ארטיקלען איבער די חילוקים און געדאנקען אין דעם סאבדזשעקט. איך ברענג נאר אראפ בערך די חילוקים פון "באשלוס מאכער" וואס איז נוגע לענינינו.
יעצט לאמיר רעדן פון די אנדערע חילוקים. וואס מיינט דאס א דעסיזשאן? וואס איז א באשלוס? און וויאזוי קען יעדער פון די אויבנדערמאנטע דריי זיך שטעלן אין א פאזיציע נישט צו דערלייגן פון זיין "דעסייסיוו".
דריי סארט באשלוסן ווערן געמאכט דורך מענטשן בדרך כלל.
איינס איז א באשלוס וואס איז אינגאנצן ניי, דאס הייסט למשל ער וויל אנהייבן א נייע ביזנעס, אדער ער וויל זיך אריבערציען אין א נייע געגנט, אדער סיי וועלכע נייע באשלוסן.
א נייע באשלוס מוז נישט זיין עפעס גראנדיעז, און מיר רעדן פון אזעלכע סארט באשלוס וואס צומאל זענען זיי בכלל נישט אזוי גרויס, ווי למשל ער וויל אנהייבן א נייעם שיעור יעדן טאג, אדער אנדערע שינויים גרעסערע און קלענערע צוגלייך וואס האבן נישט קיין שום שייכות מיט זיין געוויינליכן רוטין, ער וויל אוועקגיין פון רוטין און טון עפעס אינגאנצן ניי.
ער גייט שאקירן זיין סיסטעם זיין מח, ער גייט טון עפעס וואס זיין מח איז ביז היינט נישט געווען געוואוינט צו טון.
(ווערט נישט דערשראקן, איך רעד נישט פון עלעקטעראנישע שאקירן, נאר פשוט יעדע אויפשאקל אין מח פון טוישן גאנג און רוטין פאראורזאכט א מיני שאק)
די צווייטע באשלוס איז עפעס וואס איז א תירוץ אויף א קשי', דאס הייסט אז עס איז קלאר דא א פראבלעם אדער א אורזאך פארוואס מ'דארף מאכן א באשלוס, נאר עס זענען דא פארשידענע וועגן וויאזוי צו מאכן דעם באשלוס, ער מוז נאר וויסן וועלכע טויג די בעסטע.
דאס הייסט אז ער ענטפערט ווי א מאלטיפל טשויס טעסט, ער האט פאר זיך 4 אדער 5 אפציעס, און ער מוז קענען באשלוסן וועלכע צו נעמען.
דאס איז נישט קיין שאק, דער מח איז גרייט און ווייסט אז עס קומט, און עס איז אפי' דערפרישענד און ער שפירט אז מ'האט געטון וואס מ'דארף אויסער אויב ס'ארבייט זיך נישט אויס פארשטייט זיך.
די דריטע סארט באשלוס איז עפעס וואס גייט דורך באמת ווי א שאטן, עס זעהט אפי' נישט אויס ווי א באשלוס, וויבאלד עס ווערט געמאכט אינמיטן טון אנדערע זאכן אדער אינמיטן ארבעטן.
למשל ווען איר דרייווט און איר דארפט מאכן א לינקס, אדער איר קענט אויך שטיין גראד ווייטער עס וועט נאר נעמען א משהו לענגער, מאכט דער מח א שנעלן באשלוס, ער טראכט אז אויף דעם לענגערן וועג לוינט אפשר ווייל דארט קען זיין ווייניגער טרעפיק, אין די זעלבע צייט קוקט ער איבער זיין זייגערל און באשליסט אז די געוויינליכע דרך הישר איז אין אזא צייט אויך גאנץ ליידיג און אזוי ווייטער, און בעפאר איר ווייסט איז א באשלוס געווארן געמאכט וואו צו גיין.
א איד בעט אייך א נדבה'לע פאר א געוויסן צוועק, איר ווייסט אליינס נישט די צדדים, איר גיבט מער אדער ווייניגער באזירט אויף בליץ באשלוסן, וואס ווען איר קוקט ווען צוריק און איר שמועסט אויס מיט אייער מח וויאזוי דער באשלוס איז געמאכט געווארן וועט אייך ארויף קומען א שמייכל אויף די לעפצן און איר וועט קלאפן אייער מח אין די פלייצע פאר זיין אומגעהויערע טרייבסקראפט וואס דער אויברשטער האט אין אים אריינגעפלאנצן צו קענען ארומנעמען אזוי פיל הוא אמינא'ס צו ברענגען א מסקנא.
דאס זענען בערך די דריי סארט באשליסן.
אין סיי וועלכן מצב דארף דער מענטש קענען מאכן באשלוסן, אבער ווען ס'קומט צו ביזנעס און גרעסערע באשלוסן דארף ער עס קענען טון מיט קראפט און מיט קוראזש, ער קען נישט פארברענגען צייט, און מוז צומאל ווייזן א שטארקע זיכערקייט וואס פעלט אויס פאר די ביזנעס.
ווען דער ביזנעסמאן מאכט די ערשטע סארט פון די החלטות פון וועלכע מיר רעדן, נישט קיין חילוק וואספרא סארט מענטש ער איז, פון די אויבנדערמאנטע דריי, סיי אויב מאכט ער גרינג אדער מאכט ער שווער החלטות, איז אבער דא איין מהלך וואס ער מוז בדרך הטבע נעמען, און אנדערש וועט ער געוויינליך האבן עגמת נפש.
דער מהלך איז "א בארד מיטינג" דאס הייסט אז מ'שמועסט אויס יעדע החלטה וואס שאקירט דעם סיסטעם, יעדע החלטה וואס מאכט יסודות'דיגע טוישונגען מיט די עקזעקיוטיווע בעאמטע פון די ביזנעס. צו זאל עס זיין אין א גרויסן ביזנעס די וואס האבן די טיטלען דערפאר, און אין א קלענערע ביזנעס די שליסל ארבייטער וואס זענען שטארק דערינען און קענען האבן א גוטן מיינונג.
אלנספאלס מאכט מען נישט אזוינע באשלוסן סתם אן קיין איבערשמועסן.
אפי' א סעילסמאן אדער א סאלא ביזנעסמאן וואס האט נישט מיט וועם צו שמועסן, קען דאס דורך רעדן מיט זיינע ראטגעבער, אמאל די ווייב, אמאל א גוטער איד, וכדו', אבער עס איז אלס וויכטיג צו טון דעם שריט פון עס איבערשמועסן.
ווען עס קומט צו החלטות וואס זענען נישט ממש יסודות'דיג, אבער זיי זענען תירוצים אויף א קשי', עס האט זיך געמאכט א פראבלעם און מ'דארף באשליסן וויאזוי צו גיין ווייטער, דארט איז וואו עס קומט אריין דער גרויסער מתנה פון הימל וואס הייסט "ישוב הדעת".
מאנכע וועלן קיינמאל נישט ענטפערן אדער באשליסן אויפן מינוט, נאר נעמען א קורצע צייט צו טראכטן,
אנדערע וועלן זיין אביסל שנעלער דערין. אבער...
דא איז די יסוד וואס איך מיין אז דער תכלית פון דעם סעריע און עיקר וואס מ'דארף ארויסנעמען איז נוגע, און דאס איז אויך נוגע ביי די דריטע סארט החלטות וואס ווערן געמאכט סאבקאנטשעס, אומטראכטענדיג.
שטעלט אייך פאר איר וואשט וועש אין א מאשין וואס האט נישט קיין זייגערלעך אדער קיין סקרין צו זאגן וואס דער מצב פון די וועש זענען.
איר קענט נעמען א זייגערל און זיך אנצייכענען ווען ס'האט אנגעהויבן וואשן, און אויסרעכענען בערך ווען מ'דארף אויסלעשן, ווי איידער דארפן אלס אפשטעלן דעם מאשין און דורכקוקן צו זיי זענען שוין גוט געוואשן.
דאס וועט אייך מאכן אומנויטיג פארנומען מיט ארבייט וואס אפי' אויב איר זענט א מומחה וועט נישט זיין אלס אזוי גוט, און פולקאם.
אדער קענט איר ארויפלייגן זייגערלעך וואס זאגן פונקטליך די מצב פון די וועש, און וואו זיי האלטן.
דאס מאכט איר זאלט ביזדערווייל קענען זיך באפאסן מיט אנדערע וויכטיגע שטוב ענינים.
דאס זעלבע איז אין ביזנעס, כדי צו קענען מאכן די קליינע גרויסע באשליסן טאג טעגליך, דארף מען איינשטעלן ווי מער זייגערלעך, וואו איך האב שוין געשריבן אין עבר איבער א "האנט בוך" וואס זאגט די כללים און פרטים און מהלכים פון דיין ביזנעס, וואס ווען ס'קומט צו א באשלוס קען מען זיך גראד ווענדן אהין און טון לויט די רעגולאציעס פון די ביזנעס.
לאמיר נעמען א ביישפיל ווען א ארבייטער בעט וואקאציע, אויב זענט איר נישט אויפגעריסטעט מיט די זייגערלעך, דארפט איר נוצן דעם "החלטה קראפט" און אריינגיין אין א ריזיקע פון זיין אומגערעכט אדער מאכן אומצופרידן אן ארבייטער.
אויב קענט איר ענטפערן, אה, לאמיר זעהן וואס די רעגולאציעס דא זענען, און דער ארבייטער ווייסט אז איר ארבייט אויף א גאר סיסטעמאטישן און קלארן מהלך, און אז די החלטה איז נישט געמאכט געווארן "יעצט" און פאר "אים" נאר דאס איז שוין א שטייענדיגע הלכה פון פארדעם, טוט דאס עלימינירן דעם גאנצן ארבייט פון מאכן נייע החלטות.
היוצא לנו מזה איז זייער פשוט, אודאי די דריי סארט מחליטים האבן זיך זייערע מעלות און חסרונות.
און די דריי סארט החלטות האבן אויך זייערע פארשידנארטיגקייטן.
אויב ווייסט איר וועלכער סארט מחליט איר זענט, און צו איר זענט צו ווילד אין החלטות אדער צו שטייט אין החלטות.
קענט איר זיך העלפן דורך מינימיזירן דעם געברויך פון החלטות דורך איינשטעלן די ביזנעס מיט א געהעריגן סדר, מיטן האנט בוך אדער פשוט קלארקייט באיזה אופן שהוא וואס צו דעם באציהט מען זיך ווען עס קומט דערצו. און דאס מאכט דעם לעבן גרינגער.
פאר קליינע ביזנעסער נעמט אמאל צייט צו קענען אליינס פארשטיין וואס די יסודות זענען און וויאזוי זיי איינצושטעלן, מוז מען געדענקען אז מ'גייט קודם מיט וואס מ'האפט און מ'מיינט איז די בעסטע, און מ'קען אלס משנה זיין, עס איז נישט קיין תנאי כפול אז אויב האט מען באשלאסן אז מ'גיבט פאר ארבייטערס איין וואך וואקאציע מעג מען נישט מיט די צייט מאכן נייע רעגולאציעס און פארמערן אדער פארקערט, אלעס כפי המצב.
איך האף אז מיט דעם האבן מיר געדעקט דעם נושא.
פאר שאלות רופט מיך אויפן טעלעפאן ליין און מיר וועלן נעקסטע וואך זיך באציען דערצו אי"ה.
גוט שבת