איינס פון די וויכטיגסטע זאכן פאר בעלי בתים פון א ביזנעס, אדער סיי ווער אין אן עקזעקיוטיוון פאזיציע, אפי' ביי א סעילסמאן אין זיין וועלטל וואס איז אין א וועג א ביזנעס פאר זיך, ווערט אנגערופן אין די וועלט "דיסייסיוו".
דאס הייסט אז א מענטש דארף קענען מאכן החלטות, אמאל דארף מען קענען שנעלער און אמאל האט מען מער צייט צו טראכטן, און דאס איז איינס פון די קוואליפיקאציעס פון א ביזנעס מאן וואס קען זיין א גרויסע מכריע אין הצלחה.
איז לאמיר יעצט פאר די קומענדיגע 2 וואכן נעמען דעם נושא פון פאסן באשלוסן, און עס באטראכטן מיט א קלארן בליק.
צום ערשט לאמיר קלארשטעלן אן אינטערסאנטער נקודה אין דעם נושא, מאכן החלטות קוקט אויס ווי מען רעדט פון קענען זיך גוט דערטראכטן און אויבנאויף האט עס מיט קלוגשאפט. דער אמת איז אבער אז מאכן החלטות האט נישט אזוי ווייט מיט שכל ווי מיט קוראזש. רוב מענטשן מאכן החלטות סיי ווי, און דאס קען מען זען זייער שטארק בפרט ווען ס'קומט צו מאכן החלטות פאר יענעם פארשטייט זיך. דאס הייסט אז ווען מ'רעדט פון יענעם און איבער יענעם וועט איר זעהן אז אפי' די מיט די קלענסטע מאס קאנפידענץ אדער ווייניגסטע קוראזש וועלן זייער שנעל קענען מחליט זיין.
דאס הייסט אז בעצם קען יעדער מאכן החלטות, און נישט אלעמאל וועט דער שכל זיין דער מכריע.
געוויינליך וועט דער חילוק צווישן א באשלוס מאכער און איינעם וואס קען נישט מאכן באשלוסן ארויסקומען שטארק אין דעם כלל פון "כח דהתירא עדיף" דאס הייסט אז דער וואס קען יא פאסן באשלוסן וועט גרינגער מחליט זיין אויף "יא צו טון" און אויף אינוועסטירן, אויף פאזיטיווע שריט, נעמען ריזיקע, וכדו'.
דער "מחליט" האט אין זיך דעם כח דהתירא, ער קען נעמען ריזיקאלישע שריט, און אמאל טאקע פירט דאס אליינס צו דורכפעלער ווייל א מענטש איז א מענטש און קען מאכן טעותים, און פארשטייט זיך, ווי די וועלט זאגט, אז טעותים ווערן נאר געטון דורך די וואס טוען.
איינער וואס מאכט נישט קיין החלטות מאכט נישט קיין טעותים, אבער פון די אנדערע זייט פארלירט ער געוויינליך מער ווי ער פארדינט פון דעם פארשלאסנקייט.
אבער ווען מ'רעדט פון מאכן החלטות, רעדט מען נישט דוקא פון גרויסצוגיגע החלטות ווי גרויסע אינוועסטמענטס אדער ביזנעס טוישונגען. אפי' קליינע החלטות ווי למשל אויב מ'זאל געבן א וואקאציע פאר אן ארבייטער אדער אפי' נאר א שאלה ווי א טויש אין פלעצער ביי די ארבייט פון איין טישל צום צווייטן.
אפילו ביי די קליינע און לייכטע ספיקות, וועלן זיין אזעלכע וואס וועלן עס לייכט און שנעל באשלוסן, און אנדערע וועלן זיך שווער זען מחליט זיין וואס זיי ווילן.
דער "אינו מחליט" איז א שווערערער בעה"ב, און בכלל א שווערערער שותף אין געשעפטן.
מאכן החלטות איז נישט נאר וויכטיג צו קענען, עס איז אויך וויכטיג צו קענען עס טון שנעל און "אנטשלאסן" דאס הייסט "דיסייסיוו". קענען מאכן א החלטה אן קיין צוריק טראכטן און אן קיין צווייטע און דריטע רונדע פון איבערטראכטן.
הגם חכמה קומט פון טראכטן און פארשטיין און נישט טון ווילד, און עס איז קלאר אז דער חכם וועט נישט פאסן קיין החלטות שנעל און איבערגעאיילט, אבער מיר רעדן דא נישט פון באשלוסן שנעל אין אלגעמיין, מיר רעדן ווען דער מענטש דארף מאכן ספאנטאנע באשלוסן און ס'איז נישט אלס דא צייט אדער מעגליכקייט פאר לאנגע און פארצויגענע באשלוס מאכעריי, דארט קומט אריין דער שטארקער קוואליפיקאציע פון דעם וואס קען דאס.
פארשטייט זיך אליינס אז צו מאכן באשלוסן איז אלס מער ריזיקאליש ווי נישט, דאס הייסט אז אריבער פירן דעם עקזעקיוטיוון רעכט און אויטאריטעט פון זיין דער באשלוס מאכער, איז עפעס וואס מצד הכבוד און עהרע איז עס גאר בא'טעמ'ט צו זיין דער חכם און נבון און לעצטער ווארט, אבער ווען ס'קומט דערצו און מ'מוז טון עפעס תכלית, און מ'דארף זיך פארלאזן אויף די ביסל אינפארמאציע וואס מ'האט און דאס ביסעלע שכל וואס מ'נוצט, איז דא א געוויסע פחד פון מאכן באשלוסן.
לאמיר צוטיילן דעם ענין קודם צווישן דריי ערליי מענטשן, און איר דארפט זיך טרעפן ערגעץ צווישן די דריי. און דערנאך די "באשלוסן" וועלן מיר אויך צוטיילן אין דריי ערליי צו וויסן וויאזוי מ'דארף זיך באפאסן דערמיט אין סיי וועלכע פון די קאטאגאריעס אין וועלכן איר פאלט אריין.
דער ערשטער און מערסט באקאנטער מענטש, דאס הייסט דער רוב פון די פאפולאציע, זענען די וואס מאכן קיינמאל נישט קיין באשלוסן, זיי ווילן נישט נעמען די אחריות, און זיי גייען אויפן מארקעטינג כלל פון אחרי רבים להטות, יעדער טוט וואס יעדער טוט, מ'הערט וואס אנדערע טוען און מ'טוט אויך.
אויב קוקט איר אביסל פאליטישע נייעס וועט איר זעהן אן אינטערסאנטן מציאות, אז למשל די וואלן פאר פרעזידענט אדער סיי וועלכע קאמפיין איז אלס באזירט אויף א גאר שמאלען פאס פון מענטשן וואס הייסן "די אומבאשלאסענע וויילער" דאס הייסט יעדער אנדערער אין לאנד איז באשלאסן? ניין! נאר רוב רובו פאלן אריין בהכרח אין א געוויסען סטיגמע אדער ראנג, און זיי וועלן טון וואס די לופט אדער אטמאספערע וועט הייסן, די קליינע צאל "אומבאשלאסענע וויילער" זענען אזוינע וואס עכ"פ אין פאליטיק רעדן זיי זיך איין אז זיי פארשטייען גוט און גרינטליך, און אז זיי מאכן באשלוסן, און צו זיי רעדן אלע וואס לויפן. די איבעריגע זענען מממש נישט רעלעוואנט.
אמעריקע איז צוטיילט בערך אין צוויי. ס'איז דא איין העלפט וואס זענען רעפובליקאנער וואס וועלן גיין קאפ אין וואנט און וועלן פאר וואס די פארטיי הייסט. די צווייטע העלפט זענען דעמאקראטן, וועלן גיין קאפ אין וואנט פאר די פארטיי, און טון וואס מ'הייסט.
דערנאך איז די שמאלע פאס אינדערמיט וואו מ'טרעפט די וואס קענען יא אליינס באשלוסן. און אלע אויגן זענען געוואנדן אהין.
איך וויל נישט פאליטיזירן דעם קאלום, אבער אויב איר פארשטייט נישט דעם משל, נעמט אייך די מיה און לייענט אפאר פון די פאליטישע קאלומס און ווערט באהאוונט מיטן מציאות, אז די גאנצע אמעריקאנער סיסטעם דרייט זיך ארום די "אומבאשלאסענע" וואס מ'רופט אזוי די וואס "מאכן באשלוסן".
איך וואלט געזאגט אז דער אויסדרוק וואלט געדארפט זיין פונקט פארקערט, און די "אומבאשלאסענע" זענען די וואס געהערן צו א פארטיי און מאכן קיינמאל נישט אליינס באשלוסן, זיי זענען באמת אין פולן זין פון ווארט "אומבאשלאסענע", אבער פון דעם וועל מיר רעדן ווען מ'וועט מיך פרעגן פאליטישע אדווייז. קיינער פרעגט מיך דאס נישט ביזדערווייל.
דאס הייסט אז דער ערשטער סארט מענטש זענען די וואס געהערן צו א געוויסן ראנג וואס פארט ווי א באן און די זענען אויפן באן, זיי ווילן נישט מאכן קיין דעסיזשאן'ס אליינס.
אין די וועלט פון פסיכיאלאגיע זענען די מענטשן דער רוב פון דעם וועלט, מענטשן וואס ווערן באאיינפלוסט און דירעקטירט דורך געפילן און דורך די כוחות פון די הארץ.
די צווייטע זענען אזוינע וואס "ווילן" מאכן דעסיזשאן'ס אליינס, און זענען בדרך כלל גאר איבערגעטראכט און בארעכנט ווען זיי זאגן א מיינונג, זיי וועלן זיין גענוג פארזיכטיג און נישט זוכן קיין אויסנאמע באשלוס מאכעריי פאזיציעס אבער ווען עס קומט דערצו און זיי מוזן מאכן א באשלוס, וועלן זיי ארייננעמען דעם לאגיק אין די ארבייט, זיי וועלן טון "מח ארבייט", וועלן פרובירן צו פארשטיין וואס ס'מאכט סענס און וואס נישט, און זיי וועלן אויך טון איין וויכטיגע זאך, "פרעגן אנדערע" זיי וועלן פרעגן עקספערטן אדער אנדערע וועם זיי טראסטן. און זיי וועלן מאכן א באשלוס.
שווער, אבער דאך געמאכט, אזוי גייען זייערע באשלוסן. זיי וועלן אביסל צוריק טראכטן, זיך אליינס אפפרעגן און זיך אליינס פארענטפערן. זיי וועלן האבן אין קאפ תירוצים גרייט אויף אן עווענטועלן דורכפאל, וואס דאס וועלן זיי ענטפערן אויב פעלט זיך ח"ו אויס. זיי זענען קאמפסגרייט צו שיצן זייער עהרע און מיינונג, זיי וועלן זיין גרייט פאר א דעבאטע איבער זייער באשלוס.
די זענען געוויינליך שווער צו טוישן, איינמאל זיי מאכן א באשלוס איז עס מיט א געוויסע תקיפות וואס איז שווער איבערצוקומען.
דערנאך איז דא דער דריטער סארט.
די מענטשן וואס מאכן באשלוסן אן קיין שום עקסטערע אנשטרענגונג. זיי זענען ע"פ רוב מלאים חרטה אויך (נישט ח"ו קיין רשעים, מ'רעד מיר דא פון ביזנעס, אבער דאס איז דער מציאות פון מאכן אסאך באשלוסן) זיי האבן נישט קיין פראבלעם געוויינליך מודה צו זיין אז זיי האבן געמאכט א טעות, זיי זענען נאך אין א געוויסן זין אסאך מאל שטאלץ מיט די טעותים אין מיט דעם אן עקסטערן פאך פון קענען נעמען א טעות גרינג און גיין ווייטער מיטן לעבן.
זיי קענען אויסשרייען יעלה ויבוא ביי מעריב ר"ח אנע דעם וואס זיי זאלן נאכאמאל קוקן אויפן קאלענדער צו זיי געדענקען פונקטליך ווען ס'איז ר"ח.
דאס זענען מענטשן וואס החלטות גיסן זיך ארויס פון אונטער'ן ארבל אן טראכטן צוויי מאל.
זיי זענען אויך די וואס קענען "צומאכן" א ביזנעס ווייל זיי מיינען אז ס'גייט נישט.
זיי זענען אן אינטערסאנט פאלק וואס געוויינליך זענען זיי פול מיט גאר אינטערסאנטע געשעענישן. ס'איז קיינמאל נישט טרוקן ביי זיי.
איר האט שוין אמאל זיך געוואונדערט אויף עמיצן פארוואס פונקט ער טרעפט אלס מענטשן וואס פרעגן אים אדער זאגן אים, און האט אלס מעשיות וואס האבן נארוואס פאסירט צו אים, און אנדערע גייען דורך די 120 יאר אן קיין שום אויסערגעוויינליכע געשיכטעס?
אה, דאס זענען זיי, די וואס קענען באשליסן צו נעמען א טריט אראפ פון די שינעס, און געוואויר ווערן זאכן וואס אויף די שינעס פארציילט מען עס נישט.
קומענדיגע וואך וועלן מיר בעז"ה זען די סארט החלטות פון וואס מען רעדט, און וויאזוי יעדער פון די 3 קאטעגאריעס קען דאס באהאנדלען ריכטיג.