אין א גאר אינטערסאנטע סייעתא דשמיא, האב איך דעם פארגאנגענעם מוצש"ק אריינגעבלאנדזשעט אין א מסיבת מלוה מלכה פון די חשוב'ע ישיבת אור החיים אין קרית יואל, וואו איך בין אין די הנהלה, וואס ביי דעם מסבית מלוה מלכה האט מען צונויף געשמועסט מיט די חשוב'ע מגידי שיעור און מחנכים פארשידענע עצה ותושי' אין דעם פעלד פון חינוך התלמידים.
דארט ביי דעם מלוה מלכה האט אונזער קאלעגע און מחנך נפלא ר' שמעון גרין גערעדט, וואס האט מיר די ערשטע מאל געגעבן דעם געלעגנהייט זיך צו באקענען מיט דעם באקאנטן מהלך זיינעם אין חינוך, (אינטערסאנט אז איך האב מיך געטראפן מיט אים נאר נאכן זיין פארשפרייט אין אלע גאסן אין איין בילד ווי אלטע גוטע פריינט)
איך בין ב"ה ארויס מיט אסאך אינפארמאציע פון ר' שמעון, אבער אינדערמיט פון דעם שמועס איז ארויסגעקומען א נקודה וואס בארירט אין אסאך וועגן אונזער פעלד און קאלום וואו מיר שמועסן אויס ראט און טאט איבער אלעס און אלעמען, בפרט אין ביזנעס און פינאנץ.
די שאלה איז געווען די באקאנטע תמי': וואס קומט פאר מיט אונזער דור? פארוואס גייט יעדער פאר הילף? פארוואס ווען מ'גייט פאר הילף הערט מען נאר אז ס'איז נארמאל און יעדער גייט?
פארוואס איז אמאל געווען א וויץ אז א האלבער ציבור נעמט הילף און די אנדערע העלפט דארף הילף. היינט שוין נישט קיין וויץ? פארוואס?
זענען מיר אזוי פיל שוואכער? האט דאס צו טון מיט שכל? אדער האט דאס צו טון מיט געפיהל? וכדו'.
ר' שמעון האט זיך אהיים געיאגט פון זיין דרשה זייענדיג שפעט, און האט נישט געקענט מיטהאלטן דעם שמועס ווייטער, האף איך אז ער וועט האבן צייט צו לייענען דא וואס עס איז ווייטער געווארן א שמועס. און אפשר גאר קאמענטירן מיט אפאר רייכע קאמענטארן.
מיין סדר אין דעם קאלום איז נישט צו רעדן פון פסיכיאלאגישע אדער טעארישע געדאנקען, מיר רעדן געוויינליך פון פאקטישע און פראקטישע עצות, אבער מיר וועלן צוקומען צו פראקטישקייט נאכן פארשטיין אביסל וואס מ'האט דארט אויסגעשמועסט אין דעם נושא.
אמאליגע צייטן בעפאר דעם ערשטן וועלט קריג, איז די וועלט געווען מער ווייניגער צוטיילט אין צוויי אויף א גאר אומבאלאנסירטן וועג לגבי די פאפולאציע, דהיינו, עס זענען געווען די עליטע, די גראפן, פריצים, מלכים און שרים, און סתם גבירים אדירים. די האבן געפירט א לעבן מיט א געוואלדיגע הוליעריי, אן קיין שום חשבון אדער דין איבער סיי וואס.
די איבעריגע כל הקהל הקודש זענען געווען פשוט'ע המון עם, אין בעסטן פאל געהאט א שטוב מיט קינדער און א פרנסה'לע, אדער גאר עבדים און שקלאפן צו די עליטע,
רוב וועלט די פשוט'ע המון עם האבן געלעבט זייער שטארק מיטן מציאות. דאס הייסט מ'איז געווען פארנומען מיט פאקטישע זעהבארע ארבייט, נישט מיט קיין געפילן און קיין טרוימינגען. רוב מענטשן האבן צופרי געארבייט צו ברענגען עסן ביינאכט פאר די קינדערלעך.
די ווייבער האבן געוואשן וועש רוב צייט און געקאכט די איבעריגע צייט, און גערייניגט ווען מ'האט געברויכט, און ס'איז נישט געווען קיין צייט צו טראכטן אדער פארברענגען מיט געפיהלן וואס מ'וויל און וואס מ'פלאנירט וכדו', מ'האט זיך געפריידט אז דער טאג איז אריבער און מ'איז ב"ה זאט און די קינדערלעך געזעטיגט, און געהאפט אז דעם קומנענדיגן טאג וועט אויך זיין אזוי.
ווערט נישט ברוגז אויף מיר, עס זעהט אויס ווי איך לייג אראפ די גאנצע וועלט אלס ארימעלייט וואס לעבן גראשן צו גראשן טאג צו טאג.
ניין, נישט דאס איז וואס איך זאג, אפי' די וואס האבן געהאט יכולת, האבן אויך געלעבט אויף זייער שטייגער אויף א גאר פאקטישן צוגאנג, וואס מ'האט געהאט האט מען געהאט און וואס מ'האט נישט געהאט האט מענן נישט געהאט, דער עושר האט געהאט שענערע בגדים, דער ארימאן האט גענוצט וואס דער עושר האט אוועק געווארפן, א קליינער בעל יכולת האט שפאצירט פוון שטאט צום דארף, א גרעסערער האט שוין געהאט א וועגעלע, און א גרויסער גביר א וואגן געשפאנט אין זעקס פערד, עס איז נישט געווען קיין שאלה פון ווערן צובראכן אדער קאלמוטנע פארן נישט האבן דעם יכולת פאר א זעקס פערדיגן געשפענס, דער וואס האט געקענט האט געקענט און ווער נישט נישט.
איז דאס גווען ווייל מ'האט געהאט מער מדות? מער שכל? מער וואס? ניין, ווייל מ'האט נישט געהאט קיין צייט צו טראכטן און שפעקולירן, און שפילן מיט די געפיהלן אויפן וועג וואס מ'טוט דאס היינט.
די באקאנטע און גרעסטע שאלה אויף צייט איז דאך אט דאס, וויאזוי קען זיין אז טראץ וואס דער טאג איז קיינמאל נישט גרעסער געווארן אדער קלענער געווארן, עס איז אלס געבליבן א 24 שעה רונדע, און די אידן פון אמאל וועלכע פלעגן וואשן וועש בידים, און גיין לאנגע שטרעקעס ברגלים, און מיט דעם אלעם האבן מיר ווייניגער צייט ווי זיי?
איך קען מיט איין רוק מיט א קנעפל האבן היינט כמעט אלע געברויכן צו די האנט, זאכן וואס די אמאליגע אידעלעך פלעגן דארפן גיין איבערטון ארבייטס קליידער צו קענען געניסן פון א פשוט'ן פרישטאג, און דער טאג האט זיך נישט צוגעלייגט קיין שום עקסטערע צייט פאר אונז, אלע יאגן זיך נאך מער ווי אמאליגע צייטן.
מ'האט צופיל צייט צו טראכטן, און שפילן מיט דעם נייעם אויפגעקומענעם חלק המח פון "אימאשען'ס". מ'איז פארנומען צו פארשטיין זיך אליינס, און וויסן אדער אויסגעפונען וואס מ'גלייכט און וואס מ'גלייכט נישט. מ'איז נישט פארנומען מיטן מציאות פון דעם טאג.
איך האב געמאכט א שטיקל שטודיע, נישט ביי מענטשן וואס ארבייטן פאר יענעם וואס דארט איז דאך אלעס פשוט, מ'איז א שכיר יום, און מ'האט פליכטן, און מ'קען נישט אליינס באשליסן וויאזוי צו פירן דעם טאג, אבער איך האב גערעדט צו אסאך וואס זענען אליינס אין ביזנעס, און געפרעגט דעם שאלה:
וויפיל שעה א טאג ביזטו פארנומען?
ענטפער: אזויפיל שעה וויפיל עס איז דא אין טאג.
(דאס האב איך באקומען פון רוב, און די וועלכע האבן דאס נישט געענטפערט, האבן מודה געווען אז דאס איז דער מציאות למעשה)
שאלה 2.
וויפיל פן דיינע פארנומענע שעות אויב נעמט מען עס אראפ פאר עפעס וויכטיגער וואלטסטו דערלייגט געלט דערויף, אדער זיך נישט געקענט א עצה געבן? דאס הייסט דו מוזט האבן די אלע פארנומענע שעות צו דעקן דעם באנק אדער דיינע אמת'דיגע צרכי הבית אדער הביזנעס.
ענטפער: כמעט 50% פון די שעות קען איך נאך נוצן פאר אנדערע צרכים אויב זענען זיי באמת מער ווערד אדער פראדוקטיוו, איך דארף נאר טרעפן עפעס וואס זאל מיר מער ווערד זיין.
רוב האבן אנגעוויזן אז "פאקטישע ארבייט" האבן זיי ווייניג שעות פון טאג,