אין אידיש וואלט איך עס גערופן "אפעטיט", גוט מוהטיגקייט" אויפגעלייגט"
איינס פון די גאר וויכטיגע זאכן אין היינטיגן דור אויף וואס מ'ארבייט שטארק און מ'פרובירט צו דערגרונטעווען מהלכים דערין, ווערט גערופן "מאמענטום".
אין דער אלטער היים איז דער ווארט נישט געווען באקאנט, דער טערמין איז נישט געווען נויטיג, מ'האט געלעבט אין א וועלט פון פאקטישע ארבייט און פאקטישע רעזולטאטן פאר פאקטישע געברויכן.
לאמיר מסביר זיין אביסל וואס איך מיין.
דער קרעטשמער איז געשטאנען און סערווירט זיינע קליענטן צו ער איז געווען גוט געלוינט צו ער האט געהאט א שווערן טאג, ער האט קיין צוויי ברירות נישט געהאט, אויב האט ער נישט געטון זיין ארבייט האט ער נישט אהיים געברענגט ברויט.
דער קלייטניק איז געשטאנען אויף די פוס און סערווירט א טאג פאר א חתונה, נאך א חתונה, אין א שלעכטן מוהט אדער אין א גאר געהויבענעם מוהט, אלעס דער זעלבער. די איינציגע חילוק איז געווען אפשר אינעם שמייכל, מ'האט געקענט אפשר הערן א גוט ווארט ווען ער איז געווען גוט אויפגעלייגט און אז נישט האט מען גלייך געזעהן אז היינט איז אלעס ביזנעס אנלי, מ'קען צו אים נישט רעדן איבער ביהמ"ד פאליטיק.
און אזוי איז געווען אפי' דער גרויסער נגיד וואס האט געפירט האלץ אויפן טייך, ער האט געהאט א טאג אינעם סעזאן ווען ער האט געארבייט שווער, ברצון ושלא ברצון, און אזוי האט ער אויך געהאט א טאג ווען ער האט נישט געארבייט בכלל, ברצון ושלא ברצון, ער האט נאר געהאט דעם מזל אז ער האט געקענט מער צייט רוען, ווייל ס'געווען א שטאב פון קנעכט און דינסטן וואס האבן געטון א חלק פון זיין ארבייט.
מער אדער ווייניגער איז יעדער געועון פארנעמען מיט א געוויסן שנעלקייט אויף געוויסע ארבייט, און יעדער האט געוואוסט וואס ער האט צו טון.
בעלי מזל האבן געקענט טון ווינייג און פארדינען אסאך, און די שלימזל'ן האבן זיך נעבעך געדארפט היבש איבעררייסן צו מאכן א גרייצער.
מאמענטום?
איך ווייס נישט וואס דאס מיינט! זאגט דער בעל עגלה, ווען איך פרעג אים.
וואס הייסט? וואס קען מאמענטום טון פאר מיין פערדל, ווען ער באשליסט א נאפעץ צו כאפן אינמיטן העלן טאג ארבייט?
מאמענטום? וואס מיינט דאס?
פרעגט דער שמש אין גרויסן שטאט שוהל.
וואס הייסט דאס קען מיר העלפן אנגרייטן דעם פרוכת? פארוואשן דעם מקוה געמויזעכץ? וועלכע פון מיין ארבייט וועט דער מאמענטום העלפן טון?
און אזוי האבן אלע געענטפערט אין דעם אלטן דור ווען איינער וואלט זיי ווען געפרעגט.
שמועס איך מיט סעילסלייט פון היינטיגע צייטן ,און זיי זענען פארנומען מיט מאמענטום, און איינער פרעגט זייער ספעציפיש, וויאזוי נעמט מען מאמענטום אריבער צו טעג ווען עס איז נאטורליך נישט דא?
דארף מען דאך פארשטיין אז היינטיגע צייטן איז יא דא דער דערהער פון "מאמענטום" דאס הייסט אז אא איד גייט אין דער ארבייט, וואו ער האט מכלמורש'ט א טאג ארבייט, אבער ער ווייסט שוין פון אנהייב אן אז עס איז נישט קיין געלאנגענער טאג, ער איז נישט גוט אויפגעלייגט, אדער ער איז צו מיד, און ער ארבייט ווי א געצווינגענער פון א שי'"ן דל"ת.
ער האט נישט קיין דרייוו, קיין מאמענטום, איי אויב דו פרעגסט אים וואס ער דארף מאמענטום ווען דער פשוט'ער סיבה פארן ארבייטן איז בכלל נישט געמאכט צום הנאה האבן נאר ווייל אדם לעמל יולד, לעבט ער דאך אין א פרייע ליבעראלע וועלט, וואו מ'קוקט יא אויף געפילן, און די בעלי בתים זענען יא געוואוינט צו הערן פון די ארבייטער אמאל אמאל אז זיי זענען היינט עפעס אויפגעשטאנען אויף די לינקע זייט, און מ'וועט מוזן מאכן דאס בעסטע וואס מ'קען.
מאמענטום איז געווארן א וויכטיגער און אינטעגראלער חלק אין ביזנעס, און בפרט ביים סעילסמאן אדער בעה"ב וועלכער קען באמת לאזן אז די געפילן זאלן איבערנעמען, ער האט נישט קיין בעה"ב מיט א שטעקן איבערן קאפ וואס זאל אים זאגןג וואס צו טון. וואס פאר רוב עמא דבר איז דאס א וויכטיגע מעלה אז ער קען נישט ווערן צו שטארק איבערגענומען פון א שוואכקייט אין מאמענטום ווייל די ארבייט מוז געטון ווערן.
אבער אויב ארבייט ער פאר זיך אליינס, איז עס שוין יא זייער שווער.
אלזא דאס איז אמאל אמת אז אינעם לעבנסשטייגער פון יארע צוויי טויזנט און פיר און צוואנציג איז שוין יא גאר וויכטיג צו קענען אנהאלטן מאמענטום.
לאמיר זיך נישט פאפן, ווען א מענטש קומט אריין אין די ארבייט און דער רוטין איז פארשלאפן און האט נישט קיין אויסנאמע אקטיוויטעטן, שלאפט איין דער מאמענטום, ווידעראום ווען ער קומט אריין און עס איז דא א דעדליין, אדער אנדערע וויכטיגע לעצטע מינוט פראיעקטן, ווערט דער מאמענטום געהויבן, נישט קיין חילוק צו ס'קומט מיט קולות אדער מיט א רואיגן שטארקן שטורעם, עס איז לעבעדיג אין געשעפט, אלעס דרייט אלעס גרייט, מ'איז פארנומען.
דער סעזאן גייט אריבער און דער מענטש שפירט זיך שוואך און ערשעפט, און ער דארף אנהייבן פון דאסניי, און דער לעוול פון מאמענטום האלט גאר נידריג.
אלזא די שאלה איז: וויאזוי האלט מען מאמענטום הויך אפי' ווען דער אקטיוויטעטן לעוול איז נאטורליך נידריג?
לאמיר אויך רעדן למשל ווען עס איז געועון א געלונגענער סעיל אדער סעזאן, און דער מענטש שפירט זיך דערהויבן און גוט מוהטיג און אלעס וואס ער טוט זעהט אויס ווי ס'גייט גוט, און דאן נאך א קורצע וויילע, ווען די באנק אקאונט ווערט צוריק סטאביליזרט, און דער גרויסער סוקסעס איז שוין א היסטארישער מציאות, קומען צוריק אראפ די ליפן שמייכלען און די געהויבענע אטמאספערן און ס'הייבט אן צוריק צו ווערן דער רוטין פון וועלכן ער וואלט זיך אזוי געוואלט שוין שיידן און ס'זאל אלס זיין אזוי דערהויבן ווי די מאמענטאלע מאמענטום הייב וואס ער האט עקספיריענסד.
דער מענטש דארף אין אזא צייט קענען מאכן א ראציאנאלען און לאגישן פראיעקט פון אנכאפן דעם מאמענטום און נישט לאזן אוועק גיין.
דער הייליגער חינוך שרייבט אדם נפעל כפי פעולותיו, און דא באקומט דער מענטש א גאר קלארן באווייז פון הימל וואס זיינע פעולות דארפן זיין צו קענען סוקסעספול סיסטעמיזירן זיין מאמענטום צו אן אייביגן הויך, און נישט שפירן ווי איינער וואס דארף נעמען א טרונק אדער גאר ארגערס צו שפירן הויך און דערהויבן.
ווען דער מענטש גייט ארויס פון א סעזאן פון סוקסעס, ווען ער האט געהאט דעם גוטן געפיהל, און זיך געזעהן טון זאכן וואס ביז היינט האט ער נישט געחלומ'ט אז ער איז ביכולת, מוז ער נישט רעזיגנירן און צוקוקן ווי ער פאלט צוריק עד דיוטא תחתונה, נאר מיט אביסל מחשבה זיך פרעגן ווי פאלגענד.
ווען דער מאמענטום איז געווען הויך האב איך געטון געוויסע אקטיוויטעטן וואס האבן געברענגט געוויסע רעזולטאטן.
פארשטייט זיך אז איך האב דאס אלעס גטון צוליב א סיבה, איך בין געווען אין א גאר גוטן צושטאנד, און דער מאמענטום איז געועון הויך.
אבער יעצט ווען איך האלט נאכדעם, לאמיך איבערקוקן וואס זענען געווען די אקטיוויטעטן טריקענערהייט, נישט קיין חילוק צו זיי קומען ווייל איך בין געווען גוט מוהטיג אדער סתם אזוי.
דאס הייסט אז אויב איך טוה אט די פאלגענדע אקטיוויטעטן, וועט מיר עס ברענגען די נאכפאלגענדע רעזולטאטן.
אלזא אפי' איך בין טאקע שוין נישט אין דעם בעסטן מצב וועל איך יעצט אריינלייגן אין מיין טעגליכן פראצעדור צו טון די פאר קליינע אקטיוויטעטן וואס האבן געברענגט רעזולטאטן, און קען טאקע זיין אז איך וועל נישט זיין אזוי פרייליך אוןג וט אויפגעלייגט אויף די ערשטע צייטן, אבער אויב וועל איך עס טון יעדן טאג מיט א רגילות, וועט צעביסלעך מקויים ווערן דער אדם נפעל און איך וועל קענען מער סיסטעמיזירן דעם אנגייענדען מאמענטום און נישט דארפן זיך צופרידן שטעלן מיט א צייטווייליגן מאמענטום אמאל אמאל.
עס איז גאר ויכטיג צו געדענקען אז דאס איז א מתנה פון הימל, דער מענטש שאצט זיך אונטער, און מיינט אז ער קען נישט, און ווען ס'קומט אזא מאמענטום בוסט ווערט ער געוואויר זאכן וואס ער פלעגט אלס מיינען ער קען נישט טון אז ער איז גאר גוט דערין, נאר קיינמאל נישט געהאט די קאנפידענץ צו פרובירן, און דא זעהט ער אז ער קען יא, און ער דארף גראד נעמען די פעולות די אקטיוויטעטן און עס אריינלייגן אלס א סטאפ סיין (ווי מיר האבן שוין געשריבן אין עבר) פאר א טאג טעגליכן אקטיוויטעטן פראגראם וואס ער טוט אזוי ווי דער געשעפטסמאן וואס צוט ארויף די ראלעטן נישט קיין חילוק צו ער איז אין א גוטן שטימונג צו נישט.
עס איז כדי צו דערמאנען אז אפי' נאך 20 אדער מער יארן אין ביזנעס איז נאך אלס דא אזוינע זאכן וואס דער מענטש ווערט נאר געוואויר אז ער קען ווען ער ווערט כמו שיכור צוליב סיי וואס, און ער גיבט א ברעך דורך דעם דיקן אייז שיכט פון עצלות אדער אומטרוי וואס ער האט צו זיך, און ער ווערט געוואויר וואס פארא כוחות ער האט.
אבער דא שטעלט זיך דער חילוק צווישן דעם געווינער און פארלירער.
דער פארלירער דערציילט עס וייטער ווי א שרעקעדיגער עפיזאד וואס איז פארביי און נעמט נישט ארויס דעם עיקר לאזט עס אלס א טפל, און אפי' אויב ער האט געמאכט אפאר דאללער דערפון איז עס א צייטווייליגער געווינס.
ווידער דער געווינער איז איינער וואס שטעלט גלייך זיך אראפ און קלערט וואס האב איך געלערנט אויף מיר אליינס אין א צייט פון שיכרות אדער איבערמוהטיגקייט, און לאמיך נעמען די אלע טרוקענע אקטיוויטעטן וואס איךה אב געזעהן אז איך קען טון און עס אריינלייגן אין מיין טעגליכן רוטין.
בעזר השי"ת אויב נעמט מען אן די מתנה ריכטיג און מ'לערנט עס אפ ריכטיג קען עס טראגן גאר ווייט.
מאמענטום איז ווכיטג, אבער אויב גייט עס אזוי שנעל ווי ס'קומט איז עס נישט מער ווי א שכרות וואס גייט פארביי.
ווען א שיכור ווערט געוואויר אז ער קען עפעס, מיינט דאס נישט אז ער קען עס נאר ווען ער איז שיכור, נאר ער איז עס דאן געוואויר געווארן, און יעצט דארף ער נעמען ניכטערע שריט צו בענעפיטירן דערפון.
הצלחה וברכה