צווישן אנדערע אינטערסאנטע טעמעס וואס זענען געקומען אין פארמאט פון שאלות און סתם אזוי פידבעק, איז געווען די טעמע פון "סטאנדארט".
לאמיר עס צונעמען אביסל, און פארשטיין קודם לכל די טעמע.
אין געוויסע ביזנעסער אדער ביי געוויסע מענטשן, איז אנגענומען דער כלל פון "רעד גרויס וועסטו זיין גרויס". דאס הייסט אז מ'שטעלט אן א פנים פון סוקסעס, מ'פירט זיך ברייט, אדער ווען ס'רעדט זיך פון א ביזנעס, מאכט מען געוויסע פעולות צו אויסזעהן שטערקער ווי מ'איז
לאמיר זיך נישט פאפן אז פיל מאל איז דער רייץ אויסצוזעהן רייך און מוצלח עפעס וואס מאכט דעם מענטש טון נארישע שריט און ספענדן געלט אויף זאכן וואס אויב זאל מען זעהן די ביכער וואלט מען זיכער מער געלאכט פון דעם שריט ווי עס ארויפגעקוקט.
עס איז זייער גרינג זיך איינצורעדן אז מ'טוט עפעס אויף ווען מ'טרייבט ארויף דעם "אימעדזש" דעם בילד וויאזוי מ'וויל אויסזעהן, מ'קען זיך איינרעדן אז מ'טוט עס פאר ביזנעס, און מ'דארף עס פשוט האבן פאר הצלחה, ווען באמת איז דער ציהל די נארישע תאוה פון גאוה און אויסזעהן ווי א מיליאנער.
פארשטייט זיך אז איך בין נישט דא צו זאגן מוסר פאר די וואס טוען אזוינע שריט, און עס איז נישט ווערד קיין קאלום אויפצוהאלטן די חשוב'ע לייענער דערמיט. אבער אמאל איז יא דא ווען אזוינע געמאסטענע שריט זענען ווערד אויסצושמועסן, און דאס זעה איך פון געוויסע שאלות אין אנדערע טעמעס.
לאמיר גיין צו די שאלה.
א אינגערמאן איז צו מיר געקומען, ער האט נארוואס געעפנט א ביזנעס, ער איז נאך א ריכטיגער אנהויבער, ער האלט נאך אין ערגעץ נישט, ער מאכט אסאך רעש און טומל ארום זיין ביזנעס, ער פרובירט זיך ארויפצודראפען אויפן לייטער.
-ער האט דאס נישט געזאגט אבער איך לייג עס צו- ער וויל איבערהיפן די אלע שווערע התחלה שטיגן וואס אנדערע זענען געקראכן לאנגע יארן צו דערגרייכן, און אין זיין שפראך וויל ער זיך לערנען אויף זייערע טעותים און גראדע גיין צום שפיץ.
דער געדאנק פון זיך לערנען אויף יענעם'ס טעותים איז גאר גוט ווען מ'לערנט זיך נאר אויף די טעותים, און מ'לייגט נישט צו קיין אנדערע.
אויסצוזעהן ווי יענעם און זיך פירן ווי יענעם דאס הייסט נישט אז דו ביזט מצליח ווי יענעם.
קנאת סופרים איז גאר גוט ווען מ'נעמט ארויס דעם גוטן לימוד וואס מ'זעהט אלס א שליסל צו הצלחה, און א שליסל צום קאסע, אבער ווען מ'טוט סתם נאך יענעם ווען ער האלט שוין אין א מצב פון יכולת, דאס פירט אראפ פון וועג.
עס איז בעצם א לענגערע שמועס וואס אויב וועט זיין א פארלאנג וועל מיר צוריק קומען דערצו, די תקנות וואס מ'מאכט אין קהלות ווייל די ארימערע ווילן נאכמאכן די רייכערע, און וויאזוי דאס צו באהאנדלען, אבער יעצט צוריק צו ביזנעס.
אין געוויסע פעלער איז דער מהלך פון אנשטעלן א פנים פון הצלחה גאנץ א גוטער, און איך וויל קלאר שטעלן אז איך רעד נישט ח"ו פון מאכן א מהלך פון שקר וואס מ'הערט ליידער אויך ווען מ'זוכט אינוועסטארס און מ'שטעלט אהער א בילד פון א סוקסעס און צום סוף ווערן די אינוועסטארס פארכאפט אין א באנקראטירטן געשעפט, ניין, נישט פון דעם רעדט מען פארשטייט זיך. מ'רעדט פשוט פון אהער שטעלן א סטאנדארט וואס רעפרעזענטירט נישט דעם מציאות.
א צווייטער אינגערמאן וואס טוט אין סעילס, האט מיר קלאר געוויזן זיין פערזענליכן בודזשעט אין וועלכן ער פארלירט א שיינעם סכום געלט מאנאטליך סתם צו הייבן זיין סטאטוס און זיך אהער שטעלן אלס א מוצלח, און מיט דעם האפט ער דורכצוגיין א האלבן בריק אז דער פאטענציאלער קאסטומער זאל זיך אליינס פרעגן, גיב א קוק דער ווייסט וואס ער רעדט ער איז דאך מצליח.
די אלע זאכן זענען פיין און וואויל ווען מ'ווייסט דעם מציאות ווען עס העלפט און ווען עס שטערט.
און דער כלל ביי די זאכן איז לכאורה פשוט, און אויב שפירט איר אז איר זענט אין דעם באבל און איר ווילט מעסטן אויב איז אייער מהלך א גוטער, וואלט איך געזאגט איר זאלט עס מעסטן ווי פאלגענד.
אויב איז דער מהלך געווען באשטימט אין סיי וועלכן פון די מארקעטינג שמועסן אין די פירמע, סיי אויב איר טוט דאס מיט א פירמע וואס איז ספעציאליזירט אין מארקעטינג, אבער אפי' אויב איז עס נאר ביי די קאמפאני מיטינגס ווען מ'רעדט פון מהלכים אין מארקעטינג, און נניח אז עס קומט ארויס פון דעם שמועס אז מ'גייט אננעמען דעם גאנג פון אנשטעלן א פני מוצלח, גיי איך נישט אריינרעדן צו ס'וועט ארבייטן אדער נישט, אבער עכ"פ איר קענט זיך האלטן רואיג אז איר האט עס נישט סתם געטון מיט אן אויסרייד.
אויב קענט איר נישט זיצן מיט די וואס זענען פאראנטווארטליך אויפן מארקעטינג, און הערן פון זיי אדער פון יענעם אז דאס זאל זיין דער מהלך, זענט איר לכאורה אין די פארקערטע ליניע און ס'וועט אייך גארנישט ברענגען.
דאס הייסט אז אזא מהלך קען נישט זיין ספאנטאן אדער אליינס באשלאסן סתם ווייל איך האב געוואלט אזוי.
רעדנדיג מיט אזוינע וואס האבן אנגענומען דעם מהלך אויב קען מען עס אזוי רופן, הער איך אזוינע סטעיטמענטס וואס מאכן מורא'דיג קלאר אז דא האט נאר געשפילט א ראלע דער רייץ פון זיין מערקבאר און וויכטיג, ווי למשל ווען איך פרעג איבער וויאזוי דאס מאכט אויס אויפן בודזשעט און דער מענטש ענטפערט מיר "איך האב געטראפן א גוטן דיעל אויפן קאר" דערפאר האב איך שוין געטראכט אז איינוועגס וועל איך שוין אויך קענען הנאה האבן פון דעם מורא'דיגן מארקעטינג מהלך.
אין אזא פאל איז ביי מיר קלאר אז דער גאנצער מארקעטינג מהלך איז צושטאנד געקומען דורך א גוטן קאר סעילס מאן. שטעלט אייך פאר, דער קאר סעילסמאן איז געווען דער מארקעטינג גורו וואס האט אים געמאכט באשלוסן אזא טייערן מארקעטינג באשלוס, דורכן ברענגען א גוטע דיעל אויף א גאר טייערן קאר.
ווען איינער פון די ביזנעסער האט מיר מסביר געווען אז די סיבה צו זיינע גאר טייערע לוקסוריעזע טריפס און אויספלוגן צו פארשידענע מדינות פאר גרויסע געלטער קומט ווייל עס ברענגט א געוויסן רעספעקט און א גאר גוטן נאמען פאר זיין פירמע, אבער אין מיטן דעם שמועס האט ער מיר אריינגעווארפן "מיין משפחה וויל סיי ווי איינמאל א יאר גיין...." דארף ער מיר מער נישט פארציילן ווער עס האט אים געברענגט צו מאכן דעם גאר גרויסן מארקעטינג אינוועסטמענט, עס איז די חשוב'ע משפחה זיינע.
און אזוי פאלן מענטשן פאר די אלע זייטיגע חשבונות און רעדן זיך איין אליינס, אדער פרובירן איינצורעדן אנדערע אז עס איז גאר א מארקעטינג סטאנט, אין די צייט וואס איך און דו ווייסן אז עס איז נישט אויסגעהאלטן.
די ערגסטע פון אלעם איז נאך ווען עס ווערט געטון דורך אפרוחים וועלכע ווייסן נאך בכלל נישט וויאזוי זייער ערשטע יאר גייט זיך ענדיגן, און לא די אז עס איז נישט קיין עסק פאר זיי און אפי' אויב זאל עס זין עפעס הילפבאר אין מארקעטינג טארן זיי נישט גיין אויף דעם מהלך בלינדערהייט, איז עס נאך אין פיל פעלער גאר א קלאפ פאר זיין פרעסטידזש און אנזעהן, און ווען ער זאל זיין א פליג אויפן וואנט און זיך צוהערן וואס מענטשן רעדן ווען זיי זעהן אזא מין ווירטשאפט וואלט ער מיט אלע כוחות פארמיטן דעם גאר שטארקן מארקעטינג דורכפאל, מילד גערעדט.
אלזא איז וויכטיג צו וויסן און געדענקען די כללים.
סיי וועלכע ביזנעס דעסיזשאן ווואס מ'מאכט, דארף זיין אזוינס וואס מ'שמועסט אויס, און מ'קען הערן א ניין פונקט ווי א יא. עס ווערט נישט באשלאסן ספאנטאן.
איר וועט זעהן ווען עס קומט א געוויסע מארקעטינג פירמע מיט א גראנדיעזע געדאנק, וואס ס'לאזט זיך זאגן אז עס קען העלפן אין מארקעטינג, וועלן די גרעסערע מער באזעסענע פירמעס דארפן מער צייט איבער צו טראכטן, ווי די נייע און אומערפארענע ביזנעס לייט.
אלס א מארקעטינג טיפ פאר מארקעטערס וואלט איך זיי פארגעשלאגן אז ביי נייע און גראנדיעזע איידיעס זאלן זיי קודם גיין צו די אומערפארענע ביזנעסער, פארן אויבנדערמאנטן פאקט, אז עס ווערט געטון ספאנטאן. די גרעסערע און ערפארענע וועלן אייך געבן א גאנג פארן דאללער וואס איר מאכט. אבער נישט דאס איז די נושא, דאס איז נאר בכלליות גערעדט.
בפרטיות ווען איר ווייסט אז דער גאנג איז עפעס וואס איז א פשוט'ער רייץ פונעם בשר ודם, און אויף דעם ארויף מאכן א דעסיזשאן צו ספענדן די געלט פון די ביזנעס, איז ממש א זאך וואס איז קעגן יעדע ביזנעס מהלך, און וועט אייך נישט העלפן קיינמאל, נאר אדרבה פארקערט.
די צווייטע כלל ביי די זאכן איז אז עס קען נישט זיין "ווילד". אפי' אויב מ'באשלוסט יא אז די ביזנעס דארף ווייזן רחבות און הצלחה, מוז עס געטון ווערן אויף גאר א באשיידענעם און רעגלמעסיגן וועג, נישט פלוצים געבן א רייס אויף און פארשאפן א זאראוואכע פון אינטערווייליכע שמועסן און אנאליזן אויפן געשעפט, עס ברענגט נישט קיין עקסטערע הצלחה.
די דריטע כלל איז אויב שפירט איר אז עס פעלט אויס, טוט עפעס פאר די ארבייטער, אדער פאר די שליסל ארבייטער פאר איר טוט עס אליינס. לאזט אייערע ארבייטער זיך שפירן גרויס און געהויבן, דאס גיבט א גוטן בילד און אפקלאנג, עס ווייזט אז איר זענט א ביזנעס וואו די ארבייטער קענען שטייגן, און מצליח זיין.
לאמיר ענדיגן מיט איין זאץ:
געדענקט און אנערקענט אייער סטאנדארט, און הייבט נאר דעם סטאנדארט ווען איר שפירט גענוג באפעסטיגט צו בלייבן שטיין דערויף אפי' ווען עס שאקלט זיך. ודי לחכימא.
גוט שבת