יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ ראט און טאט
ארטיקלען

פרשת שמות תשפ"ד

ראט און טאט · "דער שטיבל" · שנת תשפ"ד

מיר האבן ב"ה געענדיגט די סעריע פון סעילס, אבער בעפאר מיר גייען ווייטער צו די קומנדיגע טעמעס, וועלן מיר פרובירן צו ענטפערן אויף געוויסע פראגן וואס זענען אריינגעקומען במשך די וואכן.

פארשטייט זיך אז יעצט איז די צייט אויב שפירט איר אז איר האט א טעמע וואס איר וואלט געוואלט זעהן אין דעם קאלום, אריינצושיקן צו אונז א פארלאנג, און מיר וועלן פרובירן אויב מיר קענען רעדן פון די וואס ווערן פארלאנגט דורך די חשוב'ע לייענער.

אלזא עס זענען אריינגעקומען געוויסע פראגן אין דעם ענין פון באצאלדונג, דער ענין פון ווערן באצאלט פאר די ארבייט איז אביסל א שווערער נושא, און וויכטיג צו אויסשמועסן.

די שאלות וואס מיר האבן באקומען זענען פארשידנארטיג, אבער בערך זענען זיי אזוי:

באקום איך גענוג באצאלט ווען איך ארבייט למעשה סאך שווערער ווי איך האב געמיינט?

באקום איך גענוג באצאלט לויט וואס די מארקעט באצאלט פאר דעם דזשאב?

איך מיין אז איך דארף צו באקומען אסאך מער, וויאזוי זאג איך עס פאר מיין בעה"ב?

וכהנה רבות.

לאמיר ארום רעדן אביסל פון די כללים.

ווען א מענטש נעמט אן א פאזיציע, דארף געוויינליך זיין גאנץ א קלארע פארשטאנד אויף עטליכע זאכן, און דארט ליגט א יסודות'דיגער טעות ביי מאנכע.

מ'דארף וויסן ביים אנפאנג וויפיל די דזשאב באצאלט וואס דאס ווייסט געווענליך יעדער.

מ'דארף וויסן אויך ווען עס איז באשטימט צו באקומען רעיז, און וויפיל, (פארשטייט זיך אז זאכן קענען זיך עווענטועל טוישן, אבער עס איז א וויכטיגע נקודה צו פארשטיין וויאזוי עס ארבייט געוויינליך)

דערנאך איז וויכטיג פאר אן ארבייטער צו פארשטיין אביסל דעם מצב פון די ביזנעס אין וועלכן ער גייט אריין.

אינעם אינטערוויו פראצעדור קען אן ארבייטער זייער שנעל זעהן צו מ'רעדט דא פון חלומות אדער פון ערנסטע פאטענציעל.

פיל פון די אנפראגעס אין דעם נושא זענען בערך אזוי: ווען קען מען בעטן א רעיז? וויפיל הייסט נארמאל? איך מיין איך ארבייט מער ווי דאס וואס מ'צאלט מיר.

ע"פ רוב קומען די פראגעס פון צעמישעניש אין דעם ערשטן טריט ווי דערמאנט.

עס דארף זיין זייער קלאר ביים אננעמען א דזשאב די אלע פרטים, און אויב איז עס נישט קלאר, איז בדרך כלל נישט דא קיין סאך צו טון נאר פרובירן צו בעטן מער שיינערהייט, אדער זוכן א בעסערן דזשאב.

אביסל טיעפער.

א מלמד, ער שיקט אונז אריין א בריוול אז ער האלט אז פאר די ארבייט וואס ער לייגט אריין ווערט ער באצאלט גאר ווייניג, און ער איז זיך מסביר וויפיל ער לייגט אריין, און וויפיל ער באצאלט, און מיר וועלן נישט פונקטליך איבערשרייבן זיינע ווערטער מחמת כמה סיבות.

אבער לאמיר נעמען דעם סארט פאזיציע, און איר קענט טרעפן פארשידענע אנדערע אזוינע וואס האבן די זעלבע קליפערליך, און מ'קען ציען פאראלעל.

דער מלמד באקומט באצאלט מיט א סיסטעמאטישן אופן, עס איז בדרך כלל דא איין מהלך פאר אלע, און אין געוויסע מוסדות איז עס גאר שטארק באקאנט אז ס'איז נישט דא קיין וועג צו וואקסן נאר טאמער מ'קען אינדערזייט לערנען מיט קינדער אדער בחור'לעך, און פון די אנדערע זייט טוט די מוסד געוויסע פעולות אז די מלמדים זאלן באקומען טיפס וכדו', פשוט ווייל דער מוסד קען נישט באצאלן דאס וואס דער מלמד וואלט אפי' ווערד געווען צו באצאלן.

דער מלמד האט אנגענומען דעם דזשאב, ער האט געוואוסט פונקטליך וויפיל מ'באצאלט, דאס איז א פאקט.

אלזא וואס שטערט דעם מלמד? (און דאס איז נאר א משל, און איך כאפ אן דעם מלמד'ס בריוול ווייל רוב ציבור קען פארשטיין אן קיין הסברים פון וואס מ'רעדט בערך. איך רעד ח"ו נישט מיט זלזול אויפן דזשאב, נאר אז מ'זאל באטראכטן דעם דזשאב אזוי ווי דער מלמד אדער סיי וועלכע סיסטעמאטיש באצאלטע דזשאב וואס יעדער ווייסט וואס און וויפיל עס באצאלט און ווען מ'גייט איין דערויף איז מען זייער קלאר דערמיט)

וואו קען יא זיין אז עס איז דא א אומפארשטענדעניש? מוז זיין אז אין די ארבייט. דאס הייסט ווען מ'האט אנגענומען דעם מלמד האט מען אים פארציילט ווי שיין דער דזשאב איז, און וופיל צייט עס בלייבט אים פאר די משפחה, און צו קענען אנגיין מיט א געהעריגן סדר החיים און ווי שיין דאס באצאלט לויט וויפיל שעה ער לייגט אריין וכדו'. (און אין אסאך פעלער איז דאס טאקע אויפריכטיג)

דא אבער לאמיר זאגן אז דער מלמד האט אדער זיך איבערגעשאצט, אדער די ארבייט אונטער געשאצט. דאס הייסט ס'קען זיין ער האט פשוט געמיינט אז פאר אים איז גרינג אזא דזשאב, און ס'שטעלט זיך ארויס אז נישט. אדער איז ער א מענטש וואס כאטש מ'גיבט אים ארבייט פאר 5 שעה א טאג, האט ער א סארט געפיהל פון אחריות און ער ארבייט עקסטערע 2 שעה א טאג זיך אנצוגרייטן, און פארשטייט זיך אז דאס האט מען נישט באטראכט אינעם אינטערוויו ווען ער איז געווארן א מלמד.

וואו נאך האט געקענט זיין א טעות? און דא לאמיר אוועקטרעטן פון דעם מלמד'ס בריוול און גיין צו א בריוול וואס ממש זאגט די זעלבע זאך נאר עס איז אין אן אנדערן פעלד, א פעלד פון ארבייט אין א וועירהאוז, שווערע ארבייט, און דער אינגערמאן קומט בערך מיטן זעלבן טענה, אז ער ארבייט איבער די כוחות און באצאלט ווערט ער גאר ווייניג.

דער אינגערמאן איז אין די זעלבע פאזיציע ווי דער מלמד, (ווייטער מיר רעדן נאר אלס די חלק הפרנסה, און דאס איז וואס מיר שמועסן אויס) נאר ער האט געהאט נאך א טעות וואס ער האט פארזעהן אין דעם אינטערוויו, און דאס איז די חלק פון פארשידענע הילף פראגראמען צו וועלכע ער האט קוואליפיצירט ווען ער האט נאך געלעבט מיט ווייניגער, און ער האט נישט רעאליזירט אז ווען ער גייט מאכן אביסל מער אויפן נייעם דזשאב, וועט ער לכאורה אהיים ברענגען אסאך ווייניגער.

אלזא וועמעס טעות איז דאס? פארשטייט זיך אז ער אליינס, אבער פון די אנדערע זייט די בעלי בתים ווען מ'אינטערוויוד איינעם פאר א נייעם דזשאב איז וויכטיג אויסצופרעגן אביסל און פארשטיין דעם מצב פון דעם ארבייטער צו זעהן צו מ'קען ערווארטן צו האבן א "צופרידענעם ארבייטער".

מכאן הקריאה יוצאת, ווי א שופר מיט צוויי זייטן, דער בעה"ב ווען ער אינטערוויוד אן ארבייטער, אנגעהויבן ביים מלמד וואס איז גאר סיסטעמאטיש, און געענדיגט ביים העכסטן ראנג פון קוואליפיצירטע און קאמפליצירטע דזשאבס, וואו עס איז אלס א דיעל וואס מ'מאכט כפי המצב. אלעמאל דארף מען געדענקען צו זיכער מאכן די פאלגענדע:

דער ארבייטער זאל וויסן "פונקטליך" וואס די דזשאב איז, און צו די זעלבע צייט "וואס ס'איז נישט". (א דזשאב דעסקריפשאן, מיט אלע קליפערליך) לאז אים נישט איבערארבייטן מיינענדיג אז דאס איז א חלק פון דעם דזשאב אדער אז דאס וועט אים ערגעץ טראגן, ווען סך הכל פאפט ער זיך.

דער ארבייטער זאל וויסן "פונקטליך" וואס די דזשאב צאלט, און אין דעם זאל זיין אריינגערעכנט אלע סארט אפציע'ס פון א רעיז אדער א באונוס וכדו', מיט אלע וואקאציע און געזונט טעג וכו', זאלן זיין פונקטליך אויסגעשמועסט און "אפגעשריבן".

איך האב שוין אמאל גערעדט פון דעם, אז דער בעסטער וועג אס צו טון איז ווען ס'איז אפגעשריבן, און דער בעה"ב באציהט זיך צום אפגעשריבענעם ווי צו די קאנסטיטוציע פון די ביזנעס, און נישט אז אין דעם אינטערוויו ווערט באשלאסן זאכן ווי אויפן פארנדען באן. דער ארבייטער ווערט נישט באליידיגט ווען מ'זאגט עפעס אפ ווייל אזוי שטייט געשריבן, אבער ער קען זיך שפירן אונטערגעשאצט ווען דער בעה"ב זאגט אזוי סתם געזאגט, ער מיינט גראד אז דאס קומט ווייל מ'פארשטייט נישט זיין ווערד, און דאס איז נישט גוט פאר א גוטן אנהויב.

איבערגיין מיטן ארבייטער פונקטליך זיין בודזשעט (פארשטייט זיך אז לעגאל טאר מען נישט פרעגן צופיל קשיות, אבער מ'מעג מאכן יענעם טראכטן, און אים הייסן טראכטן וויפיל רענט ער צאלט און וואס נאך ס'קאסט, און וויפיל ס'קומט אריין פון זייטיגע הכנסות וואס ער קען אפשר פארלירן, אדער זיין העלט אינשורענס קאסטן וכדו' אנע דעם וואס דער בעה"ב זאל אליינס וויסן וואס די נומערן זענען, ער מאכט נאר דעם ארבייטער פארשטיין וואס ער דארף אריינצוקלערן)

און דער צווייטער זייט שופר איז צו די ארבייטערס.

דאס אלעס וואס איר האט געליינט אז די בעלי בתים דארפן מאכן זיכער איר זלט וויסן, איז וויכטיג אז איר זאלט דאס טאקע זיכער מאכן צו וויסן. (לייענט עס איבער ביטע...)

צום שלוס:

צו יעדן כלל איז דא א פרט, און צו יעדן רעכטס איז דא א לינקס. איך זאג נישט אז עס איז נישטא א דזשאב וואו געוויסע פון די אויבנדערמאנטע כללים זענען נישט מעגליך אדער נישט וויכטיג.

אבער געוויינליך די וואס קומען מיט טענות אדער האבן א פראבלעם, קומט שטארק פון אויסלאזן געוויסע פון די אויבנדערמאנטע כללים.

איך וויל נישט יעצט אריינגיין צו טיעף אין די נושא, מיר האבן שוין געשריבן אנהויב אסאך אין דעם פעלד, און אויב וויל איינער וויסן מער קען מען זיך ווענדן צו מיר פריוואט. איך האף אז פאר די פאר בריוון אין די נושא איז פארענטפערט געווארן א חלק.

מיר וועלן ממשיך זיין אין דעם אויב וועט אויספעלן.

אויף דערווייל האט א לעכטיגן שבת.