מיר ווילן גומר זיין די נושא פון "סעילסמאן" מיט איינס פון די וויכטיגסטע טעמעס אין ביזנעס בכלל און ביי סעילס בפרט, און עס איז א ענין וואס ווערט פארזעהן, אדער אין געוויסע פעלער אנגעקוקט אלס אן איינרעדעניש אדער אן איבערגעטריבענער עסק.
דער ענין פון "גאול'ס סעטינג" זיך צו מאכן א ציהל.
לאמיר עס צענעמען און פארשטיין סיי די קאנצעפט פארוואס עס איז אזוי קריטיש וויכטיג, און אויך וויאזוי עס צו מאכן ריכטיג.
קודם כל וואס איז א "גאול"?
א גאול איז נישט קיין "תאוה" אדער א גלוסטעניש אדער וויאזוי מ'זאל עס אנרופן צו וועלכן מ'וויל אנקומען, עס איז ליבערשט א מטרה, מיט אויסגערעכנטע קלארע געמאסטענע און פאראויס געפלאנירטע טריט וויאזוי אנצוקומען דערצו.
דעריבער דארף א גאול זיין עפעס וואס פארמאגט די אלע פרטים אין זיך.
עס מוז זיין:
ספעציפיש – מ'קען נישט מאכן א גאול "בערך" וואס מ'וויל, מ'מוז זיין זייער קלאר מיט זיך, וואס פונקטליך וויל איך אנקומען.
עס מוז זיין:
מעסטבאר – עפעס וואס מ'קען מעסטן, וועגן, און האבן דערויף א נומער, וויפיל דערפון, אדער ווי גרויס, אדער סיי וועלכע מעסטער וואס מ'נוצט אין דעם פעלד אין וועלכן מ'איז עוסק.
למשל מ'קען נישט מאכן א גאול "מצליח צו זיין". מ'קען יא מאכן א גאול צו מאכן 100 טויזנט דאללער קאמישאן.
דאס הייסט מעסטבאר.
די דריטע זאך עס מוז זיין:
דערגרייכבאר – מ'קען נישט מאכן א גאול צו געווינען די לאטערי, אדער צו טרעפן א דימאנד שטיין. מ'קען נאר מאכן א גאול אויף עפעס וואס מ'קען מיט די מענטשליכע קוואליפיקאציעס וואס דער אויבערשטער האט אונז געגעבן, ארבייטן צו דערגרייכן.
די פערטע זאך, עס מוז זיין:
א צייט באשטימטער גאול – מ'קען נישט מאכן א גאול צו מאכן 100 טויזנט דאללער אויב מאכט מען נישט דעם גאול פאר א געוויסע צייט אפשניט.
דאס הייסט אויב דער מענטש האט א גאול צו מאכן 100 טויזנט דאללער און עס האט נישט א טאג אדער א צייט ביז ווען דער גאול דארף מקויים ווערן, איז עס פארשטייט זיך אליינס נישט קיין גאול, עס איז ליבערשט א גוטער רייץ עס צו האבן.
עס מוז אויך זיין "רעלאוואנט".
דאס הייסט עס מוז באמת האבן א שוויות און א וויכטיגן מקום ביי אים צו אנקומען צו דעם גאול. עפעס וואס דרוקט אים אדער גארט אים צו האבן, עס איז אים וויכטיג,
(געוויינליך וועט א גוטער גאול נישט זיין קיין "דאללער סכום פון געלט", כאטש וואס מ'וועט דאס צולייגן אלס דער נומער וואס וועט ברענגען צום גאול, עס וועט ענדערש זיין א חפץ אדער א גוטע זאך וואס מ'וויל האבן ווי א וואקאציע, א הויז, אדער אנדערע ווערדפולע זאכן, וואס די קאסט דערפון וועט באשטימען וואס די דאללער אמאונט דארף זיין)
דאס זענען בערך די זאכן וואס אלע פראפעסיאנאלן וועלן אייך זאגן ווען ס'קומט צו מאכן גאול'ס.
פארוואס איז א גאול וויכטיג, און ווען און וויאזוי מאכט מען עס.
עס איז וויכטיג פאר אסאך סיבות.
איינס פאר קלארקייט
די שטארקע נחיצות פון קלארקייט, צו קענען וויסן ווען מ'איז מצליח, אראפצושטעלן א געוויסן לימיט ווען עס הייסט אז איך האב מצליח געווען, איז קריטיש וויכטיג אין א ביזנעס וואס פון זיך אליינס גייט עס נישט און דער מח מוז מיטארבייטן.
דער מח פון מענטש ארבייט נאר אויף זאכן ואס עס מוז ארבייטן (איך רעד לגבי ארבייט און פרנסה) ער זוכט נישט קיין עקסטערע דרוק. אויב ווייסט ער נישט וואו ער מוז אנקומען, מיט א קלארקייט, וועט ער פארנאכלעסיגן און נאכלאזן פון דעם דרייוו.
עס גיבט אויך מאטיוואציע.
ווען א מענטש ווייסט אז דער ציהל איז דארט וואו עס איז, און ער פארשטייט אויך פארוואס ער וויל דערצו אנקומען, למשל ער וויל קענען קויפן א דירה, אדער גיין אויף א וואקאציע און אזוי ווייטער וואס אימער עס איז אים וויכטיג. (איינע פון די דערמאנטע זאכן אין גאול'ס "רעלעוואנט")
דאס מאכט דעם מענטש טון די ארבייט מיט מער אפעטיט,
פארשטייט זיך אז אויב וועט דער גאול זיין נאך א פייל אין שאנק איז עס גארנישט ווערט, מ'מוז עס האבן פאר זיך, און אלס געדענקען און וויסן אויף וואס מ'צילט.
כדי דאס זאל באמת האבן דעם אפעקט, דארף מען דעם גאול אויך צוטיילן אין קלענערע גאולס.
למשל אויב דער מענטש האט א גאול אנצוקומען צו עפעס אין א תקופה פון א יאר, דארף ער עס נאכדעם צוטיילן אין חדשים, און ארבייטן יעדע חודש אנצוקומען צו א געווינס.
וואס איז דער געווינס?
לאמיר עס מסביר זיין.
למשל אויב די גאול איז 120 טויזנט דאללער (דאס הייסט אז דער זאך צו וואס מ'וויל אנקומען, אמאל איז עס סתם פרנסה, אמאל א הויז ווי דערמאנט וכו' דארף צו האבן דעם סכום) דארף ער יעצט מאכן א גאול פון 10 טויזנט א חודש, וואס דאס איז 12 מאל 10 טויזנט אנצוקומען צום גאול.
דער ציהל דארף זיין יעדע חודש צו מאכן א דאללער מער כדי די גאול פער חודש זאל אראפגיין. אויב וועט ער דעם ערשטן חודש מאכן 11 טויזנט דאללער, וועט יעצט איין טויזנטער ווייניגער ליגן אויף די פלייצעס פון די איבעריגע חדשים, און דאס הייסט א געווינס, און ער דארף זיך קלאפן אין די פלייצע דערפאר. (גוט און וויכטיג צו האבן איינעם מיט וועם דאס צו קענען צעלעברירן, אמאל איז עס די בני בית, אמאל דער מענעדזשער פון די קאמפעני אדער א שותף וכדו')
אויב מאכט ער נאר די 10 טויזנט וואס דאס איז פונקטליך די גאול טאקע, איז עס טאקע פיין, אבער גארנישט ספעציעל. עס הייסט נישט קיין געווינס.
אויב איין חודש איז ער געפאלן צו 9 טויזנט. פאלט יעצט אן עקסטערער טויזנטער פאר די קומענדיגע חדשים, און מ'דארף רעארגעניזירן דעם גאול צו אביסל מער פון 10 טויזנט. דאס הייסט א פארלוסט.
מ'דארף נישט ווערן פארלוירן אבער אזוי דארף מען זיך מעסטן.
א גאול ווייזט אויך פארן מענטש צו ער פאפט זיך אליינס.
למשל, ער קען זעהן סיי אז ער טרייבט איבער, און ער קען נישט ביזדערווייל אנקומען, און ער מוז איבער מאכן דעם גאול פאר עפעס וואס איז טאקע דערגרייכטבאר אין זיין סיטואציע, אבער פון די אנדערע זייט איז דא א גוטע שאנס אז ער וועט זעהן אז ער האט זיך אונטער געשאצט, און ער קען נעמען אויף זיך מער. און דאס איז טאקע איינע פון די ציהלן פון א גאול.
פיל מאל איז דא ווען מ'מאכט מער ווי איין גאול.
למשל א מינימאלע גאול, אן א מיטל גאול און א גרויסער גאל.
די מינימאלע גאול האט אסאך צו טון מיטן מציאות וויפיל דער מענטש "מוז" האבן צום לעבן.
די מיטל גאול איז אנצוקומען מיט א געוויסע פראצענט מער ווי פאראיאר. אדער ביי נייע סעילס לייט איז עס א געוויסער פראצענט מער ווי וואס ער דארף צום לעבן.
און נאכדעם דער גרויסער גאול איז עפעס וואס איז "לוקסוס" עפעס וואס ער חלומ'ט אנצוקומען, און פארשטייט זיך אז ס'איז דערגרייכבאר.
א גאול איז גוט צו טון צוזאמען מיט די בני בית, מאן און ווייב ווייסן אז זיי ציהלן אנצוקומען צו א געוויסע זאך וואס זיי ווילן קענען האבן. וויבאלד דאס ברענגט געוויינליך סופארט פון איינעם צום צווייטן צו מאכן פארשריט.
פארשטייט זיך אז אויף דעם איז געזאגט געווארן "לב יודע מר"ת נפשו" מ'קען אמאל זיך מאכן עגמת נפש, ווייל די דרוק קען ברענגען צו שלום בית אנגעצויגנקייט, אלזא יעדער דארף וויסן וואו ער שטייט איין, אבער עכ"פ ביי די ארבייט צו האבן א מענעדזשער, שותף, אדער אפי' אן ארבייטער וואס זאל מיטהאלטן וואס דער גאול איז, מ'שטעלט זיך ארויס און מ'לייגט אויף זיך אליינס מער געזונטע פרעשור ווען א צוויטער האלט מיט וואס דאס איז, ווייל קיינער וויל נישט הייסן קיין פארלירער.
ווען מ'מאכט דעם גאול נעמט מען אין באטראכט, וויפיל מ'פארדינט אויף וויפיל ארבייט. דאס הייסט מ'דארף קלאר פארשטיין אקטיוויטעטן קעגן רעזולטאטן.
למשל וויפיל מענטשן דארף איך קאנטאקטן צו מאכן א סעיל, (געוויינליך איז דא א עווערעדזש וואס ווערט קלארער מיט די צייט)
און מ'דארף נאכדעם באשטימען וויפיל פון די ארבייט קען איך באמת אריינלייגן אז איך זאל אנקומען צו די רעזולטאטן.
למשל אויב לאמיר זאגן אז צו פארקויפן מיין פראדוקט דארף איך רעדן צו 5 פראספעקטן, און אין עווערעדזש וועל איך פארדינען דערפון 1000 דאללער, דארף איך יעצט אויסרעכענען צו וויפיל סעילס איך מוז אנקומען, און צו ווויפיל מענטשן דארף איך רעדן אנצוקומען צו די סעילס. ווי לאנג נעמט אנצוקומען צו רעדן צו אמענטש, ווי לאנג נעמט עווערעדזש אזא פראצעדור, און צו די התאחדות הרבנים האבן אריינגעלייגט אזויפיל שעה אין טאג מ'זאל עס טאקע קענען טון.
מ'קען נישט אינטערנעמען זיך צו טון עפעס וואס דער קאלענדער זאגט אנדערש.
אויב נעמט די ארבייט 28 שעה א טג האט איר א פראבלעם מיט די בתי דינים ווי דערמאנט, וואס אויפן לוח לייגן זיי ארויף נאר 24.
אין די וועלט איז דא ווער ס'מאכט זיך בילדער אדער סימנים צו געדענקען דעם גאול, איך קען נישט אריינרעדן וויאזוי מ'זאל דאס טון, אבער זיכער אז אויב איז עס עפעס וואס מ'מאכט נישט צייט יעדע חודש איבער צו גיין, איז עס בערך ווערדלאז.
איך בין א שטארקער חסיד פון מאכן א גאול מיט א לעבעדיגן דאקומענט. וואס הייסט אז מ'מאכט מיט אן עקסעל שיעט אדער סיי וועלכע דאקומענט וואו מ'האלט חשבון וואו מ'האלט און ווי ווייט מ'האלט פון דעם גאול סיי די לאנג טערמיניגע און סיי די געשניטענע שטיקלעך פון די חדשים און וואכן.
(אויב האט איר א סעילס קאוטש אדער קאנסולטענט קענט איר מיך קאנטאקטן, איך האב געמאכט א ספעציעלן וועבזייטל וואס העלפט מיט דעם, - און עס האט אויך אין זיך דעם "עקזעקיוטיוו מאמענט" דאקומענט אין א גאר אינטערסאנטן אין ווערדפולן וועג. איך וועל אי"ה געבן פאר די ערשטע 100 בחינם וויבאלד איך האב דאס נישט געמאכט פאר א ביזנעס נאר פאר מיר מיט מיינע קליענטן, און עס איז נאך ניי. מ'קען מיך קאנטאקטן אויף Yitzchokschwartz@gmail.com )
האט א פרייליכן שבת.