די פארגאנגענע וואך האבן מיר אנגעהויבן אויסשמועסן די מהלכים פון ווערן באצאלט פאר סעילס, וואס איז שטארק נוגע ווען מ'מאכט אן ארעינדזשמענט אדער ווען מ'נעמט אן א סעילס פאזיציע, אבער מער פון אלעם ווילן מיר צוקומען צו די מהלכים וואס א סעילסמאן דארף טון צו קענען דורכשוויצן זיינע ערשטע תקופות, בפרט ווען די הכנסות זענען אומרעגולער ווען 'מארבייט מיט קאמישאן.
פאריגע וואך האבן מיר גערעדט פון די ערשטע צוויי מהלכים: קאמישן מיט א קליינע סעלערי אנהייב. דערנאך די מהלך פון קאמישאן מיט א גרויסן געהעריגן וועידזש וואס איז געוויינליך מער פערמענאנט.
די מהלך פון א וועידזש מיט א קליינעם קאמישאן איז מער אויסגעשטעלט צו טראגן דעם כאראקטער פון "באנוסעס" דער סעילסמאן וועט געוויינליך רעכענען זיין בודזשעט לויטן סעלערי וואס ער באקומט, און די קאמישאן איז א כולו ריוח, וואס ער קוקט אן ווי א צוגאב צו זיינע געוויינליכע הכנסות.
אין אזוינע פעלער געוויינליך האט אסאך צו טון לויט די לעוול פון וויפיל ער ברענגט אריין, דאס הייסט אז דער בעה"ב זוכט אים צו געבן א אינסענטיוו, צו מאכן מער, און אפי' עס איז נישט אזוי סאך איז עס בדרך כלל א גוטער גאול שטעלער ווייל ער זוכט אלס אנצוקומען צום נעקסטן לעוול.
לאמיר די וואך רעדן צום אריגינעלן סעילסמאן, נישט די געקונצלטע מהלכים נאר דער גראדער מהלך פון סעילס פאר קאמישאן, נישט מיט קיין שום זייטיגע וועידזש.
עס איז דער בעסטער מהלך פארן מענטש וואס קען דאס באווייזן, עס איז גוט פאר ביידע זייטן. דער בעה"ב צאלט נאר ווען ער פארדינט, און געוויינליך דער סעילסמאן באקומט דאס מערסטע פארן דאללער, צוליב די ריזיקע וואס ער נעמט, און די שטאלץ אז ער קען עס באווייזן, און דאס גיבט אים אויך אסאך אויטאנאמיע, וואס מיינט אז מ'קען אים געוויינליך נישט הייסן צופיל ווען צו קומען און גיין, אדער וויאזוי צו פירן זיין ביזנעס, ער איז קיינעם גארנישט שולדיג. ווען ער מאכט געלט, מאכט ער. און ועון נישט איז עס זיין פראבלעם.
אין דעם מוז מען אבער אויך פארשטיין אז דער סעילסמאן טאר זיך נישט טועה זיין מיט דעם לעפעלע פרידאם וואס ער באקומט, און מיינען אז ער איז באמת אינגאנצן זיין אייגענער בעה"ב און ער קען באמת טון וואס ער וויל, ווייל פארט אויב האט מען אים אויפגענומען צו טון סעילס און מ'צאלט אים דערפאר א גוטן קאמישאן איז די ערווארטונג ער זאל טון זיין ארבייט בשלימות, און מ'האט שוין אסאך געזעהן ווען גוטע סעילסלייט האבן פארלוירן גוטע פאזיציעס פשוט צוליב דעם נארישן געדאנקענגאנג אז זיין מיין אייגענע בעה"ב מיינט טאקע פולקאמע בעלות און מ'קען טון וואס מ'וויל.
אין א גוטן קאמפאני א גוטע ענווייראמענט, א קאמפעני וואס האט א סטראקטשור פאר סעילסלייט צו קענען וואקסן, ווי למשל די אינשורענס אינדוסטריע אדער אפי' אין געוויסע מארטגעדזש און ריעל עסטעיט פירמעס, טראץ וואס די סעילסלייט פארדינען א קאמישאן איז דא געוויסע פארלאנגען צו וועלכן דער סעילסמאן מוז זיך צושטעלן, ווי למשל צו קומען צו טרעניניג, אדער אננעמען געוויסע ביזנעס פירונגען פון די ביזנעס, סיי כלפי רעגולאציעס, און ווי אויך אינערליכע מהלכים אין די ביזנעס.
איך געדענק ווען איך בין געזעצן אין אן אינטערוויו מיט איינעם וועלכער האט געוואלט ווערן ביי אונז אין ניו יארק לייף א לייף אינשורענס אגענט, און דער אינגערמאן האט באזיצט גאנץ גוטע מעלות פאר די פאזיציע, און איך וואלט אים אקצעפטירט. טראץ וואס מיר דארפן זיין זייער וואכזאם נישט אריינצונעמען איינעם וואס האט שוואכע שאנסן אדער אפי' נישט גאר גוטע שאנסן מצליח צו זיין. דער אינגערמאן האט געהאט די מעלות וואס מיר האבן געזוכט.
אבער אין אונזער שמועס איז אנגעקומען די טעמע פון "פראספעקטינג" און מיר האבן געשמועסט איבער די מהלכים אין די אינדוסטריע וויאזוי מ'קומט אן צו מענטשן וכדו', (שוין געשריבן אביסל אין פארגאנגענע ארטיקלען).
ווען מיר האבן גערעדט דערפון האט דער אינגערמאן אויסגעדרוקט זיין רצון צו טון פראספעקטינג אויף א געוויסן מהלך, וואס ער שפירט אז דאס וואלט ער די בעסטע געקענט, און ער האט געהאלטן אז דאס איז זיין שליסל צו הצלחה.
איך האב אים מסביר געווען אז זייענדיג אין די ביזנעס שוין גענוג לאנג ווייס איך אז עס איז גאר א שווערער מהלך, און אודאי אויב ווען ער איז שוין אין ביזנעס און ער באשלוסט אז ער וויל עפעס פרובירן וועל איך אים נישט אפהאלטן, נאר אפשר רעקאמענדירן עס צו טון אנדערש, אבער יעצט ווען ער איז נאך ביים טיהר, וואלט איך שטארק געוואלט הערן פון אים אז ער גייט פרובירן זיך צו צושטעלן צום אנגענומענעם ביזנעס מהלך.
דער אינגערמאן האט נישט געוואלט, און זיין טענה איז געווען דאס וואס מיר שמועסן דא, "וואס גייט דיך אן וויאזוי איך ברענג דאס געלט? איך נעם אויף מיין אחריות צו זיין פראדוקטיוו, און דאס איבעריגע לאז פאר מיר".
איך האב דעם אינגערמאן נישט אריינגענומען. פארשטייט זיך פאר צוויי סיבות, איינס פשוט ווייל צו אנהייבן אויפן לינקן פוס איז א סגולה פאר דורכפאל, און איך גלייב שטארק אין אזוינע סגולות.
פארשטייט זיך אז אויך דער מציאות אז נאך שטייענדיג ביים טיהר איז ער אזוי אומבויגזאם זייענדיג פרעמד צו די גאנצע פעלד, און דאס ווייזט קלאר אז ער וועט זיין א בייזער חלום צו טרענירן דעם איד ריכטיג לויט די הויכע סטאנדארטן פון די ביזנעס.
אבער פאר אונזער שמועס, וויל איך בעיקר בארירן דעם מציאות, אז עס איז אמת אז אסאך מאל מיינט דער סעילסמאן אז דער עיקר איז דאס געלט וואס ער ברענגט אריין, אלזא וועם גייט אן צו זיין ארבייט עטיק איז גוט, אדער צו זיין צייט איז געהעריג אויסגעשטעלט וכו'.
און דאס איז קלאר נישט אזוי, דער סעילסמאן איז די צורה פון די ביזנעס, און אפי' דער אינטערשטער שורה איז טאקע די געלט, איז דא אסאך שורות פאר די אינטערשטער שורה, ער מוז קענען רעפרעזענטירן א גוטן צורה פארן קאמפעני, און אריינברענגען א גוטן אטמאספערע ביי די ארבייט.
אנדערש ווי אנדערע ארבייטער איז דער סעילסמאן אן אינרליכער אבר פון דעם גרויסן קערפערשאפט, און אויב איז ער נישט פולקאם אין שפאן מיט די פירמע, וועט מען צום סוף ליידן פון אים, און גוטע בעלי בתים פרובירן זייער שנעל לויז צו ווערן פון אזא סעילסמאן.
דעריבער איז פשוט אז אפי' מיר האבן געשמועסט אז סעילס איז כמו זיין אליינס אין ביזנעס, דארף מען וויסן אז מ'איז טאקע אליינס אבער נישט ממש אליינס.
לאמיר צוקומען צום לעצטן נקודה אין דעם שמועס וואס איז זייער וויכטיג סיי פאר סעילסלייט אליינס, און ווי אויך בעלי בתים וועלכע ווילן קענען דעוועלאפן א גוטן סעילס טיעם.
לאמיר געדענקען זייער קלאר, אז דער איד איז געקומען ארבייטן דא אהיים צו ברענגען פרנסה, טראץ וואס דער חלום איז עשירות, און יעדער האפט צו כאפן א גוטן ביינדל וואו מ'וועט קענען פון דעם ציען חיונה א האלב יאר, איז דער מציאות אז מ'מוז ארבייטן אויף די סטאבילע און געהעריג בעפארזעהענדע יעדן טאגיגע פשוט'ע סעילס, וואס דאס איז דער עיקר ביי א סעילסמאן אויפצו בויען א געזונטן בוק אוו ביזנעס, דאס מיינט לאיאלע קליענטן.
כדי דער סעילסמאן זאל קענען טון זיין ארבייט בשלימות מוז ער זיין דאס מערסטע "סטרעס פריי" ער קען נישט האבן פרעשור פון זיינע ביללס, טראץ וואס עס נעמט צייט אויפצובויען א גוטן אנגייענדען פרנסה דערפון.
איז די ארבייט אז מ'מוז מסדר זיין דעם בודזשעט באופן אז ס'זאל זיין א געוויסער רואיגקייט, און דא קומט אריין די חילוק צווישן א סתם ארבייטער און דער קאמישאן סעילסמאן.
דער סתם ארבייטער ווייסט בערך וואס ער גיבט אויס א חודש, און וויפיל ער באקומט אריין א חודש, און ער קען געהעריג פלאנירן וויפיל צו ספענדן און וויסן וואס ער מעג טון און וואס ער קען טון.
דער סעילסמאן ווידעראום ווייסט אפשר זיינע גאר וויכטיגע הוצאות, אבער ער איז אומקלאר מיט זיינע הכנסות, און דאס מאכט אים גרויסע שוועריגקייטן צווייפאכיג.
ער איז אסאך מאל שטארק דערדרוקט ווייל דער סעיל איז נאך נישט אריבער אדער דאס געלט איז נא נישט דא וכדו'.
אמאל פארקערט ער מאכט א גאר שיינעם דיעל און קומט אהיים מיט א מכלומר'שטן איין טאגיגן עשירות, און דאס געלט ווערט פארוואסערט,
סוף יאר ווען ער מאכט די חשבונות שטימט אז ער וואלט זיך געדארפט קענען דעקן, אבער איבער די אמת'ע דורכגאנג פונעם יאר זעהט ער זיך אין א לאך, און ער פארשטייט נישט וויאזוי דאס קען זיין.
דא זענען פארשידענע עצות וואס קענען זיין נוצבאר פארן סעילסמאן:
ווען ער הייבט אן זיין קאריערע זאל ער אינוועסטירן אין זיין ביזנעס, סיי אויב פון זיין אייגן אוועקגעלייגטע געלט (און אין געוויסע פעלער לוינט זיך אפי' אויב מ'דארף א הלואה. נישט טון דאס פאר מ'שמועסט אויס מיט א גוטן עדווייזער) און דאס באשטימען פאר זיין אייגענע פעיראלל מיט א קלארן נומער וויפיל ער נעמט אראפ דערפון חודש'ליך.
געלט וואס ער באקומט פון סעילס ווילאנג ער לעבט פון זיין אינוועסטמענט, זאל ער צוריקלייגן אין סעיווינגס אדער אין גמ"ח ווי אימער האט געהאלטן זיין געלט פארדעם, עכ"פ ער זאל עס לייגן אין א זייט אנצופילן די קאסע אז ווען ער ענדיגט דעם תקופה פון לעבן אויף זיין אינוועסטמענט זאל ער האבן אנגעזאמלט עפעס א שיינעם סכום צו קענען ווייטער גיין.
ווען די צייט קומט, זאל ער זיך אלס האלטן צום אויסגעהאלטענעם בודזשעט וואס איז "פאראויס באשטימט", דורך די קלארע הוצאות וואס ער האט אין שטוב.
דאס איז ממש געשריבן אין קורצן, אבער איך האף אז מ'קען דערפון נעמען און זיך אליינס מרחיב זיין יעדער כפי מצבו.
נאך איין גאר וויכטיגע נקודה אין דעם סארט פאזיציע, איז דאס מאכן אסאך געלט אויף איינמאל.
דאס מוז אויך האבן א געוויסע איינגעהאלטנקייט, מ'איז אין א פאזיציע פארן לאנגן טערמין, און עס מאכט זיך צייטן ווען ס'גייט גוט און ס'קען אויך זיין פארקערט, ווען מ'מאכט א שיינעם מטבע טאר מען נישט פארלוירן ווערן, און נאר נוצן דאס וואס מ'דארף באמת, און אוועק לייגן דעם עודף צו אין א סעיווינגס אדער אין אנדערע פלעצער נישט צו באנוצן גראד נאר ווען מ'מאכט א באשלוס אז ס'איז צייט.
דאס דארף באשטימט ווערן פון פאראויס וויאזוי מ'וועט זיך באפאסן מיטן געלט ווען מ'מאכט עס בעז"ה.