די פארגאנגענע וואכן האבן מיר עוסק געווען אין דעם לעבן פון דעם סעילסמאן, און אביסל אריינגעגאנגען אין די שוועריגקייטן, און פעאיגקייטן וואס פארלאנגען זיך אין סעילס, מיר האבן אפשר מאריך געווען אביסל אין דעם מער ווי געוויינליך, און מיר קענען נישט מער זאגן ווי אז וויפיל מ'האט געשריבן איז עס נאך אלס נישט קיין קוצו של יו"ד פון וואס מ'דארף אלס וויסן אין סעילס.
סעילס, אין די היינטיגע וועלט איז נישט דאס וואס עס איז געווען אמאל, עס איז אינגאנצן א נייע אינדוסטריע, און מ'קען זאגן אז טראץ וואס אין מיין הקדמה צו דעם קאלום האב איך געשריבן אז ביזנעס איז ביזנעס נאך פון עפרון'ס צייטן, און זאכן טוישן זיך נאר כפי המצב אבער דער עצם נשמה פון ביזנעס איז געבליבן די זעלבע, קען מען נישט דאס זעלבע זאגן אין סעילס.
סעילס אמאל איז געווען גאר א שווערער עסק, מ'האט געמוזט מסכים זיין צו טראגן דעם מאסקע פון א שנארער אין א געוויסן הינזיכט, דאס הייסט אז א סוקסעספולער סעילסמאן האט געמוזט אדער זיין גאר גוט אין שנארן, אדער גאר כיטרע אין דרייען.
פארשטייט זיך אז איך ווארף נישט קיין נאסן ליילאך אויף די אלע חשוב'ע סעילסלייט פון אמאל אז זיי זענען געווען אדער שנארער אדער באטריגער, ח"ו, אינגאנצן נישט, אבער זיי זענען מיר מודה ווען איך רעד צו זיי אז זיי האבן געמוזט ארום רוקן טאלאנטן אין די געגנט פון די קוואליפיקאציעס פון די שנארער און באטריגער.
לאמיך מסביר זיין אביסל קלארער, עס איז זיכער געווען גאר א שיינער צאל סעילסלייט געלאסענע און אויסגעהאלטענע וואס האבן מצליח געווען אויפן דרך הישר, און ווען מ'רעדט צו זיי היינט קען מען אסאך קונה זיין פון זייערע קענטעניסן און וויסנשאפט אין דעם סעילס מהלך.
אבער די וועג וויאזוי מ'האט זיי אריינגעווארפן אין דעם ביזנעס אלס נייע סעילסלייט, איז גארנישט געווען בעסער ווי דאס אז דער בעה"ב האט אים געזאגט, דאס איז דער פראדוקט גיי און פארקויף, וואס דאס האט טעכניש געמיינט איינס פון די צוויי, גיי רויב, אדער גיי באגראב דיך פאר בושות.
די גאר געלונגענע און ארנטליכע סעילסלייט האבן פארשטייט זיך אליינס געטראפן מהלכים וויאזוי מצליח צו זיין אן דארפן זיין איינס פון די צוויי, און עס איז גאר אינטערסאנט צו הערן פון זיי וואס זיי האבן אלס געטון צו דרייען דעם דריידל צו פאלן אויפן ג' (אדער נ'... ווענדט זיך וויאזוי איר ליינט עס).
אבער אין די זעלבע צייט וועט איר אויך הערן גאר טיכטיגע און האר אויפשטעלנדע געשיכטעס וויאזוי מענטשן האבן געדארפט ריזיקירן זייער גאנצער מהות צו דרייען ביז מ'ווערט צודרייט צו קענען אנקומען צום דאללער קאמישאן.
היינט איז א נייע וועלט, עכ"פ דארט וואו דער סעילסמאן ווערט טרענירט, און האט א קאוטש אדער א סופארט וואס באגלייט אים, דער היינטיגער סעילסמאן איז א פראפעשאנעל, און אויב זענט איר א סעילסמאן וואס האט נישט די סארט באגלייטונג, דאן אפשר איז צייט איר זאלט מיך אנרופן פריוואט און מיר וועלן מאכן עפעס א ארעינדזשמענט פאר אייך, אבער מער ווייניגער איז דאס דער היינטיגער מציאות.
דער סעילסמאן באקומט סופארט מער אדער ווייניגער, זיך צו קענען אוועקשטעלן און באמת וויסן וואס ער האט צו טון, מ'מאכט אים אין א געוויסן זין גרינגער אז ער זאל קענען אנהאלטן זיין אידענטיטעט, און נישט דארפן זיך שעמען מיט זיין פרנסה.
צו דעם קומט צו דער מציאות פון דעם היינטיגן דור אז איינער וואס טוט פאר פרנסה סיי וואס ווערט נישט אראפגעקוקט אזוי ווי אמאל.
אמאל איז געווען זייער שווער, אפי' היינט נאך אויך אביסעלע שייך, אבער נישט ווי אמאל. מ'האט באמת געמאסטן מענטשן לויט די פרנסה וואס זיי האבן געהאט.
עס איז גאר אינטערסאנט צו זעהן אז היינט איז עס אינגאנצן אדער כמעט אינגאנצן פארקערט.
אין די אלטע היים איז געווען א געוויסער וועג וואס מ'האט אפגעמאסטן דעם מענטש. למשל איך געדענק ווען "דרייוון א קאר סערוויס" אדער זיין א קינדערגארטן מלמד (וואס איך אליינס בין געווען) איז געווען עפעס וואס מ'האט נישט אזוי רעספעקטירט שיין גערעדט, און ווער עס האט דאס געטון, איז נישט געווארן ארויפגעקוקט, טראץ וואס היינט אז איר וועט סיי וועם פרעגן זענען די אידן היראו'ס ווייל זיי טוען וואס עס פארלאנגט זיך פון זיי צו ברענגען פרנסה, און היינט זעהט מען שיינע בעלי בתים פון דרייוון קאר סערוויס.
און דא וויל איך צוקומען צו די נקודה פון די וואך, וואס דאס איז א שטיקל הפסק אין דעם קייט וואס מ'האמיר אנגעהויבן שפינען, אבער פארט זייער וויכטיג פארן סעילסמאן.
וויאזוי באצאלט מען פאר א סעילסמאן, און וויאזוי מאכט דער סעילסמאן זיכער ער זאל קענען רואיג נאכקומען זיינע וועכנטליכע און חודש'ליכע הוצאות.
סעילסלייט ווערן באצאלט אויף פארשידענע אופנים, אבער די מערסט באקאנטע זענען די פאלגענדע דריי:
קאמישאן. דאס הייסט ער ווערט באצאלט לויט וויפיל געלט ער ברענגט אריין, זה נהנה וזה נהנה.
קאמישאן מיט א קליינע סעלערי, דא איז שוין דא א שטיקל ריסק פארן בעה"ב אויך, ער דארף שטארק גלייבן אז דער סעילסמאן וועט דעליווערן אויפן דזשאב.
קאמישן מיט א סעלערי וואס איז גרעסער, אבער אין די ענדע ווערט עס אן אדווענסד קאמישאן. דאס הייסט אז מ'רעכנט נאך די קאמישאן און די סעלערי ווערט אריינגערעכנט אינעם חשבון. און אין דעם פאל טאקע באקומט דער סעילסמאן א גוטן רייץ, דער בעה"ב נעמט א ריזיקע, אבער נישט אזוי געפערליך, וויבאלד עס ווערט דערנאך אראפגערעכנט פון קאמישאן.
די סיבה פארוואס איך האק אריין מיט דעם נקודה די וואך איז ווייל איך האב באקומען אסאך נאכפראגעס פון נייע סעילסלייט וועלכע האבן באקומען פארשידענע אפערס און זיי האבן געוואלט וויסן וואס עס לוינט זיך.
אבער מיט דעם איז אויך אנגעקומען די אלטע פראבלעם פון סעילסלייט אז אמאל מאכט מען אסאך און אמאל מאכט מען גארנישט, אבער די בילל'ס קומען רעגולער, און מ'דארף באיזה אופן שהוא זיך קענען מסדר זיין. וויאזוי טוט מען דאס?
לאמיר קודם רעדן איבער די אויבנדערמאנטע דריי אופנים.
עס לוינט זיך צו ארבעטן אויף קאמישאן אליינס, עס באצאלט געוויינליך דאס מערסטע, פארשטייט זיך אז מיט דעם דארפן מיטקומען אפאר תנאים.
די פראדוקט דארף זיין עפעס וואס מ'קען טאקע גוט פארקויפן, און בעיקר די קאמפעני דארף זיין רעלייעבל, זייער אסאך האבן זיך שוין ליידער אפגעבריהט מיט ניי אויפגעקומענע ביזנעסער וואס האבן צוגעזאגט די וועלט און דערנאך נישט געקענט נאכקומען זייערע גאראנטיען.
עס איז וויכטיג צו פארשטיין אז אין א נייערע ביזנעס איז דא א שטארקע ריזיקע אז דער ביזנעס מאן אליינס פארשטייט נאך נישט וויפיל געלט פונקטליך עס בלייבט אים צום טיילן, און אויב איז ער נישט גענוג ארנטליך, און אמאל אפי' אויב איז ער יא, נאר ההכרח לא יגונה, און ער קען נישט באצאלן, בלייבט מען זיך טרעפן ביי דין תורות.
דערפאר, אודאי די מעלה פון א נייע ביזנעס איז אויך דער פאקט אז מען קען זיך אריינארבייטן גרינגער צו א פראפיט שערינג אגרימענט (האפנטליך וועל מיר רעדן פון דעם) און אמאל אפי' צו א שותפות וויבאלד דער בעה"ב ווערט באמת שטארק געבינדן מיטן ערשטן סעילסמאן, און דאס קען ברענגען רוחים, טאר מען אבער נישט פארגעסן אז דאס איז א זעלטנהייט, און מ'קען אויף דעם נישט לעבן. און געוויינליך אין א נייע ביזנעס לוינט נאר אריינצוגיין ווען מ'באקומט באצאלט סעלערי וואס עווענטועל ווערט א קאמישאן ווען מ'ארבייט זיך שוין אויף.
(איך וויל קלאר שטעלן אז יעדער כלל האט א פרט, איך רעד זייער בכלליות ווייל מ'רעדט דא צו א ציבור)
אין קורצן: אויב איז די קאמפאני סטאביל, דער בעה"ב טראסטבאר, און דער פראדוקט א גוטער, און דער סעילסמאן קען נעמען די טראפקעלע ריזיקע פון אמאל מער און אמאל ווייניגער, איז דאס די בעסט באצאלטע מהלך.
איך האב געטראפן א אינגערמאן א סעילסמאן די וואך, און ער האט מיט מיר אויסגעשמועסט זיין סיטואציע, ער איז אריינגעגאנגען אין א געוויסן סעילס פאזיציע פאר קאמישאן אליינס, און געארבייט זייער שווער אבער נישט געקענט נאכקומען.
ער איז א געראטענער סעילסמאן כפי ראות עיני, און ווען איך האב אים מער אויסגעפרעגט האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער האט פשוט גענומען די שלעכטע פון ביידע זייטן. דאס הייסט ער האט גענומען א "נאר קאמישאן" פאזיציע, וואס באצאלט ווי פאר איינעם וואס באקומט א סעלערי דערמיט. ער קען בשום אופן נישט אזוי אנגיין. די ביידע ארבייטן נישט צוזאמען.
דאס הייסט אז ווען מ'נעמט א קאמישאן פאזיציע דארף מען מאכן זיכער אז ווען מ'מאכט שוין יא געלט זאל עס זיין גענוג.
די צווייטע מהלך פון א קליינעם סעלערי מיטן קאמישאן, וואס געוויינליך דארף די קליינע סעלערי נאר זיין צום אנהייב, און דארף אוועק גיין עווענטועל, און די קאמישאן דארף ארויף צו גיין לויט ווי מ'באשטימט פון פאראויס, און אין פילע פעלער ווערט דער חלק פארזעהן, און דער מענטש וואקסט נישט ווי מ'וואלט ווען געקענט און געדארפט אין סעילס.
אמאל איז עס פשוט ווייל מ'פארגעסט צוריק צו קומען צום נושא, זאכן גייען גוט, און מ'כאפט זיך נישט אז מ'דארף מאכן דעם ריוויו, אבער אמאל איז עס באמת פראבלעמאטיש, און עס דארף געהעריג באהאנדלט ווערן. דאס הייסט עס לוינט זיך נישט צו ווערן א סעילסמאן פאר א קליינעם סעלערי און קליינעם קאמישאן, אויב טוט איר דאס, דארפט איר לכאורה זוכן א דזשאב וואס גיבט אייך א פולן סעלערי, און בעסער אנקומען.
מ'דארף מאכן זיכער אז דער קליינער סעלערי זאל נאר זיין צו סופפארטן דעם סעילסמאן אנצוהייבן בויען אקאונטס, נישט אז ער זאל בלייבן סטאק דערמיט. איך קוק עס אן ווי סאושעל סערוויסעס, וואס מ'דארף עס האבן ווילאנג מ'דארף אבער אויב בלייבט מען שטעקן דערמיט קען מען ווייט נישט אנקומען.
(קומענדיגע וואך וועל מיר ממשיך זיין, און אויך ארויסברענגען וויאזוי זיך צו בודזשעטן ווען מ'איז אין א סעילס פאזיציע פאר קאמישאן)