מיר גייען ווייטער מיט אונזער סעריע טיפס פאר'ן סעילסמאן, און מיר וועלן זיך פרובירן צו האלטן קורץ און נאר אויסשמועסן די שפיץ נקודות כדי נישט צו בלייבן שטיין פאר צו לאנג אויף איין פלאץ.
מיר האבן פאריגע וואך גערעדט איבער דעם "ערשטן איינדרוק" וואס דער סעילסמאן מאכט, וואס דאס איז א גרויסער שליסל צום ווייטערדיגן קשר מיט'ן קליענט.
מיר האבן גערעדט פאריגע וואך עטליכע וויכטיגע נקודות וואס "נישט" צו טון, און אויסגעפירט אז דער "ערשטער איינדרוק" טאר נישט זיין א פאלשער שפיל ווייל מענטשן זענען נישט נאריש און כאפן גאנץ שנעל אויף ווען איינער שפילט, און אז דאס איז נישט עפעס וואס מען קען עכט "טרענירן" וויאזוי צו געבן א גוטן איינדרוק, ווארום דאס איז נישט עפעס וואס קען געמאכט ווערן.
וואס יא? עס זענען דאך יא דא עצות וואס קענען גענוצט ווערן צו מאכן דעם ערשטן איינדרוק גוט, און דאס וועלן מיר יעצט זען.
די חכמה איז צו נעמען די כלים וואס מ'האט יא, און זיי גוט פרעזענטירן, דאס איז יא וויכטיג.
לאמיר אנהייבן:
די ערשטע זאך איז אויסזעהן לייטיש און נישט זיין צעשויבערט.
זיין צוזאמגענומען איז א וויכטיגע זאך אין א ערשטער איינדרוק, און אלעמאל, אבער ביים ערשטן איינדרוק גאר וויכטיג. דאס איז עפעס וואס אפי' אויב אייער נאטור איז נישט אזוי פון אייביג, איז וויכטיג צו ארבייטן דערויף. נישט ווייל איר וועט פארלירן טראסט, נאר מענטשן האבן ליב צו האנדלען מיט "נארמאלע" מענטשן, און צוזאמגענומענע מענטשן.
עס איז דא א געוויסער חן וואס אומצוזאמגענומען האט, (מאנכע וועלן מיינען איך בין נישט ביים זינען, אבער ס'איז א מציאות) און געוויסע האבן זייער ליב צו פארברענגען מיט די סארט וועלכע זעהן אלס אויס ווי א האלב אפגעריסענע צווייגל פון א לופט שוועמל, און מ'קען נישט אוועק נעמען דעם אמת'דיגן געפיהל וואס דאס געבט אז דער מענטש איז נישט קיין בלאפער, ער איז וואס ער איז, און דאס האט א געוויסן חן.
נאך אלס אין אן ערשטן איינדרוק איז ווערד צו מאכן א שטארקען אנשטרענגעניש דאס נישט צו פראקטיצירן. ווי שטארק עס זאל נאר אמת זיין אז מענטשן האבן ליב צו קענען דעם מענטש כמו שהוא, איז אין א פראפעסיאנאלן מצב דאס זיכער אומפראפעסיאנאל. און ברענגט אראפ סיי דעם ערנסטקייט פון דעם מענטש, און פארשטייט זיך אז עס אפעקטירט דעם פראדוקט וואס מ'פארקויפט אויך.
מ'מוז זייער שטארק אין אכט נעמען אז דער מענטש וועם איר זוכט צו פארקויפן א פראדוקט, וועט אין דעם ערשטן איינדרוק מאמענט זעהן אין אייך אן אפשפיגלונג פון די גאנצע סערוויס און עקספיריענס וואס ער קען האפן צו באקומען. איר קענט נאכדעם מסביר זיין וויפיל איר זאלט נאר וועלן אז איר זענט נאר דא צו עפענען דעם סעיל, און אז די סערוויס קומט פון א פראפעסיאנאלן אפיס וכדו', איר פרעזענטירט די גאנצע קאמפאני.
(וואס כלאחר יד איז ווערד אריינצו-ווארפן א נקודה פאר בעלי בתים, מ'שיקט אמאל ארויס א סעילסמאן אן קיין משהו טרעינינג, מיטן אלטן כלל פון שטופ אים אריין אין וואסער און ער וועט זיך שוין לערנען שווימען. עס איז אמת, דער מענטש איז אזוי דעזיינד אז בעל כרחך וועט ער זיך דערלערנען, אבער די קליענטן וואס איר דערלייגט ווייל דער אומוויסנדער סעילסמאן האט רעפרעזענטירט אייער קאמפאני קען אמאל זיין א שעדליכער און שטארק פיאנאציעלער דורכפאל.
וויסן דעם מצב אין וועלכן איר שטייט
דאס הייסט, ווי אלט זענט איר? וויפיל יאר אין ביזנעס? ועוד, איז זייער וויכטיג צו קענען זיך פרעזענטירן אלס א ריכטיגער בילד און געבן א גוטן איינדרוק.
דאס הייסט ווען עס קומט צו מיר א סעילסמאן וועלכער מאכט אן ערשטער איינדרוק אז ער איז שוין יארן אין ביזנעס און נאך צוויי מינוט אין שמועס ווער איך געוואר אז ער איז נאך אויף פראבע, האט ער פארלוירן 99 פראצענט פון דעם מעגליכקייט צו פארקויפן עפעס.
דער מענטש מוז ארבייטן לויט זיינע ריכטיגע איצטיגע מצבים, און דאס ווערט שטארק רעספעקטירט און ארויפגעקוקט.
(דאס פאר זיך איז א לענגערער שמועס, און אמאל איז עס אפי' אוממעגליך אין די ראמען פון א איין בלאט ארטיקל, מיר שמועסן דאס אויס מיט סעילס לייט און ביזנעס לייט וועלכע קומען פאר פריוואטע קאנסולטינג מער באריכות אבער די כללים דארפן זיין גענוג צו פארשטיין געבן וויאזוי זיך צו באגיין)
וויסן דעם מצב פון דעם בעה"ב וועם איר גייט רעדן, וואספארא סארט מענטש ער איז.
דאס איז נישט אלס באמת מעגליך, און עס נעמט אמאל א געניט אויג ווען מ'קומט אריין אין א פלאץ צו זעהן וואס פארא בריה דער פאטענציאלער קונה איז, און עס לוינט נישט צו מאכן קיין גרויס עסק דערפון נאר טאמער מ'קען, דאס הייסט אז צומאל איז עס נישט מעגליך, אבער ווען ס'איז יא מעגליך איז עס שטארק הילפבאר.
לאמיך מסביר זיין וואס איך מיין:
עס זענען דא אין מח פון א מענטש פארשידענע צילינדערס וואס ביי יעדן ארבייט א צווייטע שטערקער, למשל עס זענען דא מענטשן וואס ווערן איבערגענומען פון "הערן". זיי דערהערן זאכן בעסער ווי דאס וואס זיי זעהען, און מ'זעהט און שפירט דאס און הערט דאס גראד ווען מ'רעד צו דעם מענטש, ער וועט זיך אלס באציען צו זיינע הסברים מיטן לשון פן "איך הער", איך האב עס דערהערט" וכדו'.
דערנאך איז דא דער וואס די חוש הראי' איז מתגבר, ער איז אלס באאיינדרוקט מער פון "וויזיע" ער זעהט, און ער רעדט טאקע אזוי אויך.
דערנאך זענען דא מענטשן וואס אלעס "שפירן" זיי, זייער גרעסטע קאנעקשן צום מח איז ווען זיי שפירן, טאפן, ממש במישוש, וכדו'.
דאס איז נאר איינס פון די פילע חילוקים ביי מענטשן, אבער די גרינגסטע מסביר צו זיין פארן סעילסמאן אז ווען ער רעדט צו איינעם וואס איז בולט שטארק ביי איינס פון די דריי, און מ'זעהט קלאר (עס דארף נישט קיין חקירות, ווייל ווען יא, איז א סימן אז דער האט נישט עפעס א ספעציעלע שטארקייט אין איינס פון די דריי, און ס'איז נישט ווערד צו מאכן קיין אנשטרענגעניש דערין) אז דער מענטש למשל איז א "שומע" ער דערהערט זאכן, לוינט זיך צו רעדן מיט אים בלשון מח קדקדו, און רעדן אלס מיט דעם זעלבן מיטל.
איך הער, איך האב געהערט, איך האב דערהערט, איר הערט, וכו'.
די זעלבע מיטן זעהער דער רואה, רעדט מען צו אים בלשון ראי'.
די זאכן זענען לאו דוקא ביים ערשטן איינדרוק נאר במשך דעם סעיל אויך, אבער לענינינו איז מער דער ענין אראפגעברענגט דא צו מסביר זיין אז עס זענען דא תכונות הנפש וואס אויב זעהט מען זיי שנעל קען מען אן קיין בלאף פשוט מיטן מאכן גרינגער פארן קונה צו פארשטיין דורך נוצן "זיין" דרך הישר.
דאס זעלבע שפיגלט זיך אפ ווען מ'זעצט זיך אוועק מיט א בעה"ב א קונה, און מ'זעהט די ווירטשאפט אין זיין אפיס פון די וועג וויאזוי זאכן ליגן, אדער וויאזוי די טיש זיינע זעהט אויס, און לויט דעם קען מען אפי' שפירן צו מ'זאל רעדן העכער אדער שטילער.
למשל אויב קומט איר אריין אין א אטמאספערע וואו ס'איז רואיג, שטיל, איינגענעם, א ווארימער אטמאספערע, און איר נעמט זיך רעדן מיט צוויי טענער העכער ווי דער נארם, וועט דאס נישט אריינגיין גלאטיג אין אויער פון דעם קונה. דער ערשטער איינדרוק קען זיין גאר אומריכטיג, פשוט ווייל איר קומט פון די רוישיגע גאס, און דא איז א גאר שטילע אטמאספערע.
וויפיל מאל מאכט זיך ווען א סעילסמאן קומט אריין און הייבט אן רעדן, און דער פראספעקט ווערט פלוצים ערוועקט צו אפפערן א קאווע אדער א גלעזל וואסער וכדו', און ער אליינס ווייסט נישט פארוואס עס האט אים פונקט געכאפט דאס צו אפפערן יעצט, ע"פ רוב איז עס ווייל ער זעהט עפעס א אומרואיגקייט אדער אמאל א ענדערונג וואס ער קוקט אן פון א קוק ווינקל וואס ער פארשטייט נישט און ער פרובירט אראפצוברענגען אדער ארויפצוברענגען די אטמאספערע.
פון די וויכטיגסטע אין ערשטע איינדרוק איז: שווייגן!
דאס הייסט, אודאי זענט איר אריינגעקומען עפעס פארקויפן און איר דארפט רעדן, אבער דאס רעדן א מיליאן מייל א שעה גראד פון אנהייב איז געוויינליך די ערשטע איינדרוק פון א מח וואשעריי סעסיע, און איר פארלירט דעם קונה ביי דעם ערשטן טרעפל, און איר זענט שוין אויפן ניינציגסטן שטאק.
הערט אויס וואס ער זאגט (אויב זאגט ער סיי וואס) מיט אינטערעסע.
איך האב שוין געוויזן פאר סעילס לייט דעם גרויסן טעות ווען זיי זאגן מיר אז זיי זיצן און הערן אויס, און פונדעסטוועגן קומען זיי אקעגן ווי מאנאפעלירער פונעם שמועס, און זיי פארשטייען נישט פארוואס.
איר קענט זעהן צוויי אידן שווייגן, איינער איז א פראפעסיאנאל, און דער צווייטער קומט אקעגן זייער אומפראפעסיאנאל.
לאמיר עס פרובירן אפמאלן.
למשל אויב איר זיצט ביי אן פראספעקט און דער פארציילט אייך עפעס אין זיין געשעפט וואס איר הערט שוין היינט ביים דריטן פראספעקט, און עס איז אייך שוין נמאס, איר ווייסט די גאנצע מעשה, אבער מ'האט אייך געזאגט אז מ'מוז אויסהערן.
און איר הערט טאקע אויס, אבער איר שאקלט מיטן קאפ פון אויבן אויף אראפ ווי איינער וואס זאגט: יא יא, ווייס איך דאך. שוין געהערט. וכו'.
דאס הייסט נישט געשוויגן! דאס הייסט געשריגן!
ווען יענער רעדט צו אייך עכ"פ אין דעם ערשטן שמועס, אפי' איר ווייסט שוין, דארפט איר געדענקען אז דער געדאנק פון אויסהערן איז "מיט אינטערעסע". נאר דעמאלס האט עס דעם אפעקט וואס מיר זוכן עס זאל האבן.
איך וויל מפסיק זיין מיט א גאר וויכטיגע דיסקלעימער: די אלע זאכן וואס מיר שרייבן דא זענען נישט קיין בלאף אדער ליגנט לעססאנס, עס זענען מענטשליכע פשוט'ע מהלכים אין תהליכי החיים וואס מ'וואלט געדארפט נוצן אין יעדן פאל אלס דרך ארץ און מענטשליכקייט, נאר מיר זענען נישט דא אין א מוסר שמועס, מיר רעדן פון סעילס. אבער פאר די וואס טוען נישט אין סעילס, איר קענט די אלע כללים אריינלייגן אין אנדערע מצבים אין לעבן און זעהן עס וועט אייך העלפן דארט אויך. וד"ל.
מיר וועלן ממשיך זיין אי"ה נעקסטע וואך. א גוט שבת