מיר האבן פארגאנגענע וואך זיך אביסל פארקירוועט פון דעם "סעילס פראסעס" און גערעדט אביסל איבערן "סטריט סעילסמאן" מיט קורצע כללים איבער זיין פאך.
לאמיר צוריק גיין צום כלליות'דיגן סעילסמאן, און גיין צום קומענדיגן טרעפל אין די קייט פון א סעיל.
ער האלט שוין נאכדעם וואס ער האט זיין ליסטע
ער האט שוין קוואליפיצירט און איבערגעקוקט, ער ווייסט שוין וועם ער זוכט יא אדער נישט צו רעדן, און ער גייט ארום אדער רופט טעלעפאניש, אדער אימעיל, אלעס ווענדט זיך אין וואספארא פראדוקט ער פארקויפט. אמאל קען מען טון אלע דריי, און אמאל דארף מען טון נאר איינע פון די מעטאדן צו אנקומען צו מענטשן. דאס איז א פרשה בפני עצמה, און געוויינליך וועלן די מארקעטינג פירמעס וויסן אנצו-ווייזן וועלכע פון די מעטאדן פון קאמיוניקאציע מ'זאל נוצן אין וועלכן פאל.
לאמיר רעדן היינט פון איינס פון די גאר וויכטיגע זאכן אין סעילס, וואס באגלייט דעם סעילסמאן פון ווען ער מאכט דעם ערשטן באזוך אדער טעלעפאן קאלל, ביז יארן נאכדעם ווען מ'מאכט ביזנעס צוזאמען האפנטליך פאר א לאנגע צייט. און דאס איז דער כח פון דעם "ערשטן איינדרוק". און ווי ס'ווערט גערופן אין ענגליש: First Impression
דער ערשטער איינדורק איז די וויכטיגסטער איינדרוק וואס דער מענטש קען מאכן אין סיי וועלכן טריט אין לעבן, נישט דוקא אין ביזנעס. ווען א מענטש באגעגנט זיך מיט איימיצן דאס ערשטע מאל בכלל וועט אין מח גאר מעכאניש ווערן געמאכט פארשידענע אומקאנטראלירטע אבער נאטורליכע אפשאצונגען וואס זענען צומאל שווער צוריק צו דרייען.
וויכטיג איז צו וויסן אז נישט נאר דאס ערשטע מאל ווען א מענטש באגעגנט זיך מיט א צווייטן פאסירט דאס, נאר אויך ווען מ'קען זיך שוין פון בעפאר, אבער דאס איז די ערשטע מאל וואס דער מענטש באגעגנט זיך אין באצוג צו א נייעם ענין, וועט עס ווערן אן ערשטער אפשאצונג וואס טראגט גרויס ווערדע.
אן אריינצוגיין אין משלים און נמשלים, איז דער איצטיגער שמועס איבער סעילס דער בעסטער משל אין די נושא. ווען צוויי גוטע פריינט וועלכע האבן זיך שוין יארן געקענט און געשעצט און איינער וועט אריינגיין אין סעילס, וועט ער האבן א געלעגנהייט צו נאכאמאל מאכן אן ערשטן איינדרוק ביי זיין חבר, וועלכער האט אים ביז היינט נאר געקענט אין סאציאלן לעבן, און דער איינדרוק פון זיינע ביזנעס קענטעניסן אדער טראסט וועלן טראגן א שטארקן געוויכט ביים ערשטן איינדרוק.
דערפאר, מיט די אלע הקדמות, לאמיר אביסל איבערשמועסן וואס און וויאזוי אן ערשטער איינדרוק דארף צו זיין, און די וויכטיגע כללים און פרטים אין די נושא.
מאנכע מאכן דעם טעות פון אנשטעלן א פנים פון עפעס א סארט וואס מ'איז באמת נישט דערביי וואס אין סתם געוויינליכן דזשארגאן ווערט אנגערופן "ליגנט" אדער בלאף, און אין ביזנעס ווערט צומאל באטראכט ווי כיטרע, און די מיינען אז דער ערשטער איינדרוק איז אזוינס וואס מ'קען דיקטירן, און מ'קען דערמיט שפילן.
למשל: אן ארימער סעילסמאן וועלכער האט נארוואס באקומען זיין דזשאב אין א נידריג באצאלנדן סעילס פאזיציע האט מיר פארציילט אז ווען ער גייט ארויס טרעפן נייע קונדן בארגט ער פון א גוטן חבר זיין גאר טייערן קאר אויסצוזעהן וויכטיג. ער האט מיר מסביר געווען ווי וויכטיג אין זיין ביזנעס עס איז "ערשטער איינדרוק", אבער ער האט מיר נישט אזוי גוט געקענט מסביר זיין פון וואו ער האט גענומען דעם געדאנק אז זיין ערשטער איינדרוק מוז זיין אז ער איז, רייך און וויכטיג?
איז נישט וויכטיגער דער ערשטער איינדרוק זאל זיין פון צוגעלאזן און טרויבאר, קלוג און ערפארן אדער אפי' ווען ערפארן איז נאך נישט אזוי שייך, עכ"פ וויסנשאפט אין דעם אינדוסטריע אין וועלכן מ'דרייט זיך?
ווער עס האט אים געזאגט אז דער איינדרוק פון רייך איז וואס ער דארף צו ווייזן, איז געווען זיין בעה"ב וועלכער האט אויך געלעבט אין די אילוזיע אז זיינע געשעפטן ווערן געמאכט דורך זיין אנשטעלן דעם איינדרוק פון סוקסעס. און אין פילע פעלער איז אמת א צו זין סוקסעספול איז א מאגנעט פאר מענטשן צו וועלן מיט אייך טון געשעפטן, אבער ווען מ'טרייבט דאס איבער ברענגט דאס געוויינליך א גאר שטארקן אומצוטרוי צום מענטש.
איך מוז מודה זיין אז פאר דרייסיג יאר צוריק אדער מער איז יא געווען שטארק אנגענומען דער מהלך, איך האב דאס געהערט, און נאך אפי' געזעהן אביסל ווען איך בין אריין אין סעילס פאר איבער 20 יאר צוריק, און איך קען נישט אנווייזן אדער ברענגען ראיות צו עס האט געארבייט און בענעפיטירט די וואס האבן עס געטון אדער נישט, אבער איך קען יא ברענגען הוכחות און ראיות אז היינטיגע צייטן איז נישט אזוי.
לאמיר א זאך קלאר פארשטיין וואס דאס איז ביי אונז אלע דברים ידועים אבער וויכטיג איבערצושמועסן. די קאנסומער אין די היינטיגע וועלט איז קלוג, קלוגער ווי די פון עטליכע צענדליג יאר צוריק.
שריי נישט, איך בארעד נישט גאנץ כלל ישראל, און איך זאג נישט אז דער פאריגער דור איז נישט קלוג געווען, אדרבה, איך האב די פולסטע רעספעקט און איך לערן גאר אסאך פון די אמאליגע ביזנעס לייט, ווען איך זאג "קלוג" מיין איך די סארט וויסנשאפט וואס היינט קען א קאנסומער האבן און וויסן אן צו דארפן צולייגן א טראפקעלע מחשבה, עס קומט נישט פון שטערקערע מוחות נאר פון דעם פאקט אז מיר לעבן אין א קליינעם וועלטל, און אלעס איז היינט אוועילעבל און אינפארמאציע ווערט געטיילט בחינם אין די ראמען פון מארקעטינג, וואס אמאל איז אזוי נישט געווען.
ארויסצוברענגען התפעלות ביי א מענטש אין פריערדיגן דור איז גרינג געווען, רוב מענטשן נישט קיין חילוק ווי קלוג און געראטן, אויב האבן זיי נישט געהאט ערפארונג האבן גרינג געקענט פאלן פאר דעם שיינעם קאר און אנצוג, ווייל זיי האבן נישט געהאט קיין שום סיבה צו טראכטן אין נארמאלן זין פון ווארט אז א מענטש וועט גיין בארגן אן שניפסל צו מאכן א גוטן איינדרוק.
נאר די גאר געפעפערטע ביזנעס לייט וואס זענען שוין געווען גענוג לאנג און ביזנעס און געזעהן במו עיניהם אז דער שניפסל און אנצוג איז ניטאמאל די סייז פון דעם מענטש די האבן זיך שוין אפגעבריהט מיט אנדערע שניפסלעך, און האבן שוין געוואוסט נישט צו פאלן דערפאר.
א צווייטער סעילסמאן האט מיר פארציילט ווי ער מאכט א גוטן איינדרוק ווען ער איז פארנומען אויפן טעלעפאן און זעהט אויס ממש ווי איינער וואס מ'לויפט אים נאך, ער הייבט אויף דעם טעלעפאן און רעדט פארסאפעט, ער שיקט טעקסטס, און ער אנטשולדיגט זיך יעדע פאר מינוט פארן זיין פארנומען...
יא, איר ווייסט גוט, איך בין קיין גרויסער חסיד פון דעם מהלך אויך נישט, בפרט היינטיגע צייטן, עס קומט בכלל נישט אקעגן אין עם סעילס פראסעס, עס העלפט נישט נאר עס שטערט.
ווייטער נישט אוועק צו מאכן דעם אמאליגן ביזנעס מאן, אבער פארט איז אזוי געווען דער מציאות אז ווי מער "ביזי" מ'איז געווען אלס מער רעספעקטירט איז מען געווען, עס האט געהאט גאר אסאך גוטע סיבות פארוואס אמאליגע צייטן איז אזוי געווען, עס האט געוויזן אויף א מענטש מיט טאלאנט וועלכער האט עפעס וואס די פשוטי המון עם האבן נישט וואס דאס איז "ביזי".
היינט ווען דער כולל אינגערמאן איז ביזי, און מ'קען שוין טרעפן כיתה ט' קינדערלעך וועלכע שטעלן זיך ארויס אלס ביזי, האט עס פארלוירן דעם גלאנץ, עס איז נישט רעספעקטירט ביי קיינעם, און מער רעספעקטירט זענען די וואס זעהן אויס רואיג און געלאסן, און קומען אן צו טון וואס זיי דארפן מיט א שמייכל און רואיגקייט אויפן פנים.
גארנישט קעגן די כולל אינגעלייט ח"ו, אבער ווען מ'זעהט א אינגערמאן וועלכער זיצט און לערנט ב"ה אין כולל, טוט וואס ער דארף אבער אין די פרייע צייט זעהט ער אויס ווי ער פירט א מולטי מיליאן דאללער ביזנעס, מאכט דאס קיינעם נישט טראכטן אז דער איז פשוט תורה וגדולה במקום אחד, און ווען מ'טראכט שוין יא אזוי, וואלט איך נישט געוואלט אנווייזן פונקטליך וואו דער מקום איז...
היינט ווען איינער צייגט א פנים פון זיין פארנומען איז עס נישט קיין מעלה, אודאי איז א חסרון אקעגן צו קומען ווי א ליידיג גייער וואס האט נישט ואוס צו טון, אבער דאס איז פאלג מיך א גאנג פון זיין "ביזי".
אלזא, וואס יא? איך האף איר זענט נישט ברוגז אויף די לאנגע הקדמות, ווייל ביי מיר איז קלאר אז מ'קען נישט בשום אופן אנווייזן פאר א מענטש וויאזוי צו מאכן א "ערשטן איינדרוק" פאר עטליכע סיבות.
איינס, ווייל דער ערשטער איינדרוק איז באמת עפעס וואס מ'טאר דאס נישט "מאכן" מ'דארף עס זיין.
צוויי, ווייל אויב איז עס עפעס וואס מ'לערנט זיך אויס צו מאכן קומט עס אקעגן פאלש, און דאס איז היינט זייער שווער איבערצוקומען, די קאנסומער איז א מבין, און מ'קען נישט אזוי לייכט מאכן אן עקטינג דשאב.
נו וואס איז יא דא צו רעדן?
צו נעמען די כלים וואס מ'האט יא, און זיי גוט פרעזענטירן, דאס איז יא וויכטיג.
לאמיר אנהייבן:
אויסזעהן לייטיש און נישט זיין צעשויבערט, זיין צוזאמגענומען, איז א וויכטיגע זאך אין א ערשטער איינדרוק, און אלעמאל, אבער ביים ערשטן איינדרוק גאר וויכטיג. דאס איז עפעס וואס אפי' אויב אייער נאטור איז נישט אזוי פון אייביג, איז וויכטיג צו ארבייטן דערויף. נישט ווייל איר וועט פארלירן טראסט, נאר מענטשן האבן ליב צו האנדלען מיט "נארמאלע" מענטשן, און צוזאמגענומענע מענטשן.
עס איז דא א געוויסער חן וואס אומצוזאמגענומען האט, און געוויסע האבן זייער ליב צו פארברענגען מיט די סארט וועלכע זעהן אלס אויס ווי א האלב אפגעריסענע צווייגל פון א לופט שוועמל, און מ'קען נישט אוועק נעמען דעם אמת'דיגן געפיהל וואס דאס געבט אז דער מענטש איז נישט קיין בלאפער, ער איז וואס ער איז, און דאס האט א געוויסן חן.
נאך אלס אין אן ערשטן איינדרוק איז ווערד צו מאכן א שטארקען אנשטרענגעניש דאס נישט צו פראקטיצירן, וד"ל.
וויסן דעם מצב אין וועלכן איר שטייט, דאס הייסט, ווי אלט זענט איר? וויפיל יאר אין ביזנעס? ועוד, איז זייער וויכטיג צו קענען זיך פרעזענטירן אלס א ריכטיגער בילד און געבן א גוטן איינדרוק.
דאס הייסט ווען עס קומט צו מיר א סעילסמאן וועלכער מאכט אן ערשטער איינדרוק אז ער איז שוין יארן אין ביזנעס און נאך צוויי מינוט אין שמועס ווער איך געוואר אז ער איז נאך אויף פראבע, האט ער פארלוירן 99 פראצענט פון דעם מעגליכקייט צו פארקויפן עפעס.
דער מענטש מוז ארבייטן לויט זיינע ריכטיגע איצטיגע מצבים, און דאס ווערט שטארק רעספעקטירט און ארויפגעקוקט.
(דאס פאר זיך איז א לענגערער שמועס, און אמאל איז עס אפי' אוממעגליך אין די ראמען פון א איין בלאט ארטיקל, מיר שמועסן דאס אויס מיט סעילס לייט און ביזנעס לייט וועלכע קומען פאר פריוואטע קאנסולטינג מער באריכות אבער די כללים דארפן זיין גענוג צו פארשטיין געבן וויאזוי זיך צו באגיין)
מיר וועלן ממשיך זיין נעקסטע וואך אי"ה מיט נאך וויכטיגע כללים ביים "ערשטן איינדרוק".