פאר מיר זענען ממשיך בכלליות אין דעם נושא פון פראספעקטינג, איז וויכטיג צו בארירן דעם צווייטן סארט סעילסמאן וועלכער מוז אויך טון פראספעקטינג, אבער פון אן אנדערן קוק ווינקל, און דערנאך וועל מיר צוריק קומען רעדן אביסל מער איבער פראספעקטינג אליינס.
לאמיר רעדן צו די סעילס לייט וואס ווערן אנגערופן די "סטריט סעילס לייט" דאס הייסט זיי מאכן נישט די סעילס זיצנדיג אינטערן שלייער פון א אפיס אדער טעלעפאן, נאר גייען פון טיר צו טיר, און פון ביזנעס צו ביזנעס צו מאכן זייערע קאנעקשאן'ס און עווענטועל די סעיל.
טראץ וואס א פרעמדער וואס קוקט זיך צו קען מיינען אז דער סעילסמאן איז פערצופאל אראפגעפאלן פונקט דא, און ער האט באמערקט א געשעפטל און פרובירט צו רעדן צום בעה"ב, און אמאל טאקע מאכט זיך אזא פאל אז דער סעילסמאן איז פונקט אין א געגנט און באמערקט א געלעגנהייט און נוצט עס אויס, איז עס אבער געוויינליך נישט דער פאל.
דער סעילסמאן וואס איז א "סטריט סעילסמאן" האט אסאך ארבייט פאר ער גייט ארויס אין די גאס, ער מוז גאר גוט שטודירן וואו צו גיין און ווען צו גיין אהין. ער מוז מאכן זיכער אפאר וויכטיגע נקודות.
די סארט ביזנעס וואס ער זוכט, און ווען זיי זענען בדרך כלל פריי אדער פרייער פון ארבעט, און די טראפיק איז נישט אזוי גרויס.
וועלכע געגנט וועט אים געבן די מערסטע קאנטאקטס אויף די שעה, לויט די געאגראפישע אדרעסן פון די געשעפטן, דאס הייסט ער מוז זיין קלוג אז אינעם טאג ווען ער איז אויף די גאסן ווערט זיין צייט אויסגענוצט דאס מערסטע וואס מעגליך צו זעהן די מערסטע וואס מעגליך פראספעקטן.
היינט איז שוין אויך דא וועב זייטלעך וואו מ'קען פאר אפאר טולער באקומען די גאר פונקטליכע נעמען און טעלעפאן נומערן פון די אייגענטומער, אדער באשלוס מאכער פון דעם געשעפט, וואס דאס איז אלס גוט צו האבן מיט זיך אפי' ווען עס דארף אויסצוזעהן אז מ'איז פערצופאל אין די געגנט.
דער סעילסמאן איז גרייט סיי מיט די נעמען און אדרעסן וואו ער וויל היינט גיין, און אויך האט ער א בערך'דיגן אילוסטראציע פון וואס ער מיינט אז ער קען אפפערן פאר די ביזנעס, דאס הייסט ער ספענדט אפאר מינוט צו פארשטיין די ביזנעס צו וועלכע ער גייט, און וויסן צו זיי זענען גרויס קליין אדער מיטלגארטיג, וואס פארא קליענטעל זיי האבן, וכדו'.
פארוואס איז דאס אזוי וויכטיג? און באלד וועל מיר רעדן וואס מ'קען טון צו מאכן אפי' נאך א בעסערן רושם און זיין פול מער סוקסעספול מיט די ריסוירטש וואס מ'מאכט פון בעפאר.
ווייל ווען א סעילסמאן קומט אריין אין א געשעפט, און ער ווייסט וועם ער זוכט, איז ער אביסל ידו על העליונה. דאס הייסט אזוי, שטעלט אייך פאר איינער קומט אריין אין געשעפט, און ער פרעגט: ווער איז דא דער בעה"ב?
לעומת זה שטעלט אייך פאר א צוויטער קומט אריין אין געשעפט און פרעגט: יאסי (דער בעה"ב) איז דא היינט? איך קען א מינוט רעדן מיט אים?
וואס מיינט איר זענען די רעזולטאטן?
דער ערשטער באקומט צוריק א שאלה צו זיין שאלה: פארוואס פרעגט איר? איר ווילט עפעס פארקויפן? וכו'
און אזוי בויט זיך אויף א ווענטל וואס איז אזוי באשאפן מיט א ציהל, און עס ווערט אנגערופן אין ענגליש די "געיט קיפער". דער ארבייטער וואס לאזט דורך דעם סעילסמאן אן אים צו גיבן א שווערע צייט דערמיט, האט נישט געטון זיין ארבייט בשלימות, און ווייסט אז דער בעה"ב וועט גאר ברוגז זיין אויף אים.
ווידעראום דער צווייטער וועט באקומען א גאר קלארע יא אדער ניין תשובה, וויבאלד ער האט נישט געפרעגט א שאלה וואס פארלאנגט א אפענעם שמועס, דאס ווערט אנגערופן א "פארמאכטע ענדע שאלה" וואס האט נאר איין תירוץ יא אדער ניין.
ווי אויך האט ער געוויזן א געוויסע היימישקייט אז ער זוכט דעם בעה"ב וואס ער קען שוין לכאורה פון בעפאר, און ער דארף נישט קיין רשות צו זוכן.
דאס איז לגבי קענען די שפילער'ס, ווער זענען די בעלי בתים און אזוי ווייטער.
די צווייטע חלק פון זיך באקענען מיט די ביזנעס בכלל, צו וויסן וועלכן מארקעט זיי באדינען וכדו', איז גאר וויכטיג פארן צווייטן טרעפל אינעם סעילס פראסעס, ווען ער רעדט שוין צום בעה"ב אדער באשלוסן מאכער.
ער קען זיך באציען צו סיי וועלכע פונקט פון די ביזנעס און ווייזן אז ער קומט נישט נאר פרובירן זיין מזל, נאר אז ער האט שווער געארבייט און געמאכט א דעסיזשאן אז ער האט עפעס וואס קען אינטערסירן פארן בעה"ב.
לאמיר צו דעם אויך נעמען א משל צו פארשטיין אביסל בעסער.
א איד א גרויסער נגיד, מ'קומט ביי אים קלאפן אויפן טיר נאך צדקה, ווען ער עפנט אויף די טיהר, און ער זעהט אז דארט שטייט א אידל מיט א בינטל דאלארן וואס גייט פון טיר צו טיר, וועט ער אים בחפץ לב געבן א דאללער און ענדיגן מיט דעם.
ווידעראום אויב זעהט ער אז ביים טיהר שטייט א איד וואס איז געקומען "ספעציעל" צו אים, ער האט געמאכט השתדלות צו קומען צו אים, וועט ער אים נישט פטר'ן מיט א דאללער נאר געבן זיין געווענליכע נתינה פאר די אידן וואס קומען צו אים.
אלנספאלס אין דעם עצם געדאנק אז א מענטש איז געקומען מיך זוכן, אפי' איך ווייס נישט פונקטליך דעם צועק איז דאס אליינס שוין מחייב אביסל.
דאס זעלבע איז מיטן סעילסמאן
דער ביזנעסמאן זעהט אז דער אידל דא האט געמאכט ריסוירטש און אפי' אויב ער איז נישט גערעכט אז דער פראדוקט איז עפעס וואס ער דארף אדער וויל יעצט קויפן, וועט זיין רעספעקט און מהלך פון רעדן זיין גאר אנדערש ווי ווען ער זעהט דעם סעילסמאן פונקט אריינקומען איינקויפן עפעס, און כאפט זיך ארויף אז אפשר קען ער דא פארדינען א גרינגן דאללער, ער וועט אים אפי' נישט אויסהערן אין רוב פעלער.
אין קורצן: אויב שפירט דער ביזנעסמאן אז דאס איז געווען אן עקסידענט סעיל, וועט ער זיך נישט שטארק צוהערן צום סעילסמאן.
מער פון דעם איז ווען דער סעילסמאן קומט אריין גרייט אפי' מיט א טיעפערן אויבערפלעכליכן (א סתירה? ניין, מ'דארף ביידע) אנאליז אויפן ביזנעס מצד די אינדוסטריע.
לאמיר מסביר זיין.
קיין בעה"ב וויל נישט אז דער סעילסמאן זאל אריינקומען און אים געבן דיעות אדער אפיניאןס אין זיין ביזנעס, נאר אויב ער פרעגט אים דערפאר, קיינער דארף נישט קיין אומגעבעטענע עדווייז.
פון דעסטוועגן זעהט מען סעילסלייט וואס געווינען א מורא'דיגן רעספעקט און זיי ווערן ווי צווייט ראנגיגע אדווייזערס צו זייערע קליענטן, וועלכע שפירן א מורא'דיגן וואליו אין האבן דעם קשר מיט דעם סעילסמאן.
דא איז אבער ווי עס איז די דינע ליניע צווישן א קלוגן אדווייזער, און א נארישן נודניק.
דער נודניק, וויל ווייזן אז ער פארשטייט אן עסק, און ווי אויך מכלומרש'ט אז ער וויל העלפן דעם בעה"ב אין ביזנעס, און ווי נאר ער באווייזט זיך ביים טיהר פרובירט ער ווייזן קענטעניסן און טיילן דיעות, האפנדיג אז דער בעה"ב וועט נתפעל ווערן פון זיין גרויסארטיגע ידיעות אין דעם פעלד.
דער בעה"ב וועט געוויינליך ווערן שטארק אומבאקוועם אין אזא מצב, ווייניג געזאגט, און זיך נאר וועלן זעהן נאך דעם שמועס.
דער קלוגער אויסגערעכנטער סעילסמאן, וועט טון אביסל ריסוירטש אויף די "אינדוסטריע" לאו דוקא אויפן בעה"ב אליינס, אדער זיין ביזנעס, און ער וועט פרעגן א כלליות'דיגע שאלה אין די אינדוסטריע, ווי צו פרעגן פארן בעה"ב וועלכער האט עקספיריענס אין דעם פעלד, וואס ער טוט צו דעם פראבלעם אדער וואס זיין מיינונג איבער די נושא אין די אינדוסטריע איז.
למשל, אויב איז יענער אין די ריעל עסטעיט אינדוסטריע, און יעצט איז געווען אין די נייעס א געוויסער ענין וועלכע פאראינטערסירט די ביזנעס לייט אין דעם הינזיכט, איז גוט אז ער ווייסט צו פרעגן דערוועגן אלס איינער וואס וויל "עכט" וויסן.
מ'ווערט נישט קלוג און געשעצט ביים "טיילן דיעות" נאר דורך גוטע פראגן וועלכע ווייזן אן אינטערעסע, און אז דער סעילסמאן לייגט זיך אריין אין דעם ביזנעסמאן'ס שיך און פרובירט צו פארשטיין אמת'דיג וואס איז גוט פאר אים.
די אלע זאכן זענען וויכטיג ביים "פראספעקטינג" פון דעם סטריט סעילסמאן, און עס איז גאר וויכטיג דאס צו פארשטיין ווייל אסאך וועם איך טרעף וועלכע גייען אריין אין ביזנעס אלס סטריט סעילסלייט, מיינען לכתחילה אז דאס איז א פאזיציע וואס קומט נישט מיט קיין הכנות, מ'גייט אין די גאס און מ'טרעפט און זוכט און טרעפט און אזוי ווייטער.
אלזא איז דאס א נקודה וויכטיג צו וויסן אז ניין: די חכמה איז אז ס'זאל טאקע אויסזעהן נאטורליך און געשמאק, אבער גאר טיעפער פון דעם איז דאס אנגרייטן און פראספעקטן צו דעם פערצופאלדיגן אריינקומען אין א געשעפט, און וויסן וואו מ'דארף "פערצופאל" אריינקומען, און וואו מ'דארף אריינקומען ווי איינער וואס האט זיך געגרייט א לאנגע צייט.
איין נקודה אין צוגאב צו דעם איז אז אמאל איז יא דא א "עקסידענט סעיל" וואס הייסט אז דער מענטש זאל אפי' זיך אנגרייטן אויף אזוי אז ער זאל אריינקומען צו דעם ביזנעס ממש נאר פערצופאל ס'זאל דוקא נישט אויסזעהן אנגעגרייט, און דאס איז א שמועס פאר זיך, ווען דאס איז שייך.
אין קורצן איז עס ווען מ'וויל זיך טרעפן מיט איינעם וואס האט שוין אין עבר אפגעזאגט אדער נישט געוואלט נעמען דיינע סערוויסעס, אדער איינעם וואס מ'ווייסט אז ער איז גאר אומסימפאטיש מיט סעילסלייט בכלל, דארט איז דא די כלל אז אויב פערצופאל בין איך דארט ברענגט עס ענדערש א רואיגן שמועס.