יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ ראט און טאט
ארטיקלען

פרשת חיי שרה תשפ"ד

ראט און טאט · "דער שטיבל" · שנת תשפ"ד

לאמיר מאכן די פראספעקט ליסטע פארן סעילסמאן, און אריינקוקן טיעפער אין דעם אקטיוויטעט וויאזוי עס צו מאכן דאס מערסטע אפעקטיוו.

איך וואלט פארגליכן דאס זוכן "פראספעקטס" צו זוכן "דימאנטן" אין די זאמד.

דאס הייסט איך וויל באטראכטן וואס דארף א מענטש טון אויב מ'זאגט אים אז דא אין דעם שטח איז זיכער דא דימאנטן פארשפרייט אין די זאמד, מ'דארף עס נאר דורכזופן און זוכן דערפאר, און דאן קען מען עס האלטן בחנם אין כסף.

וואס וואלט איך געטון אין אזא פאל?

איך האב צוויי אפציעס, איינס, אנהייבן ארום גיין אין דעם גרויסן שטח פון זאמד, און זיך איינגעבויגן און מיט די הענט דורכגעטאפט אביסל פונעם זאמד, און זיך אויפגעהויבן און געגאנגען ווייטער זוכן אויף א צווייטן ווינקל, און אזוי ווייטער.

די אנדערע מהלך וואלט געווען, איך וואלט צוזאמגענומען הויפענס זאמד לפונדק אחד אין א גרויסן ארבעים סאה כלי, און זיך געמאכט באקוועם מיט א זופ און א טישל אויף וועלכן איך וואלט פשוט גענומען זאמד פון די גרויסע כלי און דורכגעזייט אויפן טישל, און אזוי ארום געהאט א געלעגנהייט צו טרעפן די דימאנטן.

באמת, ביידע וועגן קענען ארבייטן צו טרעפן די דימאנטן.

אבער ביי די ערשטע מהלך איז עס מער מזל ווי א ריכטיגע מהלך פון טרעפן דימאנטן, איך דריי מיך ארום, איך ווער זייער אפגעמוטשעט, און איך פרוביר מיין מזל, אפשר פונקט דא אדער פונקט דארט איז דא א דימאנט.

געוויינליך אפי' אויב איך טרעף יא איינס אדער צוויי, פארליר איך גאר אסאך אינדערמיט.

ווייל איך בין נישט אויסגעשטאט געהעריג צו קענען באמת דורכזייען גענוג פונעם זאמד צו קענען טרעפן יעדן שטיינדל. און אויב טו איך עס ווייטער אויף דעם מהלך קען איך זיין פארנומען טעג און וואכן, און זיך נאך איינרעדן אז איך טוה "השתדלות", און פאר עפעס א סיבה ארבייט נישט ביי מיר השתדלות.

איך וועל אריינהאקן מיט א קורצע מעשה'לע וואס איך אליינס האב מיטגעלעבט ווען איך האב אינטערוויוד א איד וואס איז אין די לייף אינשורענס ביזנעס, און האט נישט מצליח געווען געהעריג אין די קאמפאני וואו ער האט געארבייט, און ער איז געקומען צו מיר זעהן אויב ביי אונז קענען זיינע שאנסן פאר הצלחה זיין מער.

איך האב מיט אים געשמועסט, און פארשטייט זיך אז דער שמועס איז פארקירוועט געווארן צו פארשטיין וואס זיין פראבלעם איז געווען, און אזוי דן זיין צו איך קען אים אין דעם פאל העלפן.

איינע פון מיינע נאטורליכע שאלות זענען געווען צו ער טוט סיסטעמאטיש די זאכן וואס מ'דארף טון אויף א רעגולערן פארנעם, ווי זוכן פראספעקטס, קאללן און קאנטאקטן צו מאכן אפוינטמענטס און אזוי ווייטער.

זאגט מיר דער אגענט בערך די ווערטער: לאמיך אייך זאגן ר' יצחק, איך ווייס אז עס איז דא א סייענטיפישער נומער און ראטע וואס זאגט אונז אז ווען מ'רופט אזויפיל מענטשן וועט מען בדרך הטבע פארקויפן אזויפיל אדער אזויפיל, אבער וואס זאל איך אייך זאגן, ביי מיר ארבייט עס אנדערש, עס גייט נישט, איך האב געטון אלעס וואס דער בוך זאגט אז מ'דארף טון, און ס'איז פשוט נישט געגאנגען. קען זיין אז מיר איז נישט באשערט?

פארשטייט זיך אז ווי איך האב שוין אפשר געשריבן אין די פארגאנגענהייט, אין מיין עקספיריענס האב איך שוין פילע מאל געזעהן אז דער פאר וועם עס איז נישט באשערט קיין פרנסה אין סעילס, פירט דער אויבערשטער דערצו אז ער זאל נישט טון די ארבייט אויך נישט. ווייל די טבע איז עפעס וואס דארף נישט געטוישט ווערן פאר דעם אידן וואס איז נישט באשערט, און איך האב שוין כמה פעמים דאס אויפגעוויזן פאר סעילס לייט, אז נאכן זאגן פארוואס פאר זיי ארבייט נישט די געוויינליכע טאקטיקן, קומט מען אלס צוריק אז "זיי ארבייטן נישט מיט די געוויינליכע טאקטיקן" פארשטייט זיך מיט תירוצים און אויסריידן וואס צומאל זענען טאקע אמת, אבער דאס איז דער מציאות בדרך כלל.

דא ביים דעם אגענט האב איך אים געוואלט אויפווייזן דעם מציאות און אים געפרעגט נאך אפאר שאלות: שאלה נומער איינס, ווי לאנג ביזטו שוין אין די ליין? אויף וועלכן ער האט געענטפערט אז 3 יאר.

שאלה 2 וויפיל מענטשן האסטו אויף דיין ליסטע אלס פראספעקטן וועם דו רופסט? די ענטפער איז געווען 200 אדער אביסל מער.

און דא איז שאלה 3 וויפיל מענטשן רופסטו א טאג? אן די תירוץ איז געווען ערגעץ ביי 20 אדער 25

דא קומט די אויפרייס פון איבערווייז. אויב קענט איר רעכענען, איז 200 נעמען פאר צוויי יאר נישט מעגליך צו זיין 20 א טאג. (טוט אליינס די חשבון רואיג וועט איר זעהן אז עס שטימט נישט) נאר וואס דען? דו האסט אפאר מענטשן וואס דו רופסט כסדר צוריק, וואס נישט נאר ווילן זיי שוין מיט דיר נישט רעדן, נאר זיי זענען נישט קיין נייע פראספעקטס וואס דו קענסט רעכענען אלס א נייע קאלל אדער אז די טוסט סיסטעמאטיש צולייגן נעמען צו די ליסטע. און אודאי האסטו נישט מצליח געווען אזוי.

איך האב אים געבעטן צוריק צו גיין צו זיין קאמפאני און זיך נעמען טון וואס מ'דארף, און אזוי ארום וועלן אלע פראבלעמען אוועקגיין.

איך ברענג אראפ די מעשה צו פארשטיין געבן דעם נושא פון וואס מיר רעדן.

ווען איינער טוט פאר פרנסה סעילס, און ער טוט נישט די סאמע וויכטיגסטע זאך פון טרעפן גענוג פון די מענטשן וואס קענען דארפן זיינע סערוויסעס, יא ער וועט פארקויפן דא אדער דארט, אבער קיין פרנסה איז דאס נישט.

דאס איז ווי די ערשטע אפציע, מ'הייבט אויף אביסל זאמד דדא, און אביסל דארט, און מ'האפט אז עפעס וועט אריינפאלן.

אויב וויל מען קענען האבן אין סעילס א סטאבילע חיונה, קען מען נישט אזוי טון, מ'מוז האבן א סיסטעם וואס לאזט באמת טרעפן גענוג, און דאס איז נאר דורך אוועקשטעלן א מהלך וואס איז נישט נאר כלאחר יד ווען מ'האט צייט, נאר א חלק פון די טאג טעגליכע אקטיוויטעטן.

(איך וויל קלאר מאכן אז די משל מיט דעם אינשורענס אגענט פארשטייט זיך איז נישט די זעלבע ווי ביי אנדערע סעילס, איבעראל איז אנדערש וויפיל די נומערן דארפן זיין, און דאס דארף שוין א פערזענליכען שאץ באזירט לויט וואספארא ביזנעס עס איז. ס'איז דא ביי געוויסע פראדוקטן וואס די נומערן זענען העכער אדער קלענער)

וויאזוי איז דער נמשל פון די צווייטע מהלך אין טרעפן דימאנטן לגבי סעילס?

מ'נעמט צוזאם נעמען פון מענטשן אדער קאמפאני'ס אן קיין שום זייטיגן חשבון צו דער מענטש קען ווען זיין אינטערסירט אויף מיין פראדוקט, דאס הייסט אז איך מאך א באשטימטע צייט וואס איך גיב פארן מח צייט זיך אפצורוען איך דארף נישט קיין שום עקסטערע מחשבה נאר סתם טרעפן און צוזאם קלויבן די נעמען אזוי ווי דער וואס נעמט צוזאם די זאמד.

אמאל וועל איך עס אריינלייגן אין א עקסעל שיעט, אמאל אין דעם פראגראם וואס מ'יין קאמפעני ניצט פאר סעילס מענעדזשמענט, אבער דער עיקר איז אז די האלבע שעה אדער שעה וואס איז דעזיגנירט פאר "טרעפן נעמען" איז נישט געמאכט בשעת מעשה צו טראכטן טיעף בכלל.

פארוואס איז דאס אזוי?

עס פארגייט די אפעטיט פון זוכן און צוזאמנעמען די נעמען אויב ווערט מען אליינס אריינגעהאקט און עס מאכט אז דער סעילסמאן זאל פארלירן דעם חשק צו גיין ווייטער.

אבער מער פון דעם איז דער מציאות אז ווען מ'דארף באשלוסן וועם יא צו רופן אדער נישט, איז עס אלס א בעסערער באשלוס ווען מ'האט שוין אינטער די האנט א ליסטע פון הונדערטער נעמען, ווי ווען מ'פלאגט זיך מיט די ערשטע פאר, עס קען נישט זיין גענוג אויפריכטיג אויב מ'שפירט אז מ'האט נישט גענוג. (וועל מיר אמאל מאכן א פסיכיאלאגישן קאלום צו פארשטיין געבן מער פונקטליך וויאזוי דאס ארבייט, אויב וועט אויספעלן)

דעריבער איז וויכטיג צו האבן א וועכנטליכע אדער אמאל אפילו מער מאל אין די וואך באשטמטע צייט צו סתם זוכן נעמען וואס קענען דארפן די סערוויס וואס איך פארקויף.

דערנאך מאכן א עקסטערע סעסיע (מוז נישט זיין מיט קיין לשם יחוד, און עס קען זיין זייער גרינג און שנעל, עס מוז אבער טראגן דעם כאראקטער פן א עקסטער סארט ארבייט כדי די מח זאל מיטארבייטן) וואס דאן טוט מען סארטירן די נעמען.

וויאזוי טוט מען דאס?

פארשטייט זיך אז טעכניש קען יעדער עס טון לויט זיינע מעגליכקייטן אדער פעאיגקייטן, אבער דער געדאנק איז פשוט.

איינס: טרעף די 3 אדער 4 כאראקטערס וואס דו זוכסט אין א גוטן פראספעקט וועם דו וואלטס געוואלט רופן.

למשל אין די ביזנעס פון לייף אינשורענס, וואלט איך געזוכט, איינעם וואס האט א ביזנעס אדער האט קינדער, דאס הייסט אז ער האט מענטשן וואס זענען פינאנציעל אנגעוואנדן אין זיין וועזן.

איינעם וואס איז געזונט

איינעם וואס האט פרנסה

וכו'.

פארשידענע זאכן וואס קענען זיין וויכטיג אין דעם סוף דבר צו קענען דארפן אדער קויפן לייף אינשורענס.

פארשטייט זיך אז אמאל וועל איך אויך טרעפן מענטשן וואס האבן נישט די כאראקטעריסטיקס און נאך אלס וועלן זיי קויפן, אבער ווען איך מאך מיין ליסטע וועל איך האבן די דריי אדער פיר זאכן וואס איך זוך.

יעצט נעם איך אפיר דעם ליסטע פון "אסאך" נעמען וואס איך האב און איך סארטיר עס לאמיר זאגן מיט א' ב' און ג'

א' וואלט געווען די בעסטע, איינער וואס האט אלע דריי אדער פיר,

ב' איינער וואס האט נאר 2

ג' איינער וואס האט נאר איינס אדער ווייניגער.

מיינט נישט אז איך וועל נישט אמאל קענען צו דעם מענטש אויך רעדן, זאכן טוישן זיך כסדר און אמאל קען איך טרעפן עפעס א אינטערעסע אפי' ביי מענטשן וואס האבן נישט פונקט דאס וואס איך זוך, אבער איך וואלט זיכער סארטירט אויף אזא אופן אז די וועלכע סהאבן א בעסערן שאנס צו דארפן און קויפן, זאלן זיין ערשט אויף די ליסטע.

אמאל וועל איך אפי' נוצן די ליסטע פארקערט, דהיינו נאר רופן די ואוס האבן די קלענסטע שאנס, פשוט ווייל דאס איז יעצט מיין מוהט, איך קען באשטיין צו פרובירן, און עס איז נישט קיין פעלער, אבער עס איז וויכטיג אז איך זאל פארשטיין וואס איך טו און נשיט ווערן איבערראשט ווען גארנישט ארבייט נישט, און מיינען אז דאס איז ווייטער עפעס א פעלער וואס איך האב פארוואס השתדלות ארבייט נישט ביי מיר.

איך געדענק ווען איך בין געווען א נייער לייף אינשורענס אגענט, און איך האב געזעהן די אלטע און מער עקספיריענסד אגענטן צומאל טון זאכן ווי רופן מענטשן וואס די שאנס איז געווען נענטער צו זיראו אז זיי זאלן אפי' ענטפערן דעם טעלעפאן און ווען איך האב מיך געוואונדערט פארוואס זיי טוען דאס, האט מען מיך מסביר געווען אז אמאל איז פשוט וויכטיג צו ארויסגיין פון רוטין און פרובירן עפעס מער אינטערסאנט, און צו האלטן דעם מאמענטום טוען זיי צו מאל אזוינע זאכן אבער זיי געדענקען אז דאס איז נאר אן עקספערימענט און ס'צעברעכט נישט זייער מוהט.

וואס דאס פאר זיך זאל זיין א נקודה למחשבה אז פון די עלטערע מער עקספירענסד סעילסלייט קען מען אלס לערנען, און בפרט אין סעילס איז זייער וויכטיג צו האבן א קשר מיט אזוינע עקספערטן.

א גוט שבת