יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ ראט און טאט
ארטיקלען

פרשת וירא תשפ"ד

ראט און טאט · "דער שטיבל" · שנת תשפ"ד

מיר זענען אין די סעריע פון סעילס, מיר האבן שוין גערעדט פון די וויכטיגע הקדמות צו סעילס, און אין דעם היינטיגן ארטיקל וויל איך צוגיין צו עפעס וואס ווערט אנגערופן אין די וועלט דער "סעילס סייקל". דאס הייסט דער רעדל פון א סעיל, וואו ס'הייבט זיך אן און וואו ס'ענדיגט זיך.

דער ערשטער טריט אין סעילס, הייסט "פראספעקטינג".

יעדער סעילסמאן איז באקאנט מיט דעם טערמין, מ'זאגט דאס פארן סעילסמאן נאך פאר ער ווייסט וואס ער דארף פארקויפן, עס איז דער יסוד אין סעילס, און אנע דעם קען מען ניטאמאל אנהייבן.

פארוואס? ווייל צו פארקויפן עפעס דארף זיין 2 שפילערס אינעם שפיל, דער פארקויפער און דער קויפער. מיר ווייסן ווער דער פארקויפער איז, און מיר מוזן טרעפן א קויפער. דאס הייסט פראספעקטינג אין קורצן.

אבער עס איז דא א מער טיעפערער באדייט, סיין אין דעם מיין פון ווארט, און סיי אין דעם מהלך וויאזוי מצליח זיין דערין, און פון דעם וויל איך רעדן אין דעם היינטיגן ארטיקל.

ווען איך פרעג סעילסלייט וואס איז פראספעקטינג? ענטפערט יעדער אויף זיין שטייגער, און ס'איז גאר אינטערסאנט צו הערן די פארשידנארטיגע און אמאל געגנזייטיגע אפטייטשן פון דעם ווארט.

איינער זאגט מיר: עס מיינט "מאכן א ליסטע פון נעמען".

א צווייטער: טרעפן קליענטן

א דריטער: שאפן ליעד'ס.

און אזוי יעדער כפי ערכו האט ביי זיך עפעס א דעפעניציע פון דעם ווארט.

אבער מיר זענען נישט אין די ביזנעס פון פארשטיין לשון, און וואס גייט מיך דען אן וויאזוי מ'רופט עס? דער עיקר איז אז מ'טוט עס. אבער ניין, דער אפטייטש ווייזט צומאל אז מ'פארשטייט נישט דעם עיקר, און דערפאר קען מען זיך נישט צוזאמקלויבן צו טון די פרטים אין דעם גרויסן כלל.

פראספעקטינג אין קורצן מיינט: אידענטיפיצירן די ריכטיגע מענטשן צו וועם מ'קען אפפערן די סערוויסעס אדער פראדוקטן, און צוזאמנעמען ווי מער אזוינע קאנדידאטן צו האבן גענוג צו וועם צו רעדן.

אין דעם פראספעקטינג חלק פון סעילס איז אויך אריינגערעכנט דער עצם קאנטאקט וואס מ'מאכט מיט דעם מענטש אדער ביזנעס, טראץ וואס ביים סעילסמאן הייסט דאס שיין די צווייטע שטאפל פון "קאנטאקט" אדער "קאלל'ס", אבער פראספעקטינג איז איין גרויסער שירעם וואס נעמט דאס אויך אריין.

פראספעקטינג ביי סעילס ענדיגט זיך קיינמאל נישט אזוי לאנג ווי מ'איז אין די ביזנעס.

ווערט נישט דערשראקן, עס מיינט נישט אז א סעילסמאן פון 20 יאר דארף ארבייטן אויפן זעלבן מהלך אין פראספעקטינג ווי איינער וואס האט נארוואס אנגעהויבן. די געוויינליכע ריזיגע חילוק וואס פארגרינגערט די ארבייט במשך הזמן איז אז דער עקספיריענסד סעילסמאן וואס האט שוין א בוק אוו ביזנעס, דאס מיינט ער האט שוין קליענטן, ער קען זיך אין די אינדוסטריע, קען טון פראספעקטינג אין זיין אייגענעם בוך, ער מוז צומאל נישט זיין פארנומען צו זוכן נייע, ער קען רעדן צו די אלטע, און דאס איז אסאך גרינגער, פראקטישער, און סוקסעס ראטע איז פיל גרעסער.

אבער מ'קען קיינמאל נישט ענדיגן, נאר אויב מ'גיבט אויף די פאזיציע.

אין א געוויסן הינזיכט, און אין געוויסע אינדוסטריעס איז ווערד צו זאגן אז אפי' דער געלערנטער און עקספיריענסד סעילסמאן דארף כסדר צולייגן פרישע נעמען אדער געלעגנהייטן צו די ליסטע, און דאס איז זיכער א בעסערע וועג, און ברענגט פיל מער רואיגקייט אינעם ביזנעס, און טראץ וואס עס זעהט ווייטער אויס ווי דאס איז שווער, אבער אלס א עקספיריענסד סעילסמאן איז עס שוין פוהל לייכטער סיי וואו.

עס איז גרינגער ווייל ער ווייסט וואו צו זוכן

ער ווייסט וויאזוי שוקל צו זיין וועם יא צו נעמען פאר א פראספעקט און וועם נישט (וועל מיר באלד רעדן דערפון)

ער ווייסט אויך בעסער וויאזוי צו מאכן דעם פראספעקט שנעל איבערצוגיין פון פראספעקט סטאטוס צו א קאסטומער סטאטוס, און וואס דארף מען מער?

אבער פאר דעם נייעם סעילסמאן קען די אלע זאכן זיין אביסל שווערער, און פעלט אויס אביסל מער הסבר.

איך וואלט געזאגט אז אפי' דער עקספיריענסד סעילסמאן קען הנאה האבן פון זיך אויפפרישן אביסל אין די נושא.

לאמיר נעמען א דוגמא פון א סעילסמאן וואס דארף פארקויפן טאונערס פאר פרינטערס, ער איז דעם ערשטן טאג אויפן דזשאב, און ער דארף אנהייבן ארבייטן, און דערנאך וועל מיר זיך באציען צום אלטגעזעסענעם סעילסמאן וואס האט שוין יארן עקספיריענס, וואו און וויאזוי ער דארף ארבייטן צו ווייטער האבן הצלחה. די שוועריגקייטן זענען אינגאנצן אנדערע, אבער דער אדם לעמל יולד איז אלס שייך.

דער נייער סעילסמאן קומט אריין, ער האט נאך א ריינעם טיש, א ליידיגן ביכל, ער קוקט זיך אום, ער באקומט א געאגראפישע באגרענעצונג (נישט ביי יעדע ביזנעס, אבער ביי רוב סעילס איז דאס יא אזוי, אז ער האט א געוויסע סביבה וואס ער קאווערט, און דארט קען ער פארקויפן, כדי ס'זאל נישט זיין קאנפליקטן צווישן די סעילסלייט)

ער באקמט צומאל פון זיין בעה"ב א ליסטע פון ביזנעסער וואס קענען ווען נוצן זיין סערוויס, וואס היינטיגע צייטן איז דאס גרינג צו עררייכן, און ער באקומט אין בעסטן פאל א בערך'דיגן סקריפט פון לשונות און געדאנקען פארוואס דער פראדוקט איז די בעסטע און ביי זיי לוינט צו קויפן.

און אין געוויסע פעלער באקומט דער סעילסמאן דאס אויך נישט, ער ווערט אריינגעשטופט אין די שטורמישע וואסערן און ער דארף אליינס זעהן וואס זיינע קליענטן אדער פראספעקטן וואלטן געדארפט.

דער סעילסמאן האט נאכדעם די ערשטע שווערסטע ארבייט נאכן איבערגיין די ליסטע פון פאטענציאלע פראספעקטן (זיי זענען נאך נישט קיין פראספעקטן ווילאנג זיי קומען אן אויף די קורצע ליסטע פון כמו אינטערסירטע אדער עכ"פ אזוינע וואס האבן נישט העפטיג אפגעזאגט) און ער דארף זעהן אז די ליסטע זאל זיין גענוג לאנג און ברייט.

ווי לאנג און ברייט די ליסטע דארף זיין ווענדט זיך אויך אין די אינדוסטריע, פארשטייט זיך אז גרעסערע סעילס וואס ברענגען גרעסערע רווחים און נעמען לענגער צו דורכפירן, ווי למשל ריעל עסטעיט, איז די נקודה פון א לאנגע ליסטע פון פראספעקטן נישט אלס א ריכטיגע, עס מוז מער זיין א "ריכטיגע" ליסטע ווי א לאנגע, אבער באמת כדי אנצוקומען צום "ריכטיגן ליסטע" מוז מען זיכער אנהייבן מיט דורכזיפן אלעס וואס מ'האט אן קיין חשבונות, נישט מאכן קיין חשבונות פארוואס יענער אדער דער איז א גוטער קאנדידאט נאר וויבאלד איינער האט סיי וועלכע פון די זיטן וואס מ'זוכט אין א פראספעקט אפי' אויב ער האט אנדערע חסרונות וואס מאכן כמעט זיכער אז ער וועט נישט זיין אזוי שנעל א קאסטומער, ווערט ער געלייגט אויף די ליסטע.

איך וויל מיך אפשטעלן און רעדן פון די ליסטע א מינוט. זייער א וויכטיגע און אמאל א פארזעהענע נקודה.

דער מח פון א מענטש איז גאר אינטערסאנט, ווען דער מח איז לויפעדיג קען דער מענטש נישט טון קיין שטייטע רואיגע זאכן, און פארקערט איז פארקערט. דאס הייסט אזוי, ווען איר וועט רעדן אויפן טעלעפאן מיט איינעם וואס איז יעצט אינמיטן פון עפעס א גאר פארנומענע און שנעל פארנדע פראיעקט וועט ער געוויינליך אזוי רעדן און איר וועט גלייך קענען זעהן אז יעצט איז נישט קיין צייט צו רעדן צו יענעם. דאס הייסט אז געוויינליך וועט דער מח זיין כל כולו אויף א ספיד אדער אויף א מיסיע טראץ וואס דער מענטש האט ביליאנען קעמערלעך אין מח, אבער אלע ליגן אין דעם זעלבן קאפ.

לענינינו, זייער אסאך סעילסלייט מאכן דעם טעות ווען זיי גרייטן זיך אן די ליסטע פון נעמען פאר פאטענציאלע פראספעקטס, אז זיי טוען בשעת'ן אנגרייטן אויך די ארבייט פון סארטירן.

וואס איז דאס סארטירן?

למשל אויב פארקויף איך טאונער'ס און איך האב א ליסטע פון ביזנעסער וועם איך קען ווען רופן, איך האב ריזיגע שפיטעלער און קארפארעישאן'ס וואס נוצן טאונערס לרוב, און אויך האב איך קליינע עמעזאן קעמערלעך וואס קויפן א טאונער יעדע האלבע יאר,

ביידע האבן מעלות, די גרויסע ביזנעסער האבן די מעלה אז ווען איך באקום אזא קאסטומער מאך איך אסאך געלט. די חסרון איז, אז צו באקומען דעם קאסטומער איז באמת שווערע ארבייט.

די קליינע ביזנעסער האבן די מעלה אז איך קען זיי גרינגער באקומןע, אבער איך מוז האבן גענוג דערפון צו מאכן עפעס חיונה.

מיין באשלוס וועם צו רופן ערשט וועט זיך ווענדן אין זייער אסאך זאכן, און דאס איז נאר א קליינער סעמפל, עס זענען דא נאך פארשידענע פאקטארן אריינצונעמען אין באטראכט, אבער געוויינליך איז וויכטיג אז מ'זאל האבן 3 אדער 4 כללים וואס זאל באשטימען אין וועלכן ראנג דער פראספעקט געהער, און אפי' די וואס געהערן אין די לעצטע פון אלע ראנגען, זאלן אויך ווערן פארבוכט און אוועקגעלייגט פאר א טאג ווען מ'דארף דאס אויך.

אבער, דאס סארטירן קען נישט געטון ווערן ווען מ'שאפט און זוכט נעמען. דעמאלס דארף מען גיין אן קיין רחמנות און אן קיין מחשבה, פשוט ווי מער איז בעסער, און דערנאך א סעסיע פארן סארטירן.

די צווייטע טעות וואס מענטשן מאכן ביים מאכן דעם פראספעקט ליסט, איז ווען מ'רעדט זיך איין אז מ'האט שוין א פראספעקט ליסט ווייל מ'האט א טעלעפאן בוק אדער אפי' א קאנטאקט ליסטע אויפן טעלעפאן.

דאס איז א טעות וואס אסאך סעילס לייט מאכן, און איך האב עס שוין אליינס געהערט פון פילע ווען איך פרעג וויפיל פראספעקטס האסטו? און יענער ענטפערט מיר למשל, די גאנצע אנשי שלמינו ליסטע, אדער איך האב 800 נעמען אויפן טעלעפאן ספיד דייל וכדו'.

ווילאנג דו נעמסט נישט דעם נאמען און לייגסט אויף א ספעציעל באשטימטע פלאץ פאר פראספעקטס, האב איך אויך די נאמען טראץ וואס איך בין נישט אין דיין אינדוסטריע, איך קען אויך קויפן פאר אפאר דאללער א טעלעפאן ביכל, און איך קען אויך געפונען אנליין די נומערן פון מענטשן.

די ערשטע קנין וואס א מענטש מאכט אויף דעם פראספעקט טראץ וואס ס'איז נאך בכלל נישט מוכרח אז ער איז דיין קאסטומער, איז עכ"פ ווען ער ווערט פארשריבן אלס א פראספעקט.

מיר וועלן ממשיך זיין נעקסטע וואך אי"ה.

(איך וויל בעטן פאר די אלע וואס שיקן שאלות, אויב איז עס נישט קיין שאלה איבערן ארטיקל נאר דירעקט פאר אייער ביזנעס צו נוצן קאנסאלטינג אדער סיי וועלכע הילף פאר אייער ביזנעס, ביטע שיקן דירעקט צו מיין פריוואטע אימעיל yitzchokschwartz@gmail.com )