יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ ראט און טאט
ארטיקלען

פרשת לך תשפ"ד

ראט און טאט · "דער שטיבל" · שנת תשפ"ד

מיר האלטן אינמיטן די סעריע פון סעילס, לאמיר גראד צוגיין צום ענין,

אין מיין מיינונג איז פאר איינעם וואס איז געאייגנט פאר סעילס די בעסטע טאקע צו זיין אין סעילס, עס איז א פלאץ וואו מ'קען מצליח זיין גאר שטארק, און די ריסק איז גאר ווייניג. מאנכע זאגן אז די איינשטעל איז ממש גארנישט, אבער דאס איז נישט אינגאנצן אזוי, דאס דארף מען פארשטיין.

עס איז דא א געוויסע ריסק איינשטעל אז דער סעילסמאן קען פארלירן אנדערע אפשר וויכטיגערע ווערדן דורך זיין פרנסה, וואס דארף געהעריג אויסגעשמועסט ווערן ווען מ'גייט אריין אין סעילס, איך רעד שוין נישט פון דעם אז ווען איינער איז נישט באמת געאייגנט דערפאר, סיי אויב ער האט נישט די טאלאנטן, אדער אויב ער האט נישט די כלים וואס פעלן זיך אויס צו די הצלחה, קען אזא מענטש צוגרינד גיין פון די שוועריגקייטן, און עס קען שאדן אויפן צוקונפט אויך.

אבער אפי' אויב דער מענטש איז יא א געניטער סעילסמאן, ער האט די סקילס ער האט די טאלאנטן, אויב ווייסט ער נישט וויאזוי צו זיין א פראפעסיאנאל אין זיין פאך, אדער ער נוצט נישט אויס די צייט זיך צו לערנען סיי איבער דעם פראדוקט וואס ער פארקויפט, און סיי די פאך וויאזוי צו פארקויפן, קען ער דערלייגן די וויכטיגסטע זאך אין ביזנעס וואס איז "טראסט" באגלייבטקייט.

לאמיר זיך נישט נער'ן, האבן די טאלאנטן איז איין זאך, אבער וויסן די ידיעות וואס פעלן זיך אויס אין סיי וועלכן מארקעט איז גאר א צווייטע זאך. ווי יענער וואס האט געזאגט אמאל א מגיד, ווילאנג ער פארציילט מעשיות מיט משלים איז ממש נישט קיין פראבלעם, ער קען דאס מאכן וויאזוי ער וויל, אבער אויב וויל ער איבערגעבן א ווארט פון א חסידיש ספר אדער א דרוש דארט מוז ער שוין ארבייטן, ער מוז זיך פארקוקן.

דאס הייסט די טאלאנט פון זיין א מגיד איז נאר גוט אויף וויאזוי ער פרעזענטירט א דרשה און וויאזוי מ'הערט אים אויס, אבער אויב האט די דרשה א ציהל און ס'איז דא ספעציפישע נושאים צו דעקן, קען ער זיך נישט אויפשטעלן סתם אומאנגעגרייט אין רעדן.

איך קוק טאקע אסאך מאל אויף דעם ווען מ'הערט אז א מגיד שטעלט זיך אויף און הייבט אן דעם נוסח "איך האב מיך נישט צוגעגרייט", מענטשן ווייסן נישט ווען דאס צו נוצן. דאס הייסט אויב ביזטו געווען ביי א שמחה און מ'האט דיך פלוצים מכבד געווען צו זאגן אפאר ווערטער לכבוד די שמחה, דארט איז געוויינליך שייך דער "נישט צוגעגרייט ענווה" און עס איז נארמאל אז א מענטש זאל זיך דערמיט גרייטן אז אויב עפעס גייט אומגעראכטן און די דרשה איז נישט גוט כאפט ער די פיש פאר די נעץ און זאגט אז ער האט זיך נישט צוגעגרייט.

אויב אבער איז עס א דרשה וואס איז אנאנסירט אדער א געוויסע טעמע ווערט אויסגעשמועסט און מ'האט אים מכבד געווןע צו זיין פון די רעדנער איז זיכער נישט אין פלאץ זיך אויפצושטעלן זאגן איך האב מיך נישט צוגעגרייט. ר' איד, גרייט אייך יא צו.

איך בין א טראפקעלע מאריך אין דעם ווייל אין דעם ענין איז דא א געוויסער פראבלעם וואס מ'זעהט אסאך, מענטשן וואס ווילן אז זיי זאלן רעספעקטירט ווערן פאר וואס זיי זענען, שפירן צומאל אז דאס אויסהערן יענעם אדער זיך לערנען עפעס ווייזט אין א חסרון פון חכמה, און וועלן צומאל בדוקא זיך נישט לערנען צו קענען זאגן אז ער האט דאס אליינס עראבערט.

אבער דאס איז בכלל נישט קיין אמת, א חסרון אין חכמה איז ווען דו ווייסט נישט וויאזוי עס צו באהאנדלען נאכן האבן די קלארע ידיעות.

מ'קען געבן פאר איינעם אלע סעילס טיפס אין די וועלט אויב איז ער נישט קיין סעילס מאן וועט ער קיינמאל נישט קענען זיי טון, און אפי' נישט וויסן וויאזוי צו טון. דאס הייסט אז דאס עצם וויסן און שפירן האבן אן אינסטינקט וויאזוי צו פארקויפן, וויאזוי צו משכנע זיין, דאס איז א חכמה, א טאלאנט.

אבער אויב איז דא "חסרון ידיעה" איז ביטער און מ'קען שטארק דארכפאלן. די קאנסומער אין די היינטיגע וועלט איז א קלוגער קאנסומער, מ'ווייסט אלעס, מ'האט אלע אינפארמאציע, און ווען דער סעילסמאן קומט אריין ווי א מגיד און רעדט פון עפעס וואס ער ווייסט נישט סיי פארלירט ער די אזוי וויכטיגע באגלייבטקייט, און אפי' אויב האט ער א געדרייטן צונג און קען דערציילן מעשיות און משלים, דאס וועט אים נישט העלפן אין ביזנעס צו מאכן סעילס.

דעריבער איז ויכטיג פאר א סעילסמאן צו געדענקען נקודה א' קען דיין פראדוקט, קען דיין סערוויס, ווייס וואס דו האסט, און וואס דו פארקויפסט, פארשטיי ווער דיין קאמפעטישן איז, און מיט וואס דו ווילסט אדער ביזט אנדערש, ווייל אז דו האסט נישט די קלארע ידיעות וועט זייער שווער זיין מצליח צו זיין, און עס קען שאדן פאר א וויכטיגע נושא ווי טראסט וואס ווערט נאכדעם א פראבלעם אפי' אויב גייט מען אין אן נייעם פעלד נאכדעם אריין, דער פלעק איז שווער אראפצונעמען.

און אז מ'רעדט שוין פון "ידיעה" איז דא נאך א גאר וויכטיגע נקודה ב' אין דעם נושא.

קען דיך אליינס. דאס הייסט ווייס ווער דו ביזט, נוץ דיינע לשונות וואס פאסן זיך אריין פאר דיר אין דיין מצב, און פרוביר נישט נאכצומאכן דעם אנדערן פראפעסיאנאלן סעילסמאן.

זייער אסאך סעילס לייט זענען פארנומען אויסצוהערן דרשות מיט פאדקעסטס איבער דעם פאך, און מ'הערט צומאל פון אזוינע וואס האבן מצליח געווען אין סעילס און זיי פארציילן די לשונות וואס זיי האבן גענוצט אדער טריקס אין דעם פראצעדור וואס זיי האבן גענוצט, און דער סעילסמאן וואס הערט זיך צו פארגעסט אוועקצוווארפן די שאלעכץ און נאר ארויסנעמען דעם עיקר.

די מעשיות וואס די רעדנער פארציילן זענען ע"פ רוב נישט געמאכט נאכצוטון, נאר ארויסצונעמען די טיעפערע כוונה פארוואס אזא טריק האט געארבייט, און פון דעם בויען אן אייגענעם מהלך מיט די אייגענע שפראך.

שטעלט אייך פאר ווען א אינגערמאן פון 20 יאר ווערט א נייער סעילסמאן אין א געוויסע אינדוסטריע, און ער קומט אריין צו די אלט געזעסענע בזנעס לייט זיי זאלן קויפן זיין פראדוקט. ביזנעס לייט קוקן קיינמאל נישט אראפ א אינגערמאן פאר זיין יאר גאנג, אדרבה עס איז דא א געוויסע רעספעקט פאר יונגע און ענערגישע מענטשן, אבער אויב דער אינגערמאן נעמט זיך רעדן ווי א אלט געזעסענער סעילסמאן, און פרובירט צו געבן דעם איינדרוק פן א יודע מחשבות, וועט ער פארלירן דעם רעספעקט זייער שנעל.

אין מיינע יונגע יארן איז איינס פון מיינע אויסזיכטן אין פרנסה געווען צו זיין א בדחן ביי חתונה'ס, איך האב טאקע געטון דאס פאר א זייטיגע זאך ביי משפחה וכדו', איך האב געהאט א שטיקל טאלאנט דערין, און ס'האט מיר אויסגעזעהן ווי עפעס וואס קען ברענגען שיין חיונה.

אבער ווען איך האב געדארפט זאגן וויצן ביי די חתונות האב איך נישט געהאט דעם מוהט עס צו טון, ווייל איך האב געקוקט וויאזוי איך זעה אויס ווען א 20 יעריגער אינגערמאן שטעלט זיך אויף פארציילן מעשיות געוויינליך פארציילט מען עס אויף זיך אליינס און אויפן שלום בית וכדו', און ווען אן עלטערער בדחן פארציילט אזוי איז עס זייער אינטערסאנט און קאמיש, אבער ווען א אינגערמאן וואס האט נאך נישט געעפנט די אויגן דערציילט עס קען עס אויסזעהן גאר נאריש. איך האב נישט געוואלט אזוי אויסזעהן, און דעריבער נישט געגאנגען ווייטער מיט דעם קאריערע.

דאס דערצייל איך צו ציען פעדימער צו אונזער שמועס איבער די צווייטע נקודה, א מענטש דארף זיך קענען און וויסן צו וואס ער טוט און וויאזוי ער טוט עס זעהט אויס פאלשער ווי עס מעג אויסזעהן א לעגאלער ליגנט...

וואס הייסט א לעגאלער ליגנט?

ווען א סעילסמאן איז אביסל מגזם, נישט די פראדוקט, נישט אז ער זאגט עפעס וואס איז נישט אמת, אבער ער איז מגזם אין די עמאציאנאלער חלק, ער פארציילט ווי שטארק צופרידן און ווי שטארק ער פריידט זיך וכדו' ער מאכט דעם שמועס אויסזעהן גאר גוטמוהטיג טראץ וואס ער איז אין אן אנדערן מצב ווי נאר ער פארלאזט דעם מיטינג. דאס קען שוין מיטגיין.

אבער ווען עס ווערט אן אומלעגאלער ליגנט, דאס הייסט ער אווער ריעקט, ער זעהט אפי' נישט אויס ווי ס'קען זיין אמת, פארלירט ער דעם גאנצן חן, און דעם סעיל ביינאזאם.

אלזא נקודה ב' איז "קען זיך אליינס גוט". פרוביר נישט יענעם נאכמאכן. נעם ארויס די מהלך און די סיבות צו יענעםס הצלחה און נוץ עס לויט דיינע מצבים צום בעסטן.

נאך איין זאך וואס איז וויכטיג ווען מ'רעדט פון ידיעה אין סעילס, איז דאס וויסן ווער דער קלייענטעל פאר דיין פראדוקט איז, און וואס זיי זענען.

צוויי חלקים וואס ליגן דערין, איינס איז דער באשלוס וואו און צו וועם דו וועסט דיך דארפן ווענדן ווען דו גייסט ארויס פארקויפן.

די צווייטע איז "וואס פארא סארט מענטשן זענען זיי".

דאס הייסט סיי איז וויכטיג דער ערשטער חלק וואס געוויינליך וועט דער בעה"ב פון די ביזנעס דאס שוין וויסן פון דעם שטאפל אין ביזנעס פלאנירונגען וואו דאס ווערט זייער קלאר אויסגעשמועסט ווער דער קונדשאפט פאר דעם פראדוקט איז.

אבער די צווייטע נקודה איז עפעס וואס א סתם בעה"ב האט נישט קיין אנונג דערין, און עס איז מער אויפן קאפ פון דעם סעילס מאן אליינס.

אויב פארקויפסטו א פראדוקט למשל פאר עלטערע אידן, דארפסטו אביסל זיך באקענען מיט די מהלכים וויאזוי די אידן נעמען אויף א סעיל, און וויאזוי צו רעדן און ממשיך זיין ביז דער סעיל ווערט געמאכט, עס איז נישט קיין גרויסער ארבייט אבער גאר א וויכטיגער ענין צו פארשטיין.

גיין פארקויפן דארט וואו קיינער קויפט נישט, אדער גיין דארט וואו מ'קויפט יא נאר מ'פארשטייט נישט דיין שפראך, איז ארויסגעווארפן צייט, און ברענט אויס דעם מענטש פריצייטיג.

אלזא נקודה ג' איז צו וויסן סיי ווער די קונדן וועלן זיין, און וויאזוי צו קאמיוניקירן מיט זיי.