יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ ראט און טאט
ארטיקלען

פרשת נח תשפ"ד

ראט און טאט · "דער שטיבל" · שנת תשפ"ד

א גוטן ווינטער טייערע לייענער, לאמיר האפן מ'האט אויסגעבעטן א גוט געבענטשט יאר, א שנת גאולה וישועה.

מיר וועלן אנהייבן די וואך צו שרייבן א ספעציעלע סעריע פאר די "סעילסלייט" אלעס ארום סעילס, וואס אסאך דערפון איז שטארק נוגע אויך פאר קליינע ביזנעס אייגענטומער'ס, און וועט האפנטליך אויך זיין אינטערסאנט פאר סתם מענטשן צו האבן א שטיקל בליק אין דעם פעלד וואס איז אזוי אייגנארטיג.

פאר מ'הייבט אן מוז מען פארשטיין אז "סעילס" איז עפעס וואס איז ממש דא אין יעדע ביזנעס אפי' אזא וואס האט נישט קיין אפיציעלע פאזיציע פון סעילסמאן.

דאס הייסט אפי' א מלמד, א משמש אין א שול, אדער א מגיד שיעור, אלע האבן ערגעץ א בארירונג מיט דעם גלאבאלן טערמין פון סעילס.

איינער פארקויפט פראדוקטן, א צווייטער פארקויפט סערוויסעס, און א דריטער פארקויפט זיך און זיין געניטשאפט, אבער יעדער דארף ערגעץ האבן א קונה אדער מקשיב וואס איז אינטערסירט אין וואס ער האט צו פארקויפן כדי מצליח צו זיין אין דעם ענין.

א מלמד קען זיין א פשוט'ער פארלערנער, אבער צו זיין א מוצלח, מוז ער אויך זיין א גוטער סעילסמאן, די קינדער און די עלטערן מוזן זיין צופרידן פון זיין ארבייט, און הנאה האבן פון זיין צוגאנג, טראץ וואס אפשר וועט ער בלייבן א מלמד יארן לאנג אפי' אויב ער האט נישט דעם טאלאנט, וועט ער זיכער זיין א בעסערער מלמד ווען ער האט עס יא.

דעריבער איז וויכטיג פאר יעדן צו פארשטיין אביסל די יסודות פון סעילס אין יעדן הינזיכט.

לאמיר קודם אויסשמועסן אפאר געדאנקען, וואס זענען נישט נאר טעאריש וויכטיג, נאר פאקטיש וויכטיג צו פארשטיין און ארייננעמען.

צו פארקויפן פאר איינעם סיי וואס, מוז זיין א סיבה וואס זאל יענעם שטופן דערצו, אמאל קומט עס פון א ריכטיגע צורך וואס דער מענטש האט, און ער מוז פשוט האבן דעם חפץ אדער סערוויס, קיינער מוז אים נישט זאגן אז ער דארף עס, און דער מענטש וועט עס אפיר זוכן און קויפן.

אין אזוינע פעלער, ווי למשל עסן און אנדערע וויכטיגע לעבנס מיטלען, וועט דער פארקויפער סך הכל מוזן ארויסשטעלן זיינע פראדוקטן אויף א פלאץ וואו מ'קען עס טרעפן לייכט, און אויב איז דא א קאמפעטישן וועט ער שוין אויך מוזן ארבייטן אז ער זאל מיט עפעס זיין בעסער, און אזוי ארבייט ער אויפן סעיל.

(פארשטייט זיך אז מיר וועלן פרובירן צו רעדן מער אויב וועט זיין א פארלאנג אויף א ספעציפישן קאטאגאריע אין סעילס, אבער דא קודם לאמיר זיך פארשטיין פון אויבן אויף וויאזוי עס ארבייט)

דערנאך קומען די פראדוקטן אדער סערוויסעס וואס זענען א צורך, אבער אפשר נישט יעדן טאג, אדער מ'קען זיך באגיין אנע דעם, ביי די סארט פראדוקטן און סערוויסעס, דארף דער סעילסמאן אדער ביזנעס מאן אויך מאכן נאך א ארבייט פון דערמאנען דעם קאנסומער איבער די וויכטיגקייט, און דא קומט שוין אריין אביסל די חכמה פון קענען מאכן דעם מענטש זעהן און שפירן אדער טראכטן איבער א באדערפעניש וואס אפי' עס איז יעצט נישט שייך, קען ער עס אים אויסמאלן גענוג גוט ער זאל פארשטיין פארוואס ער דארף עס.

און דערנאך דארף דער סעילסמאן קענען טון די פריערדערמאנטע שריט פון מאכן זיכער אז מ'נעמט ביי אים דעם פראדוקט.

דערנאך זענען דא זאכן וואס זענען בכלל נישט קיין צורך, און דער פשוט'ער המון עם וועט אפי' נישט טראכטן פון קויפן אדער צאלן געלט דערפאר, און דאס זענען די לוקסוס פראדוקטן אדער סערוויסעס וואס מ'דארף האבן גענוג געלט און נישט האבן וואס צו טון מיטן געלט צו וועלן קויפן.

(אויב וועט אויסקומען וועל מיר באשרייבן אפאר אזוינע קאמפאני'ס וואס מאכן גרויס געלט נאר פון אזוינע סערוויסעס)

דארט איז די חכמה צו מאכן דעם ספעציפישן קלייענטעל חלומ'ן און באמת גלוסטן פאר די איבעריגע מותרות אויף א וועג וואס איז מורא'דיג שווער צו עררייכן, אבער די וואס טוען עס גוט די קומען אן גאר ווייט, ווייל דארט איז דא טיעפע טאשן, און די צאלער'ס זענען נישט קיין פענני ציילערס, זיי רעכענען נישט דעם פרייז בכלל, זיי קוקן נאר אויב דאס וועט זיי ברענגען א עקסטערע הנאה.

און דא קומט אריין די נושא פון "ברענדס" וואס מענטשן צאלן עקסטער אפי' דאפלט, צו האבן א ברענד וואס זיי מוזן פשוט האבן ווייל די קאמפאני האט באוויזן צו הייבן דעם גלוסטעניש צו זיין א חלק פון די עליטע פון פאלק וואס האבן דעם פראדוקט.

יעצט לאמיר רעדן פון דעם עצם "סעילס פראסעס" דאס הייסט דעם פראצעדור פון א סעיל, און מיר וועלן עס צענעמען נאכדעם אין קלענער געלט. און נאכדעם וועל מיר רעדן פון די "אקטיוויטעטן פראצעדור" וויאזוי מ'קומט אן צו דעם קליענט און וויאזוי מ'מאכט דעם סעיל.

באשאפן אדער טרעפן א באדערפעניש, א צורך.

פארשטיין דעם חסרון, דעם פראבלעם וואס ווערט געדעקט דורך דעם פראדוקט אדער סערוויס וואס איך פארקויף.

ריכטיג פארשטיין ווער זענען די מארקעטס וואס ווערן אפעקטירט דערפון אדער וועלן דאס די מערסטע דארפן.

פארשטיין דעם פראדוקט פונקטליך וואס דאס טוט און וואס דאס ברענגט צו פארבעסערן דעם קליענטס לעבן אין דעם ספעציפישן פראבלעם.

קלאר וויסן וויאזוי דאס איבערצוגעבן און וויאזוי מסביר צו זיין.

לאמיר נעמען די גאפל שפיצן וואס מיר האבן דא דערמאנט, און מרחיב זיין אביסל.

באשאפן אדער טרעפן א באדערפעניש, דהיינו?

למשל אויב וויל איך פארקויפן א גוטן סארט ווייטאמין וואס העלפט מענטשן האבן א גוטן שטימונג און הייבן זייער מוהט איבערן טאג. (וואו טרעפט מען דאס?)

איך קען ארום גיין און זאגן פאר מענטשן אז איך האב א ווייטאמין וואס העלפט מאכן א גוטע שטימונג, און איך וועל נישט פארקויפן קיין שטיקל,

אבער אויב וועל איך קלאר רעדן איבער דעם פראבלעם, ווי למשל: מענטשן ליידן פון דעפרעסיע אדער אנגעצויגנקייט, וואס דאס ברענגט זיי צו וכו' וכו' און דאס איז א גרויסער באקאנטער פראבלעם, און מענטשן ווייסן נישט וויאזוי אומצוגיין דערמיט.

און איך האב דא א פראדוקט וואס העלפט מיט דעם.

אה דאס מאכט שוין טראכטן.

פארשטייט זיך אז איך מוז קענען מאכן מענטשן טראכטן אזוי, און גלייבן אז מיין סאלושן איז די ריכטיגע, אבער דאס איז שוין א ווייטערדיגער שטאפל אין אונזער שמועס, אבער דער ענין מוז קודם ביי מיר זיין זייער קלאר: וואס איז די פראבלעם? און מיט וואס העלף איך דעם פראבלעם? אויב קען איך דאס מיר אליינס נישט מסביר זיין, וועל איך נישט קענען מסביר זיין פאר אנדערע בשום אופן.

אין יעדע פראדוקט און סערוויס איז דא א געוויסע קליענטעל וואס זענען די מערסטע אדער דארפן ווען זיין די מערסטע אינטערסירט דערין.

דאס הייסט איך דארף באמת פארשטיין ווער זענען די מענטשן וואס האבן די פאלגענדע כאראקטערס צו וועם איך זאל גיין:

זיי דארפן וויכטיג דעם פראדוקט

זיי האבן נישט וואו צו קויפן, אדער וואו דאס צו באקומען פאר די פרייז אדער קוואליטעט וואס איך קען צושטעלן

די פרייז וואס איך בעט דערפאר איז וואס זיי קענען באצאלן

זיי זענען אין א פאזיציע צו מאכן דעם באשלוס און דארפן נישט אנקומען צו אנדערע זיי דאס צו ערלויבן צו קויפן. (למשל: אויב דאס איז א פראדוקט פאר קינדער, וועל איך נישט רעדן צו די קינדער, זיי קענען נישט קויפן, איך וועל אפשר מאכן אז זיי זאלן רעדן דערפון מיט אייפער אז די עלטערן זאלן עס וועלן, אבער דאס איז נאר נאך א טריק צו אנקומען צו דעם וואס מאכט די באשלוסן, די עלטערן)

איך מוז אויך פארשטיין פונקטליך וואס דער פראדוקט טוט און פארוואס דאס ארבייט,

למשל ווען איך פארקויף עסן מוז איך נישט מסביר זיין פארוואס מ'דארף עס, טראץ וואס אפי דארט פעלט אויס מ'זאל עס פארשטיין, אבער דער מענטש ווערט שוין געבוירן מיט די הבנה דערצו.

אבער ווען דער פראדוקט איז עפעס וואס איז נישט אזוי קלאר, מוז איך זיין זיכער אז איך האב א קלארקייט דערין.

און פארשטייט זיך אליינס אז איך מוז אויך האבן א קלארקייט וויאזוי דאס איבערצוגעבן מיט גרינגע און קלארע טערמינען, נישט טיעף און קאמפליצירט.

אלזא אויב זענט איר אין סעילס אדער א קליינע ביזנעס אייגענטומער, קוקט גוט איבער וואס מיר האבן געשריבן, און זעהט צו איר האט די אלע ידיעות איינגעפלאנצט ביי אייך אויף א שטארקן אופן, און אדרבה שיקט אריין פראגן און קאמענטארן,

מיר וועלן האפנטליך אין קומענדיגע ארטיקלעך שרייבן אויפן עצם סעילס פראצעדור מער אין דעטאלן.

א גוט שבת