יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ ראט און טאט
ארטיקלען

ביזנעס נאך ימים טובים

ראט און טאט · "דער שטיבל" · פרשת בראשית תשפ"ד

שלום עליכם טייערע אידן, א לעכטיגן ווארימען ווינטער, מ'איז ארויס פון די הייליגע טעג, מ'נידערט אראפ פון די ספערן, מ'קומט צוריק צו דעם אלטן רוטין פון דארפן ברענגען פרנסה אין שטוב, מ'קערט זיך צוריק אין די געשעפטן, און אין די מסחרים, מיט די האפענונג אז מ'האט געפועל'ט א לעכטיג זיס יאר.

דער חילוק צווישן אן ערליכן אידישן ביזנעס מאן און א גוי איז דאך זייער קלאר אין אזויפיל וועגן, אבער איינע פון די שוועריגקייטן וואס מיר טוען דערמיט זיך ספראווען מיט שטאלץ איז די פולקאמע אפשטעל פון די געשעפטן ווען עס קומען די הייליגע טעג און די ימים טובים, א זאך וואס דער גוי האט קיינמאל נישט, טראץ וואס ער האט אויך אזוי גערופענע האלידעיס, איז ער קיינמאל נישט באמת אויסגעשאלטערט פון זיין ביזנעס אויף אן פארנעם ווי דער חסידישער אינגערמאן.

וואס דאס ברענגט צומאל פארשידענע שוועריגקייטן אינעם צוריק אריינקומען אין די ביזנעס, וואס פון דעם וויל איך היינט רעדן. מיר האבן שוין גערעדט אביסל דערפון נאך פסח פארגאנגענעם יאר, אבער אלס איז דא פלאץ צו איבערשמועסן ווען ס'איז מענינא דיומא.

דער ענין איז אויך שייך ווען מ'קומט צוריק פון א וואקאציע אדער נאכן זיין פארנומען מיט א לענגערע שמחה ווי חתונה מאכן א קינד און דאס גלייכן, אלעמאל ווען דער מענטש קומט צוריק צו די געשעפטן זענען דא שטערונגען וואס פארלאנגזאמען דאס צוריק קערן צום רוטין.

איך דערמאן זיך די צייטן ווען מ'פלעגט אנצינדן דעם מאטאר פון קאר יעדן צופרי אין די ווינטער טעג און דארפן ווארטן אפאר מינוט אז דער קאר זאל זיך אנווארימען, יא די היינטיגע דרייווער וואס זענען פון נייעם דור ווייסן נישט אז מ'פלעגט נישט קענען סתם אנהייבן פארן נאך א קאלטע נאכט, מ'פלעגט זארגפול קוקן אויפן ווייזערל ווען ס'הייבט זיך אביסל אז דער מאטאר איז שוין ווארים, און הערשט דעמאלס האט מען געקענט אנהייבן פארן.

א ווינטער צופרי לויפן אין די ארבייט האט אלס פארלאנגט עקסטערע 5 מינוט פארן אנווארימען די קאר, און דאס איז געווען א חלק פון דעם לעבן, היינט מיין איך עכ"פ איז שוין זעלטן דא אזא זאך אז מ'זאל דאס מוזן טון. אבער צו אונזער נמשל, דאס איז וואס פאסירט מיטן מענטש, דער בלוט פלוס פון די ביזנעס, די געלויף, אלעס ווערט אפגעשטעלט, און עס נעמט אוויילע צוריק אנצוצינדן.

דאס פאר זיך איז נישט קיין פראבלעם, יעדער ווייסט אז ס'איז אזוי, און מ'לאזט דעם קאר ווארימען.

צוריק צום קאר, ווען עס פלעגט זיין אין א זומער טאג א הייסער זומער טאג, אויב מ'האט אנגעצינדן די קאר און ס'האט געמאכט קונצן, נישט געווען ווארים, דער ווייזערל איז נישט געווען וואו ס'וואלט געברויכט זיין, אדער דער מאטאר האט זיך נישט גלייך אנגעצינדן, איז מען שוין געשטאנען ביי ר' שלמה לייב פרידריך אין ריפעיר-שאפ איבערקוקן וואס דער פראבלעם מיטן קאר איז, און אין אנגסט האבן פילע ממש געשעדיגט אליינס דעם קאר דורך פרובירן אליינס אויסצוגעפינען דעם פראבלעם.

דער גאנצער חילוק צווישן ווינטער און זומער איז געווען אז די ערווארטעטע פראבלעם פון ווארימען דעם קאר איז געווען עפעס וואס האט נישט באזארגט, אבער אין זומער ווען עס איז געווען אומערווארטעט האט דאס שוין געברענגט אנדערע פראבלעמען אויך.

פיל מאל ווען מ'קומט צוריק אין דער ארבייט, מ'דארף צוריק אנצינדן דעם מאטאר הייבט מען אן דרוקן אלע ציינדעלעך אויפן מאשין ווייל מ'שפירט אז עפעס טויג נישט, עס איז נישט די זעלבע, און מ'ווערט באזארגט, און צומאל טוט מען אומטויגליכע שריט וואס ברענגען נישט גוטע רעזולטאטן, אלעס ווייל מ'פארגעסט אז ס'איז געווען א לאנגער ווינטער נאכט און די מאשין דארף זיך ווארימען.

אין קורצן: ווען איר קומט צוריק אין די ארבייט, ווערט נישט איבערגענומען פון די קורצטערמיניגע שוועריגקייטן, די שטייטערע אדער שטילערע געלויף פון געשעפט, זאכן וועלן זיך אויסגראדן, אויב...

... אויב איר וועט נישט טון איבערגעאיילטע שריט, און פארשטיין וואס דער פראבלעם איז.

די צווייטע נקודה צו געדענקען און איבערחזר'ן איז וויאזוי הייבט מען באמת אן א געזונטע און שטארקע ביזנעס טאג, וואך, חודש, נאך אזא תקופה.

די געוויינליכע ביזנעס ווערט צעטיילט אין צוויי חלקים, עס זענען דא די קאנטראלירבארע חלקים און די אומקאנטראלירבארע.

לאמיר נעמען א דוגמא:

איך קום אריין אין אפיס אסרו חג, און איך עפן דעם אימעיל אינבאקס, עס ליגן דארט בערך 600 אומגעליינטע אימעילס, פילע דערפון זענען די געווענליכע ספעם וואס מ'מעקט אויס, און פילע זענען ביללס אדער אנדערע וויכטיגערע מודעות וואס פעלן יא אויס, אבער די אלע זאכן ווען מ'קוקט זיי איבער און באהאנדלט זיי, זענען אומקאנטראלירבאר, דאס הייסט אז דער מענטש גייט אריין אין אויטא פילאט, ער קוקט איבער די אימעיל'ס און טוט וואס ער האט צו טון.

עס איז א שטייגער ווי דער אימעיל אינבאקס איז דער שר וואס גיבט ארויס זיינע באפעלן פארן עבד, און דער מענטש פירט עס אויס.

איר דארפט געדענקען אז א סתם ארבייטער וועלכער האט נישט אליינס א ביזנעס האט נישט די פראבלעמען בכלל, ווייל ער קומט אריין אין געשעפט און ווערט באפוילן וואס צו טון, און ער איז אויך אין א געוויסן זין נישט אין זיין אייגענע קאנטראל, וואס דערפאר איז דער גאנצער פרעשור פון אנהייבן פון דאסניי נישט זיין עסק.

דאס זעלבע איז אפי' דער בעה"ב ווען ער גיבט זיך אפ מיט די זאכן וואס ער קאנטראלירט נישט, ער איז פונקט ווי אן ארבייטער וועלכער פאלגט אויס וואס ער ווערט באפוילן צו טון.

נאכדעם זענען דא די קאנטראלירבארע זאכן ווי למשל מאכן וויכטיגע באשלוסן, אנרופן ווענדארס, מאכן סעילס, צוריק גיין אין שוואונג פון געשעפט.

דא קומט שוין יא אריין אביסל מער מחשבה אין אזא זמן.

דאס הייסט אז אנשטאט צו לויפן אויף הייסע אויל, און זיך דערמאנען הונדערט זאכן וואס מ'וויל אדער דארף אדער מוז טון און אנהייבן אנצושטעלן אלע טעפ אויפן פייער צוזאם, וואס דאס איז גורם צו עגמת נפש אסאך מאל, איז די מערסטע ווירקזאמער מיטל זיך אראפצוזעצן מיט די סטעף אדער שותפים אדער וויכטיגע ארבייטער, און צוזאמען איבערגיין פאר א האלבע שעה אדער א שעה וואס עס ליגט אויפן אגענדע, און וואס מ'דארף פריאריטאזירן.

דאס איז אייביג וויכטיג צו טון וועכנטליך אדער חודש'ליך אדער אנדערע באשטימטע זמנים הכל כפי המצב, אבער אין אזא צייט איז עס קריטיש וויכטיג.

איך האב שוין אמאל געשריבן איבער איינע פון די גאר בעסטע עקסערסייזעס וואס איך רעקאמענדיר פאר מיינע קליענטן אדער סעילסלייט, און אזוי אויך פאר ביזנעס לייט: די עקזעקיוטיוו מאמענט

דאס ווערט אנגערופן אין די וועלט פון ביזנעס א "ברעין דאמפ" דאס הייסט א באשטימטע צייט ווען מ'ליידיגט אפ דעם מח פון אלעם, און עס שטעלט קלאר דעם געוויסן און מ'קען געהעריג ארבייטן.

לאמיר עס נאכאמאל אויפברענגען ווייל אפי' די וואס טוען עס נישט יעדן טאג ווי רעקאמענדירט, איז עס אין אזא צייט גאר וויכטיג צו טון.

צופרי איידער מ'הייבט אן די ארבייט נעמט מען א ליידיגן פאפיר אדער א עקסעל פייל וואס אימער מ'איז מער באקוועם, און די נקודה איז זיין באקוועם, עס איז נישט עפעס וואס מ'לייגט אוועק, נאר פאר היינט.

(איך נוץ שוין היינט אן אייגן געמאכטן פראגראם פאר דעם וואס האט געוויסע בענעפיטן, אבער דער געדאנק איז דער זעלבער)

מ'לייגט אין דעם אריין אלע אלע זאכן וואס מ'דארף ערלעדיגן, היינט מארגן אדער אן קיין באשטימטע צייט, ס'הייסט אלעס וואס דרוקט אויפן מח, אנשטאט עס צו לאזן אין קעמערל לייגט מען עס מיט טינט אויף פאפיר, און דאס מאכט אז דער מח באקומט א געפיהל ווי די זאכן ווערן קעיר גענומען, און עס גיבט באמת קלארקייט, עס ווערט א נייער מח, גרייט פארן קומענדיגן טאג.

(אויב וועט אויספעלן וועל מיר מאריך זיין אין דעם עקסערסייז מיט מער דעטאלן, דא וויל איך עס נאר דערמאנען אויפן שפיץ גאפל)

די אלע מחשבות, די אלע מח מוטשענישן וואס פאלט אריין ביי די הקפות אדער חול המועד אפי' וואס מ'דערמאנט זיך אז מ'דארף טון און מ'האפט נישט צו פארגעסן, דאס אלעס ליגט ערגעץ אין מח און מוטשעט. מ'נעמט אראפ א האלבע שעה און מ'גיסט זיי אויס אויפן פאפיר.

דאס איז איינס פון די זאכן וואס איז זייער וויכטיג צו טון ווען מ'קומט צוריק נאך א לענגערע פאזע.

נאך א גאר וויכטיגע זאך, בפרט פאר די וואס האבן ארבייטער, איז דאס אריינברענגען א פאזיטיווע אטמאספערע אין די ארבייטס פלעצער, מענשטן קומען צוריק פון זיין מיט די פאמיליע פאר א לאנגע צייט, פאר מאנכע גלוסט זיך בכלל נישט דער צוריק קער צום רעאליטעט, און ווען א בעה"ב קומט אריין אנגעבלאזן און צוגעלייגט, ווערט דאס גראד אריבערגעליפערט צום גאנצן לופט קוואליטעט, און עס ווערט פארפעסטעט.

א שמייכל, א גוט ווארט, א פראגע איבערן יו"ט, א אינטערעסע אין די ארבייטער'ס וואוילזיין, גייט א לאנגע וועג פאר די הצלחה פון א ביזנעס.

לאמיר אייך נישט שטערן פאר צו לאנג. צוריק צו דער ארבייט, און האט אסאך הצלחה.