יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ ראט און טאט
ארטיקלען

סוכות תשפ"ג

ראט און טאט · "דער שטיבל" · שנת תשפ"ג

עס ווערט ב"ה גרינגער און גרינגער צו פארשטיין וואס די לייענער ווילן מ'זאל שרייבן, אלס א דאנק די וואס שיקן אריין אדער רופן אריין מיט קאמענטארן. א יישר כח פאר די אלע, און א גוט געבענטשט יאר פאר אלע לייענער.

לאמיר לכבוד דעם יו"ט סוכות אביסל פארקירעווען פון דעם רוטין, און רעדן אביסל איבער "סיעזאנעל ביזנעס".

דאס הייסט אזוינע ביזנעסער וואס איבערן יאר זענען אדער פארשלאפן, אדער אינגאנצן נישט שייך, אבער אין א סעזאן איז דער צייט ווען ער מוז אריינברענגען דאס גאנצע געלט.

אזא סארט ביזנעס איז גאר שווער און דעליקאט פון איין זייט, און פון די אנדערע זייט האט עס געוויסע בענעפיטן וואס 'מקען נישט אוועק מאכן.

לאמיר נעמען פאר אן ביישפיל "אתרוגים".

כמעט נישט דא נאך אזא ביזנעס וואס אלעס שפילט זיך אויס אין 10 טעג אדער ווייניגער. פארשטייט זיך אז מיר אלע ווייסן אז די גוטע סוחרים ארבייטן וואכן און חדשים בעפאר דער סעזאן הייבט זיך אן צום גדלי', און דערפאר האפן זיי אריינצולייזן גענוג געלט אז ס'זאל האבן געלוינט די שווערע ארבייט.

די בענעפיטן פון א סעזאן איז אז "יעדער דארף א אתרוג", און מ'דארף נישט מאכן קיין שום מארקעטינג מסביר צו זיין פארן ציבור פארוואס א אתרוג איז וויכטיג.

איר וועט קיינמאל נישט זעהן א עד וואס פארציילט דאס גרויסקייט פון שאקלען לולב.

אלע עד'ס לויפן ארום די "קאמפעטישאן" שפיל וואס גייט אין ביזנעס נאטורליך. דאס הייסט אז די מעסעדזש איז בערך אזוי:

איר דארפט דאך א אתרוג, פרעג מיך נישט פארוואס, דו ווייסט אליינס. נאר וואו צו קויפן דאס וויל איך דיר זאגן אז ביי מיר איז בעסער ווייל . . .

און דא נוצט יעדער זיין פארטל, איינער די פרייז, א צווייטער די סערוויס, א דריטער די הכשר, און אזוי ווייטער.

געדענקט אז איך נוץ דאס אלס א פאסיגע משל, און מיר וועלן באלד אוועק קוקן פון דעם און רעדן פון אנדערע סעזאנעל ביזנעסער. אבער לאמיר נאך א מינוט רעדן פון דעם אתרוגים מארקעט.

עס איז גאר אינטערסאנט צו זעהן, עפעס וואס אמאל איז נישט געווען אין דעם מארקעט, און אלעס ווייל די אידישע גאס ווערט מער און מער ביזנעסדיג געשטימט,

אמאל איז געווען דאס מערסטע וואס מ'האט געזעהן אין אתרוגים עד'ס, די נאמען פון דעם פארקויפער, און ווי פארלעסליך ער איז, ווי אויך דאס פלאץ און די צייט וואו מ'קען קויפן. א שורה אדער צוויי איבער די שיינקייט אדער ריינקייט פון די סחורה, און מיט דעם איז דער עדווערטייזמענט געווען ערגענצט.

היינט זעהט מען שוין די גרעסערע סוחרים ארבייטן חדשים פריער אויף די מארקעטינג, מ'ברענגט פארשידענע נייעסער, מ'מאכט אינטערוויו'ס, מ'ווייזט בילדער וכדו', טיילווייז ווייל היינט איז א גרעסערער מארקעט פון ביכלעך און אויסגאבעס און אנדערע מידיא אויסשטעלערייען אין די חרדי'שע וועלט, און זיי זיכן פרנסה.

אבער אויך ווייל די סוחרים ווערן מער און מער אויסגעקאכט אין דעם מהלך פון ביזנעס, פון וואס מיר וועלן רעדן דא.

איין מינוט נאך, אמאל פלעגן רוב סוחרים זיין ווי פעדלער'ס פארן גרויסן סוחר, געווען אפאר גרויסע סוחרים וואס האבן פארקויפט פאר אלע קלענערע, און אזוי האט יעדער הנאה געהאט פון דעם אתרוגים רעדל וואס דרייט זיך, כלל ישראל האט געהאט אתרוגים, כולל אינגעלייט האבן געהאט אויף יום טוב צו מאכן, און די סוחרים האבן געהאט אמאל עשירות און אמאל א ברייטע פרנסה, ווענדט זיך שוין וואס מ'וויל עס רופן.

היינט זעהט מען מער און מער קליינע סוחרים, דאס הייסט אזוינע אידן וואס איבערן יאר זענען זיי נישט די סארט ואוס מ'וואלט אויף זיי געטייטלט אלס סוחרים, אבער פון דעסטוועגן נעמען זיי די אמביציעס צו א הויכן פלאץ און טוען היינט אליינס וואס אמאל האט זיך דער קליינער סוחר נישט געוואגט צו טון.

ווען איך זאג "קליין" מיין איך נישט ח"ו צו אינטערמינעווען קיינעם, איך האף אז מ'ליינט דאס ריכטיג, איך רעד פון סוחרים וואס האבן זיך אריינגעשארט אין די מארקעט נישט מיט א ברענד אלס אתרוגים סוחרים פון יארן לאנג וכדו'.

אלזא וואס איז טאקע דער חילוק פון "קליין, און גרויס" אין די ביזנעס פון אתרוגים? און האפנטליך וועל מיר ציען פאראלעל פון דעם צו אנדערע סעזאנעל ביזנעסער.

דער גרעסטער חילוק איז דאס גלייבן אז מ'קען עס באווייזן אדער נישט.

דאס הייסט די קלענערע סוחרים, וועלכע האבן נאך מורא אביסל אז אפשר וועט זיך ענדיגן די סעזאן און זיי וועלן ארויסגיין מיט א פארלוסט, זיי נעמען אן גאר א קאנסערוואטיווע וועג פון פארקויפן, סיי אין די שפענדונגען פון מארקעטינג, און אזוי מיט אלע אנדערע הוצאות.

זיי רעכענען בערך ווייפל זיי שאצן אז זיי קענען פארקויפן, און זיי רעכענען דאס אדער באזירט אויף פאראיאר, וויפיל קונדן זיי האבן געהאט, און וואספארא סחורה איז געגאנגען, און זיי פרובירן זיך צו האלטן אין די ראנגען אפשר אביסל מער צו אויסציען די מעגליכקייטן, אבער גאר פארזיכטיג.

אויב איז ער א נייער סוחר וועט ער מער אדער ווייניגער רעכענען לויט זיין טעלעפאן בוך, ער וועט קוקן דערין פון וויפיל מענטשן ער קען ערווארטן זיי זאלן אפי' פרובירן קויפן ביי אים, און אזוי וועט ער באשלוסן וויפיל ער מעג שפענדן דערויף.

ווען ער קויפט די סחורה פון דעם גרעסערן סוחר אויף האלסעיל, ווייל ער איז נאך ניי, פרובירט ער (און אסאך פון זיי זייער סוקסעספול) צו וויזן אז ער האט א גוטן "טעלעפאן בוך" ער ווייזט אז ער קען פארקויפן פון די גאר גוטע סחורה.

ווייל מ'דארף געדענקען אז די אלע אידן האבן געקויפט אתרוגים פאר איאר אויך, און עס איז אסאך ארבייט אריבער צו שלעפן איינעם וואס איז שוין געוואוינט צו קויפן אויף איין פלאץ צו גיין צו א צווייטן סתם ווייל מ'איז גוטע פריינט.

(מ'קען רעדן פון דעם א לאנגע ארטיקל וויאזוי דאס ארבייט טאקע אבער נישט דאס איז די נושא פאר היינט)

אבער צוריק צו די נושא. די צוויי סארט סוחרים, און ווייטער נאר אלס א משל.

סוחר א' איז דא פאר א גאר געוואגטן ציהל, אנצוקומען צום סוקסעס, ער וויל נישט סתם קאווערן זיין ימים טובים בילל, ער וויל האבן פרנסה פון דא אויף א גאנץ יאר.

ער ארבייט טאקע שווער פאר דעם, ער ארבייט נישט נאר די 10 טעג פון דעם סיזאן, ער איז פארנומען רוב יאר מיט די פלענער און גרייטונגען. ער לייגט אריין גאר אסאך געלט מח און צייט, און אזוי ווען די סעזאן איז דא איז עס ביי אים מער ווי א "ענדע סעזאן".

סוחר ב' איז איינער וואס קומט אריין עטוואס מער פארזיכטיג, ער זוכט צו מאכן פארשטייט זיך ווי מער, אבער ער איז בעיקר מער באזארגט "נישט צו דערלייגן" און ארויסגיין מיט עפעס ריוח.

עס דערקענט זיך אויף זיין גאנצן מהלך, ער ווערט פארנומען מיט אתרוגים ווען ער ענדיגט זיין יערליכן תפקיד צו איז עס אויף אן אנדערן דזשאב, אדער גאר כולל, ער טוט וואס ער קען צו ברענגען די בעסטע סחורה פאר זיינע קליענטן, און מ'מוז זאגן אז ס'איז דא אסאך פון די סוחרים וואס טוען א גאר גוטן ארבייט אין סערוויס און אין פרייזן וכדו'. אבער דאס איז זייער מהלך, זיי ארבייטן אפאר טאג פון יאר צו מאכן אביסל מער ווי געוויינליך אויף די שעה.

ביידע מהלכים ארבייטן, און ביידע ארבייטן פונקטליך וויאזוי עס איז אויסגעשטעלט מעיקרא.

דאס הייסט אז דער סוחר א' וואס ארבייט שווער א גאנץ יאר און לייגט אריין געלט, ער נעמט טאקע ריסק, ער דארף שאפן געלטער און אזוי ווייטער, אבער געוויינליך איז דאס גאר שטארק קענבאר אויף זיינע תוצאות.

סוחר ב' טוט וואס ער דארף טון, אבער ער קומט אריין אינעם סעזאן צוזאמען מיט די קליענטן, ער איז נישטא געווען בעפאר דער סעזאן האט זיך אנגעהויבן, און ער איז טאקע שיין מצליח, אבער מ'רעדט פון אן אנדערן סארט הצלחה.

איך וויל דאס נישט מאכן פאר קיין אתרוגים סעסיע, הגם איך אליינס בין געווען א אתרוג סוחר פאר עטליכע יאר, אויסער דעם וואס מיין משפחה איז אין די ביזנעס, מיין זיידע ע"ה פלעגט פארקויפן אתרוגים אלע יארן, און פון דעם איז היינט ארויסגעוואקסן די באקאנטע "שווארטץ אתרוגים" אבער איך וויל נאר פון דא יעצט ציען א שטיקל דוגמא צו סתם סעזאנעל ביזנעס.

אין דעם יו"ט סוכות זעהן מיר אזוי ווי ביי אנדערע סעזאנען אז עס זענען אויך דא אנדערע וואס דער סעזאן איז פאר זיי גאר א שטארקער שטופ אין ביזנעס, טראץ וואס זיי זענען אין ביזנעס א גאנץ יאר אויך, אנדערש ווי די אתרוגים סוחרים.

למשל די האלץ סוחרים, זיי זענען אין ביזנעס פאר סוכות און נאך סוכות, אבער זיי האבן א שטיקל הייב אין ביזנעס בעפאר סוכות ווען דער עולם קויפט צו בויען די סוכות.

דארט איז אויך גאר אינטערסאנט צו זעהן אז דאס אנגרייטן צום סעזאן איז א גרויסער מכריע איבער ווער ס'וועט האבן א אויבערהאנט אינעם מארקעט.

די וואס לייגן אריין א גרויסן כח בעפאר דעם סעזאן קומען אריין גאר שטארק, און ווייטער זענען דא די וואס מאכן געלט אויף אנדערע פלעצער און סוכות איז נישט זייער זאך וואו זיי קומען שטארק כאטש זיי פארקויפן אויך דעם זעלבן פראדוקט.

פארוואס איינער טוט אזוי און איינער אזוי, אמאל איז עס ווייל אזוי ווילן זיי, און זייער ביזנעס איז אנדערש אויסגעשטעלט, לאמיר זאגן ענדערשט פאר קאנסטרוקציע ווי צו דארפן זיך ספראווען מסביר צו זיין פאר אינגעלייט וואס די רינדיגע אייזן איז און וויאזוי מ'נוצט עס.

און קען זיין אז אמאל איז עס פשוט א טעות, און זיי כאפן זיך נישט אז זיי וואלטן יא געקענט אריינשארן א גוטן אפויטעקע אין דעם געשעפט, אבער זיי האבן מיך נישט געפרעגט וועל איך זיי נישט געבן קיין אומזיסטע עדווייז.

לאמיר מסכם זיין די משלים, און קומען צום אויספיהר.

מ'זעהט מענטשן וואס האבן עמעזאן ביזנעסער, אדער אנדערע געשעפטן וואס זענען גאר שטארק סעזאנעל, ס'הייסט זיי פארקויפן עפעס וואס האט מיט א סעזאן.

זענען דא אזוינע וואס וועלן טון דערצו, פשוט ווייל זיי האבן נישט קיין אנדערן סעזאן, פונקט ווי דער אתרוג סוחר קען אגאנץ יאר נישט פארקויפן קיין אתרוגים מער ווי פאר פופציג צענט צום קאמפאוט, קען דער ביזנעס נישט אנגיין אנעם סעזאן, און מ'זעהט טאקע אז זיי ארבייטן שווער, און גענוג צייטליך, און נאר אזוי קומט מען אן.

ווידעראום די וואס האבן יא ביזנעס אגאנץ יאר, נאר אינעם סעזאן קען מען ווען מאכן היבש מער, דארט זעהט מען דעם גרויסן דורכפאל פון מאנכע וואס זענען פארנומען מיטן טאג טעגליכן און פארזעהען דעם געלעגנהייט.

קומט אויס אז עס זענען דא פון אלע סארט סעזאנעל ביזנעס לייט.

די וואס גרייטן זיך צום סעזאן מיט א שטארקן קראפט, און זענען גרייט אריינצולייגן געלט און מיה ווייל זיי ווייסן אז כדי צו קענען ארויס נעמען די מאקסימום מוז מען אריינלייגן די מאקסימום.

די וואס גרייטן זיך נישט, אבער זיי "לאזן" מ'זאל ביי זיי איינקויפן, און זיי וועלן אפשר אביסל טון דערצו אבער נישט קיין סאך, און מ'זעהט טאקע די רעזאלטאטן ע"פ רוב.

יעדער פירט די געשעפטן אויף זיין שטייגער, און מיר טיילן קיינעם נישט קיין דיעות. אבער דא ביים סעזאנעל ביזנעס איז וויכטיג צו געדענקען דעם כלל וואס איך זאג אלס.

"אויב יעדער קויפט סיי ווי, איז אסאך גרינגער זיי צו ברענגען צו קויפן ביי דיר"

אין אזא צייט איז ווערט צו רעדן מיט מארקעטערס אדער עקספערטן וויאזוי ארויסצונעמען די מאקסימום.

א כשר'ן פרייליכן יו"ט