איך וויל פארקירעווען אביסל דעם שמועס, און אריינגיין אין א נושא וואס לעצטנס האב איך געהאט אסאך שייכות מיט מענטשן וואס האבן געדארפט הילף דערין, דעריבער שפיר איך אז יעצט איז די צייט ווען איך בין דערינען צו רעדן דערפון דא אינעם קאלום, און האפנטליך וועט עס העלפן געוויסע וואס זענען אין די סיטואציע.
לאמיר רעדן פון איבערנעמען א שותפות אין א אנגייענדע ביזנעס.
עס פאסירט אסאך מאל אז א שותף וויל ארויסגיין פון געשעפט, און איז גרייט איבערצוגעבן זיין חלק.
פארשטייט זיך אז עס ווענדט זיך וואס די סיטואציע איז, אנגעהויבן ביי די מהלך וויאזוי די שותפות איז געשאפן געווארן אין ערשטן פלאץ, און נאכדעם איז וויכטיג צו פארשטיין פארוואס דער שותף גייט ארויס, און דערנאך פארוואס דער שותף וואס איז אין די ביזנעס נעמט נישט איבער די גאנצע, ואחרון חביב, וויאזוי קומט אריין דער נייער שותף.
קודם לאמיר רעדן פון די געוויינליכע געשיכטעס וואס שפילן זיך אפ.
צוויי שותפים טרעפן זיך אין א ביזנעס איינער ברענגט געלט, א צווייטער ברענגט די עקספערטיז, אדער די ארבייט, און די ביזנעס הייבט אן בליען.
עס איז אפגעמאכט צווישן די שותפים אז אויב איינער וויל ארויסגיין דארף ער געבן די געלעגנהייט פארן אנדערן שותף אויסצוקויפן פאר די מארקעט פרייז, אדער פאר א אפגעמאכטע מהלך וויאזוי מ'וועט רעכענען.
די סיבה צו וועלן ארויס גיין פון א שותפות קען זיין פארשידנארטיג, פארשטייט זיך אז סיבות זענען אלס דא וואס מ'קען נישט אויסרעכענען, אבער בכלליות איז עס ווייל "עפעס טויג נישט".
למשל, אמאל איז עס אז די שותפים זענען עפעס נישט אין גוטע טערמינען, צו ווייל איינער שפירט אז ער לייגט אריין מער און באקומט ווייניגער, צו אנדערע פלעצער וואו זיי קומען זיך נישט אויס, אמאל זעהט מען אפי' אז ס'איז פשוט אז איינער האט נאטורן אנדערש ווי דער צווייטער, ווי למשל מער קארג, אדער מער שפענדעריש, און אזוי ווייטער.
אונז האב מיר שוין גערעדט פון די נושא, אז ס'איז וויכטיג צו קענען די שותפים פאר מ'גייט אריין בכלל אין שותפות, אבער דאס איז די מציאות אז אסאך מאל פארזעהט מען זיך און מ'גייט אריין אין שותפות וואס האט לכתחילה נישט געדארפט אריינגיין, אבער דאס איז נישט דער ענין פון וואס מיר רעדן איצט.
ווען עס קומט דער צייט ווען מ'זעהט איין אז עס ארבייט נישט, אין א גוטן פאל צעטיילט מען זיך בשלום, און אין רוב פעלער ליידער נישט אזוי.
אבער מיר רעדן ווען דער איינזעהעניש איז ביינאזאם און מ'צעטיילט זיך בשלום, דאן קומט אריין אין בילד דער ערשטער אפציע געוויינליך אז דער שותף וואס בלייבט קויפט אויס דעם שותף וואס גייט ארויס.
אין אזוינע פעלער איז בדרך כלל זייער וויכטיג אז מ'זאל אזוי צעטיילן אן קיין לאנג טערמיניגע צאלונגען אדער התחייבות'ער, ווען א שותפות ווערט אפגעשטעלט איז די בעסטע אויב קען מען ענדיגן דעם געשעפט ביים טיר, נישט בלייבן זיצן מיט טערמינען.
אמאל איז עס נישט שייך, אבער ווען יא איז זיכער אז דאס פארמיידט אסאך עגמת נפש.
יעצט האלטן מיר ביים מצב אז באיזה אופן שהוא איז דער שותף וואס בלייבט, מסכים אז דער צווייטער שותף זאל פארקויפן זיין חלק פאר א צווייטן. דא הייבט זיך אן א גאר וויכטיגע מערכה וואס ווערט אסאך מאל פארזעהן, און יעדע טרעפל אין דעם לייטער איז וויכטיג.
ברענגען א צווייטן שותף אין א געשעפט וואס איז שוין געבויט פון בעפאר האט גאר גרויסע שוועריגקייטן וואס מ'מוז גרונטליך פארשטיין.
נקודה א'
ווען מ'האט געבויט די ביזנעס צווישן די ערשטע שותפים, האט נאך די ביזנעס נישט געהאט קיין שום צורה אדער א בנין בכלל, און מ'האט געקענט קנייטשן און אויסשטעלן די ביזנעס ארום די שותפות, נישט די שותפות ארום די ביזנעס.
למשל: ווען מ'האט אפגעשמועסט וויאזוי די געלטער אדער וויאזוי מ'וועט מאכן געוויסע באשלוסן און פארשטייט זיך אסאך יסודות'דיגע באשלוסן ביים גרינדן א ביזנעס וואס שטעלן אוועק דעם טאן פאר די לענגערע טערמין און קען נישט גרינג ווערן געטוישט. די אלע זאכן ווערן גע"מאלדט" דאס הייסט אויסגעפארעמט, מיט די שותפים אין מיינונג, און נעמט אין באטראכט אלע קליינע און אמאל אפי' נארישע באקוועמליכקייטן פון די שותפים.
יעצט ווען מ'פארקויפט דעם חלק פאר א צווייטן, האט שוין יענער נישט די אלע אפענע אפציע'ס, ער קומט אריין צום גרייטן, אמאל איז עס טאקע די סיבה פארוואס יענער קויפט דאס, אבער פון די אנדערע זייט לייגט עס א געוויסע דרוק זיך מסביר צו זיין אויף געוויסע באשלוסן וואס מ'האט געמאכט און אויך קענען מאכן אנדערע נייע טוישונגען וואס זענען שוין יעצט פיל שווערער צו מאכן.
דערפאר ווען מ'נעמט אריין דעם נייעם שותף איז דא אן עקסטערע קאפיטל פון ארבייט צו מאכן זיכער אז נישט נאר איז ער דער ריכטיגער מענטש פאר ביזנעס בכלל נאר אז ער איז דער ריכטיגער מענטש וואס פאסט אריין אין די אלע געמאכטע קנייטשן און טוישונגען, אן דעם וואס מ'זאל דארפן אפעקטירן אין א שלעכטע וועג דעם עצם ביזנעס.
נקודה ב'
ווען דער צווייטער שותף קומט אריין איז עס אין א געוויסן הינזיכט ווי א צווייטע מאל חתונה האבן. דאס הייסט אז דער ערשטער שותף מוז געדענקען אז סיי נישט אראפרייסן דעם געוועזענעם שותף (אויב די שותפות האט זיך געענדיגט מיט א שלעכטן טעם אין מויל) און אודאי נישט איבערשטרענגען דעם נייעם שותף מיט פארלאנגען וואס מ'איז געוואוינט פון דעם געוועזענעם שותף, ווי למשל אים באשולדיגן אדער פרובירן צו מאכן שפירן אז ער איז נישט אזוי גוט ווי דער געוועזענער שותף. (וועל מיר יעצט נישט אריינגיין אין די שלום בית חלק צו טיעף, אבער דאס איז נאר א קליינע נקודה וואס די וואס זענען שוין אריבער דעם תקופה ווייסן קלאר פון וואס איך רעד, סיי אין ביזנעס, און סיי אין ריכטיגן זין פון שלום בית)
נקודה ג'
כאטש וואס עס זעהט אויס ווי א געהעריגע אנגייענדע ביזנעס וואס האט נאר א טויש ביים דרייווער זיץ, אבער אין רוב פעלער איז עס באמת נישט אזוי, און ווי פריער מ'זעהט דאס איין אלס ווייניגער עגמת נפש איז דא. עס איז געהעריג א נייע אפאראציע, מ'מוז געהעריג זיצן, באשלוסן א טאג ווען דער שותפות ווערט פעליג, איבער גיין אלע פרטים פונעם שותפות כאילו מ'עפנט א ניי געשעפט. מאכן די נויטיגע טוישן אויב ביידע זענען מסכים "נאך פאר מ'איז שוין אין גרוב צוזאמען".
מ'דארף פארשטיין אז אריינעמען א נייעם שותף מוז באטראכט ווערן ווי א "גרענד ריאפענינג" מ'עפנט פון דאסניי.
נקודה ד'
די חלק הנשמה פון שותפות איז אין די "רילעישאנשיפ" צווישן די שותפים, וואס אין א ערשטע חתונה אין שותפות איז עס א נאטורליכע זאך אז מ'קוקט דערויף, קיינער נעמט נישט קיין שותף מיט וועם מ'קען נישט פארברענגען אדער זיך פארשטיין.
ווען ס'קומט צו א צווייטע שותף, און די ביזנעס איז שוין א גרעסערע חפצא אין די שמועס, פארגעסט מען צומאל דעם וויכטיגן נקודה, אז דו מוזט אויך "גלייכן" דעם שותף אלס דער מענטש וואס ער איז, נעם נישט קיין שותף וואס איז "נאר" גוט פאר די ביזנעס, עס מוז זיין איינער וואס דו וואלטסט מיט אים געגאנגען אין שותפות אפי' ביים ערשטן מאל.
דאס איז שוין אסאך אנדערש ווי עס איז אנגענומען ביי שלום בית פעלער.
דא קומט אריין אויך די חילוקים וויאזוי דער נייער שותפות איז צושטאנד געקומען, אויב עס איז געווען א הכרח מצד די ביזנעס, דאס הייסט אין קורצן "מ'איז אויף צרות" און מ'דארף דעם נייעם שותף צו ראטעווען דאס געשעפט, און ס'איז נישט דא קיין סאך ברירות סיי ווי, דא רעדט מען ווען עס איז נישט געטון געווארן אויף אן אופן פון "געצווינגען", נאר אז דאס איז געווען לתועלת פון די איבער אלע בילד.
נקודה ה'.
דער איבערגאנג (טראנזישאן)
איינע פון די גאר וויכטיגסטע זאכן וואס פאסירט אין אזא פאל איז דער "בריק" דער איבערגאנג פון שותף א' צו שותף ב', דאס קען אמאל זיין מער קאמפליצירט ווי וואס עס זאגט זיך.
די קאמפליקאציעס פאנגן זיך אן ביים "געלט", און גייען פון דארט אראפ ביזן נשמה פון יעדע ריר אין די ביזנעס, א טראנזישאן אין גרעסערע ביזנעסער איז עפעס וואס ווערט געטון מיט א טיעם, וואס זיי זענען עקספערטן אין די נושא פון טראנזישאן, און גרויסע קארפארעשאן'ס צאלן פאר דעם עפרות זהב, צו מאכן זיכער אז ס'ווערט געטון ריכטיג.
פארשטייט זיך אז די גרעסטע הוצאה אין דעם הינזיכט ביי גרויסע ביזנעסער איז די "לעגאלע" דורכגאנג, וואס ביי קלענערע ביזנעסער איז אויך וויכטיג אבער צומאל נישט אזוי טייער צו באווייזן, אבער עס זענען אויך דא די קלענערע און אומזעהבארע טוישונגען וואס דארפן געטון ווערן אויף אן אויסטערלישן סדר.
די ביזנעס, די ארבייטער, די קאנסומער, טארן נישט ווערן אפעקטירט פון אזא איבערגאנג, און דאס איז די ערשטע זאך וואס מ'דארף דערויף שטארק קוקן, און מאכן א סדר אז ס'זאל טאקע נישט אפעקטירן (זייער שווער אריינצוגיין אין דעטאלן ווייל ביי יעדע ביזנעס איז אנדערש)
די לעגאליטעטן דארפן געטון ווערן מיט פערפעקשאן, עס קען אפעקטירן אסאך מער ווי ווען עס איז א ערשטער שותפות וואס פון דעם האמיר שוין געשמועסט אז עס איז א "עגמת נפש" פארמיידונג. דא רעדט מען פון "קאטאסטראפע" פארמיידונג.
נקודה ו'
איך וועל ענדיגן מיט די נקודה פון קענען דעם שותף פון אלע זייטן, נישט נאר פון ביזנעס.
איינס פון די גרויסע טעותים וואס ווערן ע"פ רוב בהכרח געטון ווען מ'נעמט אריין א שותף אין א אנגייענדע ביזנעס איז דאס אז מ'קען זיך נאר פון די ביזנעס, און עס איז גאר וויכטיג צו געדענקען אז זייטיגע נישט ביזנעס רילעטעד פראבלעמען קענען אויך שאפן גרויסע קאפ וויי. און עס איז וויכטיג צו טון די ריכטיגע ריסוירטש איבער דעם מענטש צו זעהן אויב דער שותפות איז געאייגנט.
ווייטער דאס איז אויך א לענגערע שמועס, אבער איך ברענג עס פשוט אין א בחינה פון תן לחכם ויחכם עוד