יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ ראט און טאט
ארטיקלען

פרשת האזינו תשפ"ג

ראט און טאט · "דער שטיבל" · שנת תשפ"ג

אסאך קאמענטארן האב איך באקומען איבער די געשריבענע נושא פון "ביזנעס שוי'ס", עס קוקט אויס אז איך האב אנגערירט אביסל א הייקאלע נקודה פון דעם עצם אידישקייט אין ביזנעס היינט צו טאג, דערפאר וויל איך אביסל קלארער ארום שמועסן פון די נושא.

לאמיר קודם באדאנקען די וואס קאמענטירן, עס איז די איינציגע וועג וואס איך קען ענטפערן אויף א פראגע, איז ווען מ'שיקט א פראגע, און אפי' א טענה און אפפרעג איז אויך א גוטער חלק פאר א דיסקוסיע.

געווען אזוינע וואס האבן געהאט טענות צו מיין גאר ווייכן און אומשארפן צוגאנג צו די נושא, זיי האלטן אז די גאנצע מעשה מיט ביזנעס שוי'ס איז ארויסגעווארפן אידיש געלט, אידיש צייט, און ברענגט גארנישט.

האלט דעם אטעם, איך נעם נאך נישט אן דעם מיינונג, איך ברענג נאר אראפ די פארשידענארטיגע קאמענטארן אין קורצן.

אנדערע האבן געהאט א עקסטרעם אנדערן מהלך אין די נושא, מיט טענות אז זיי קענען מעיד זיין קלאר אז א ביזנעס שוי האט זיי נאך יעדע מאל עקסטער געהאלפן אין ביזנעס, און אז מיין גאנצער ארטיקל איבער די נושא קומט פון אומוויסנד.

און נאכדעם איז געווען געוויסע קאמענטארן ערגעץ אינמיטן, אבער דאס זענען די עקסטרעמען. (קען זיין אז איך וועל יא אראפ ברענגען א גאנצע אימעיל וועלכע שרייבט קלאר די נושא, אבער פאר יעצט וועל מיר נאר רעדן בכלליות פון די קאמענטארן און ענטפערן)

פאר איך ענטפער וויל איך בעטן אז ווער ס'האט נאך דעם פאריגן וואכעדיגן שטובל זאל א בליק טון צו איך נעם דארט א שטעלונג אין די נושא? איך וואלט געזאגט אז נישט. סך הכל ברענג איך ארויס ביידע זייטן פון די מטבע.

פארשטייט זיך אז מ'קען זעהן צווישן די שורות מיינע געפיהלן צו די נושא, און די לייענער זענען גענוג קלוג און ליינען טאקע ריכטיג, און אין קורצן בין איך נישט קיין גרויסער חסיד פון דעם גאנצן צוגאנג, אבער לאמיר עס צונעמען אין קלענערע טעלערלעך.

ווען ביזנעסער קומען זיך צוזאם און מ'שמועסט איבער ביזנעס, און מ'מאכט קשרים, איז נישט נאר אז ס'איז א גוטע זאך, נאר ס'איז קריטיש וויכטיג צו זיין א חלק פון אזא סארט צוזאמקום,

פאר עטליכע סיבות.

איינס, פשוט ווייל קשרים איז די ערשטע וויכטיגסטע זאך אין יעדן ביזנעס, אויסער דעם חלק וואס מ'לערנט זיך פון אנדערע.

די צווייטע איז ווייל דער קאמפעטישן גייט יא דארט זיין, און ס'איז וויכטיג זיך צו האלטן העכערן וואסער אין די שטורמישע ביזנעס וואסערן.

נאכדעם זענען דא די זייטיגע בענעפיטן, ווי למשל דרשות און סעסיע'ס

און לאכט נישט, אבער עס איז אויך דא א געוויסע קליענטעל וואס גייט פשוט צו באקומען די טשאטשקעלעך וואס מ'טיילט דארט און טראגן אהיים אפיקומן פאר די קינדערלעך.

אלעס זייער וואלידע און גוטע סיבות, אבער...

צו זאגן אז ווען אימער עס פאלט איין פאר א פירמע צו מאכן א ביזנעס שוי דארף איך דארט זיין, איז עפעס וואס האט נישט קיין פירוש.

יעדע ביזנעס דארף וויסן וואו ער געהער, און וואו ער דארף יא אדער נישט זיין.

עס מוז האבן א פלאן וואס מ'וויל אויפטוהן ביי אזא פלאץ, און אויסנוצן דעם געלעגנהייט צו קענען עררייכן דעם ציהל, און מעסטן יעדע מאל ווען מ'גייט צו טאקע איז מען ערגעץ אנגעקומען אדער פארברענגט די צייט.

צווישן די קאמענטארן זענען געווען אזוינע וואס האבן געענטפערט דעם באקאנטן: איך וויל געבן פאר מיינע ארבייטער א טאג זיך צו גיין אויסלופטערן.

זייער א שיינע זאך, אבער פאר עפעס א סיבה קלינגט מיר דאס מער ווי די תירוץ וואס דער סעילסמאן לייגט אריין אין מויל פארן מענטש אז ער זאל נישט מיינען אז ער האט געתכל'וועט געלט אין די וועלט אריין, און דער מענטש זאגט עס נאר איבער מיט תמימות.

פארוואס?

ווייל ווען אייער ארבייטער האט געבעטן אז ער וויל גיין זיך אויסלופטערן אין אן אנדערן טאג זענט איר אויך געווען אזוי עטיש און פארשטאנדיג? אדער נאר ווען עס מאכט זיך א מארקעטינג שטורעם אז יעדער ביזנעס "מוז" זיך פלוצלינג גיין אויסלופטערן, לויפט איר מיט?

לאמיר נעמען אן עקזעמפל פון איינעם פון די אידן מיט וועם איך האב גערעדט וועלכער האט א "עמעזאן ביזנעס" און ער האט בערך 5 ארבייטער וועלכע טוען די טאג טעגליכע רוטינע ארבייט.

ער אליינס טוט די ארבייט פון טרעפן פראדוקטן און בויען די ביזנעס, אבער די ארבייטער האבן זייער רוטין יעדן טאג.

עס איז געווען א ביזנעס שוי פאר קאנסטראקשן, עס איז דא יעדעס יאר דוכט זיך מיר, אלע קאנסטראקשן קאמפעני'ס אדער וועלכע טוען סיי וועלכע ארבייט אין דעם פעלד, קומען זיך צוזאם און מ'מאכט די נויטיגע קשרים אא"וו.

דער איד מיט צוויי פון זיינע ארבייטער זענען געגאנגען צו דעם שוי, און איך האב אים געפרעגט: פארוואס? וואס האסטו געוואלט אויפטוהן ביי א קאנסטראקשן שוי?

זיין תירוץ איז געווען: מ'קען קיינמאל נישט וויסן מיט וועם מ'טרעפט זיך. איך האב גראדע פאראיאר ביי די שוי געטראפן א צווייטן עמעזאן סוחר וואס איז אויך נאר געקומען פאר דעם און מיר האבן שוין גראדע זיך גוט גענוצט צום גוטן אין ביזנעס.

פרעג איך אים, וויאזוי האסטו אידענטיפיצירט דעם עמעזאן ביזנעס מאן? ער האט געהאט א טישל דארט? אדער פשוט משמים האבן ענק זיך געטראפן פלוצים אין דעם גרויסן גערויש.

זאגט ער מיר אז ניין, ער האט שוין געוואוסט אז ער איז אין עמעזאן פון בעפאר, ווייל ס'געווען א שוי א צייט צוריק מער ספעציפיש פאר זיין פראדוקט ליניע, און דארט האט ער גערעדט מיט אים.

שלום עליכם ר' יונה, מיין קשי' איז הדרה לדוכתי' און בלייב פארפעסטיגט,

דו פארשטייסט נישט אז דו האסט געטראפן דעם איד ביי א שוי וואו "דו באלאנגסט יא", און נאכדעם זענען ענק ביידע געגאנגען צו א שוי "וואו ענק באלאנגען נישט", פשוט ווייל די מארקעטינג פירמע האט געשיקט אימעילס און טעלעפאן קאללס און מסביר געווען אז מ'דארף זיך אויסלופטערן?

איך אליינס בין שוין געווען ביי ביזנעס שוי'ס אסאך. די איינציגע פלעצער וואו איך דארף באמת גיין מצד מיין פרנסה איז ביי "דזשאב פעיר'ס" ווייל איך בין אין די ביזנעס פון אריינברענגען און דעוועלאפן עידזשענטס ביי אונז אין ביזנעס, ממילא איז א גוטער געדאנק צו גיין צו אזוינע פלעצער.

איך בין שוין אויך געפאלן פאר מארקעטינג אסאך מאל, און געגאנגען צו שוי'ס וואס האבן נישט קיין דירעקטע שייכות צו מיין ביזנעס, מיטן געדאנק אין קאפ, אז ווי נישט ווי זוך איך דאך מענטשן פון אנדערע אינדוסטריעס אויך, און מ'קען נישט וויסן וואו מ'קען טרעפן א גוטן סעילסמאן וואס זוכט פונקט אוועקצוגיין און אזוי ווייטער.

דער מציאות האט זיך אבער ארויסגעשטעלט זייער קלאר, אז אין פלעצער וואס עס איז נישט מיין אינדוסטריע, שפיר איך מיך ווען איך דריי זיך דארט ארום ווי א יון אין די סוכה, און עס גיבט מיר גארנישט צו, רוב פון די וואס זענען דארט די וואס קומען יא מיט א פלאן ווייסן וואס זיי זוכן, און דאס טוען זיי. און די איבעריגע די וואס קומען סתם פארברענגען צייט זענען ע"פ רוב נישט קיין בעלנים פאר א ביזנעס שמועס דארט.

איך וויל נישט מאריך זיין וועגן מיין ביזנעס, און יא ס'אי שוין געווען פעלער וואס איך בין געווען ביי שוי'ס מער אויסגערעכנט און פארדינט עפעס דערפון. אודאי, קען מען נישט זאגן על הכלל כולו יצא אז ס'איז חבל על הזמן און מ'טאר נישט גיין.

לאמיר אבער איין מינוט אויך רעדן פון דעם עכטן דרך המלך אין די זאכן, וואס דאס איז נוגע לענינינו פארוואס איך האב אויפגעברענגט די נושא, און פון מיינעט וועגן זאלן זיך אידן אויסלופטערן און גיין וויפיל מ'וויל. אבער וואס איז באמת די מהלך אין ביזנעס?

מ'מאכט א מארקעטינג פלאן, אמאל איז עס א שטארקער פלאן געמאכט דורך פראפעסיאנאלן, און אמאל איז עס געמאכט מער לאקאל און מיט ווייניגער קאסטן, אלעס כפי המצב, און ביידע פעלער ארבייטן פיין פאר דעם ענין.

ווען מ'מאכט א מארקעטינג פלאן, לייגט מען ארויף אויפן טיש אלע סארט מארקעטינג וואס קען געטון ווערן, און וואס מ'האפט אדער שאצט אז דער מעטאד וועט ברענגען פאר די ביזנעס, און פארשטייט זיך אז דארט קען אויך זיין איינס פון די מעטאדן "ביזנעס צו ביזנעס מיטינג און קאנפרענצן" וכדו'.

און אויב טוט מען עס ריכטיג, ווערט אויך צו דעם צוגעלייגט וואס מ'וויל דארט דערגרייכן. דהיינו:

טרעפן נייע ווענדארס

אונטערזוכן פראדוקטן

נעמען עצות איבער פארברייטערן א קליענטעל

טרעפן נייע קליענטן

און מ'מאכט אויך א בערך'דיגן קאלענדער וויפיל מאל מ'וויל דאס טון, פארשטייט זיך אז אויב ארבייט עס גוט אויס קען מען אלס צולייגן, אבער בדרך כלל נישט מער ווי איינמאל אין א האלב יאר, און מ'לייגט דאס אריין אין דעם פלאן.

ווי אויך ווערט קלארגעשטעלט "ווער" עס וועט זיין דער וואס דארף גיין צו די סארט קאנפרענצן, איז עס דער בעה"ב? אדער דער איינקויפער? אדער דער סעילסמאן? פארשטייט זיך אז אלס ווענדט זיך וואס מ'וויל דארט אויפטוהן.

צום שלוס: א ביזנעס קאנפרענץ איז א וויכטיגע זאך באמת, ווי אויך טיילענאל איז א וויכטיגע זאך. נאר מ'ווייסט אז טיילענאל איז וויכטיג ווען מ'האט קאפוויי, מיינט נאך נישט אז מ'זאל זיך אנעסן דערמיט אין א גרינעם דינסטאג. מ'דארף וויסן אז זאכן וואס זענען וויכטיג האבן אבער א מקום און א זמן, און קען נישט ווערן דיקטירט פון סתם מצב און טראמאטישע שטורמישע מארקעטינג.

איך בין נישט קיין גרויסער ריסוירטשער, אבער איך האב געפרעגט פון אסאך אידן וואס גייען צו שוי'ס, און די פידבעק איז געווען גאר שוואך לגבי די ריכטיגע תוצאות, דעריבער איז וויכטיג צו טראכטן פאר מען טוט, און וויסן וויאזוי צו טון.

א כתיבה וחתימה טובה.