מיר האלטן אין די נושא פון מארקעטינג און ברענדינג, און אודאי איז דאס עפעס פון וואס מ'קען שרייבן גאנצע ביכער און רעדן יארן לאנג, און דאס טו מיר נישט דא אין דעם קאלום.
אבער געוויסע קליינע נקודות וואס זענען וויכטיג צו אויסשמועסן אויף א לייכטערן פארנעם איז דער ציהל פון דעם קאלום, דעריבער לאמיר רעדן די וואך פון א פרטיות'דיגע פענאנאמע אין מארקעטינג וואס איז לעצטנס געווארן שטארק פאפולער אין די היימישע געגנטער, און עס דארף א שטיקל התבוננות.
דער ענין פון "ביזנעס שוי'ס" אדער סיי וועלכע נאמען עס ווערט אנגערופן, וואו מ'קומט צוזאם פארן ציהל פון זיך טרעפן און מאכן פרישע קאנטאקטן אדער שאפן פרישע ביזנעס געלעגנהייטן און אזוי ווייטער.
לאמיך קודם מאכן א קלארן דיסקלעימער: איך בין נישט דא צו נעמען א שטעלונג בכלל, נאר אויסצושמועסן דעם געדאנק און ווען און וויאזוי עס די בעסטע צו נוצן.
יעדע שטיק צייט מאכט זיך א ווינט אדער א היץ איבער נייע געדאנקען וואס זענען נישט געווען צו פאפולער ביז היינט, און ס'ווערט אריינגעברענגט דורך מענטשן וואס האבן אינטערעסן דערין, און עס שלאגט ווארצלען, ע"פ רוב ווילאנג עס גרעניצט זיך נישט מיט פראבלעמען אין אידישקייט איז ביי דעם גילטיג דער כלל פון חכמה בגוים תאמין, און מ'קען לערנען פון יעדן וויאזוי צו פארבעסערן ביזנעס.
דער ענין פון די שוי ביזנעס ביים היימישן ציבור איז אויך איינס פון די זאכן וואס האט זיך אריינגעריסן מיט א ווינט, עס פלעגט שוין זיין יארן צוריק אויף אן אופן מצומצם דא און דארט אינדוסטריעס פלעגן האבן זייערע שוי'ס וואו ספעציפישע ביזנעס לייט פון די אינדוסטריע פלעגן זיך צוזאם קומען און זיך באקענען מיט די פראדוקטן וואס קען זיי העלפן דערין.
צעביסלעך האבן די מארקעטינג קאמפעני'ס וואס אראנדזשירן די שוי'ס אנגעהויבן צו מאכן דעם ווינט אז יעדע אינדוסטריע וואס מאכט א שוי זאל אויך אפעלירן צו ביזנעסער וואס האבן נישט בעצם קיין גרויסן שייכות מיט די אינדוסטריע, מיטן אויסרייד אז עס איז אלס גוט צו באקענען זיך מיט מענטשן און מ'קען קיינמאל נישט וויסן וואספארא רווחים ס'וועט ברענגען.
יא, עס מאכט זיך טאקע פונקט ווי ווען איינער גייט דאווענען אין א גרויסן ביהמ"ד אדער טוט ביזנעס אין א גרויסן מארקעט פלאץ אז מ'טרעפט זיך מיט מענטשן און מ'הערט דא און דארט אינפארמאציע וואס מ'קען נוצן, אדער מאכט מען א קאנטאקט וואס קען אמאל צונוץ קומען.
אבער לאמיר זיך נישט נער'ן, עס איז קלאר אז אזא שוי איז נישט געמאכט פאר יעדן ביזנעס (איך רעד נישט לגבי אידישקייט, איך מיין אז דאס איז א פרשה וואס געהער נישט צו מיר) און זיכער אויב ס'קאסט געלט דארף מען טראכטן ווי ווייט און וויפיל צו שפענדן פאר אזא טאג אינדרויסן פון די ארבייט וואס ווערט פארברענגט.
לאמיר קודם רעדן פון די צדדים, וואס איז יא גוט און וואס איז נישט גוט אין די נושא.
מ'טרעפט זיך מיט אנדערע ביזנעס לייט, און אין ביזנעס איז אלעס ארום קשרים, און ס'איז זייער וויכטיג.
מ'טרעפט א פראדוקט אדער מער פאר ביליגער ווי דאס וואס מ'צאלט יעצט.
מ'גראדט אויס געוויסע קאנפליקטן ווען מ'טרעפט זיך מיט די באטרעפנדע קאמפאני מיט וועם מ'האט שוין לאנג קשרים נאר נישט פנים אל פנים.
מ'פארברענגט אין א געשמאקע אטמאספערע און מ'בלאזט זיך אויס פון די יעדן טאגיגע פרעשור.
וואס איז נישט גוט?
מ'פארברענגט א טאג מיטן תירוץ אז מ'גייט טון ביזנעס.
מ'שפענדעט געלט אסאך מאל איז עס ממש לריק.
מ'גרייט זיך צו דעם א לאנגע צייט וואס נעמט ווידער אוועק אסאך ווערדפולע צייט פון די ביזנעס און פון זאכן וואס זענען באמת וויכטיג.
ועוד
שרייט מיך נישט אן, איך רייס נישט אראפ דעם געדאנק פון א ביזנעס שוי, און ס'איז דא ווען ס'איז מורא'דיג וויכטיג, סך הכל וויל איך איבערשמועסן וואס יא אדער נישט צו טון, און ווען יא אדער נישט צו גיין אדער עכ"פ שפענדן געלט דערפאר.
ווען איז א ביזנעס שוי וויכטיג, און אפשר גאר קריטיש וויכטיג.
ווען עס איז א שוי דירעקט פאר דיין ביזנעס אינדוסטריע איז עס ממש וויכטיג
ווען דו ביזט א סעילסמאן וואס פארקויפט פראדוקטן פאר ביזנעסער קען עס זיין עטוואס וויכטיג, עכ"פ צו זיין דארט אנוועזנד (נישט פארקויפן דארט נאר טאמער דו האסט א געהעריגע טישל דארט, אבער מאכן קאנטאקטס איז יא ווערד צו טון אפי' סתם ביים זיך ארום דרייען)
וויכטיג איז פארדעם צו וויסן וואס דער ציהל איז, און ווען עס וועט הייסן אז מ'האט דערגרייכט דעם ציהל. למשל וויסן וויפיל נייע קאנטאקטן מ'האט א גאול צו מאכן, אדער אויב מ'האט ספעציפישע ביזנעסער מיט וועם מ'וויל זיך דארט טרעפן.
דאס הייסט אז מ'מאכט א קלארע אגענדע וואס מ'גייט טון ביי דעם שוי, נישט אויסצוזעהן ווי די וואס דרייען זיך ארום א האלבן טאג און ווייסן נאך נישט צו זיי האבן שוין אנגעהויבן זייער "ביזנעס" עדווענטשור, נאר אריינקומען מיט א קלארן געוויסן וואס מ'וויל עררייכן.
ווען איז עס געוויינליך נישט וויכטיג?
ווען די שוי האט נישט קיין אונטערלאנענדע אינדוסטריע, נאר סתם א קיבוץ גליות וואס א גוטער מארקעטינג פירמע האט אראנדזשירט.
ווען עס איז נישט עפעס וואס קען בענעפיטירן מיט א קלארקייט און א וויזיע וואס מ'וויל ארויסקומען פון דעם שוי.
דער רעיון פון גיין זיך טרעפן מיט ביזנעס לייט צו מאכן קשרים איז נישט עפעס וואס מ'קען נעמען פאר לייכט, עס איז זיכער א וויכטיגע זאך, און צומאל די איינציגע דערצעדירנדע פאקט צווישן הצלחה און נישט הצלחה,
איך געדענק נאך יארן צוריק ווען איך בין געגאנגען צו אזוינע שוי'ס, און געצאלט געלט פאר א טישל, געשטאנען דארט איבערן טאג, און געקענט אבזערווירן פון די נאענט וואס עס קומען פאר ביי די פלעצער, איז מיר אויסגעקומען צו זעהן איין קאמפאני וואס וואו מ'איז געגאנגען זענען זיי געווען הויכע שפילער, מ'האט אלס געזעהן פון זיין א גרויסן אנוועזנהייט.
איך האב געפרעגט דעם מענטש דארט אין טשארדזש וואס עס טרייבט זיי צו קומען צו אלע שוי'ס, און פארוואס זאל זיך עס לוינען? אין מיין קאפ האב איך נישט געקענט זעהן אז די סארט ביזנעס זאל זיין עפעס וואס מ'דארף ווייזן א פראדוקט, עס איז מער א סערוויס, אלזא האב איך נישט פארשטאנען פארוואס נישט זיצן ביים טעלעפאן און רופן די אלע קאמפאני'ס און מאכן א סעיל אזוי?
דער איד האט מיר אבער מסביר געווען אז זיי טוען דאס אויך, און דאס אויך, זיי האבן א קלארע מהלך צו וועלכע קאמפאני'ס מ'קען אנקומען טעלעפאניש און מאכן א סעיל, און מיר האבן א ליסטע פון קאמפאני'ס וואס אדער קען מען צו זיי נישט געהעריג צוקומען, אדער זענען זיי פשוט נישט אינטערסירט און מ'מוז מאכן קשרים זיך צו באקענען קודם און מאכן א געוויסן טראסט, און דאס טוען מיר ביי די שוי'ס.
מיר מאכן א קלארע ריסוירטש וועלכע קאמפאני'ס ס'וועלן זיין אנוועזנד, און א מהלך וויאזוי זיי צו אפפערן אונזערע סערוויסעס.
דערנאך איבערן טאג זענען מיר דאך שוין סיי ווי דא וועלן מיר פרובירן וואס מיר קענען צו באקומען פרישע נעמען פון ביזנעסלייט וואס קומען סתם אזוי זיך אומקוקן, און אויב באקומען מיר עפעס ביזנעס פון דארט אויך איז עס שוין א באונוס.
איך האב זייער הנאה געהאט אז איך האב אים געפרעגט ווייל ווען נישט וואלט איך נישט געוואוסט, איך האב מיך אויסגעלערנט אז גיין צו א שוי איז נישט אזוי ווי מ'גייט זיך אויסלופטערן, מ'גייט מיט א קלארן ציהל מיט א מהלך, מ'מוז אויף דעם ארבעטן. און אויב איז מיין ביזנעס עפעס וואס קען זיין אינטערסאנט פאר די וואס ווערן גערופן צו דעם שוי, לוינט זיך שטארק צו גיין.
אין די לעצטע צייט ווען ס'געווען אסאך אזוינע צוזאמקומען, האב איך גערעדט מיט מענטשן אין דעם הינזיכט, און עס איז אויסגעקומען עכ"פ אויף מיין זייט פון טישל אז רוב האבן מיר געזאגט אז זיי זענען אהיים געקומען מיט אפאר שעה פארברענגט און געלט דערלייגט, אמאל אמאל האט מען מיר געגעבן א סיבה אז "דאס האב איך טאקע געוואלט" ווי שוין דערמאנט אין פריערדיגע ארטיקלען, אז דאס איז די היינטיגע מהלך בדרך כלל, מ'פארלירט נישט קיינמאל ווייל אפי' ווען יא, איז דאך דאס וואס איך האב סיי ווי געוואלט.
געווען אזוינע וואס האבן יא געמאכט עטוואס קשרים, און אויף אזוי פיל האט זיי געוויזן דער טאג אז ס'איז דא א וועלט וואו מ'קען פראספעקטן און מאכן געלט, און אביסל חיזוק אז אנדערע ארבייטן אויך שווער און אז מ'קען אנקומען, און נאך אזוינע סעיפים פון חיזוק וואס מ'קען אהיים ברענגען.
אודאי איז אויך דא די קאמפאני'ס וואס קומען אהיים מיט גרויס ריוח, די וואס גייען מיט א קלארן פלאן.
איך געדענק די וואס האבן זיך געדרייט און גענומען ביזנעס קארד'ס און געטיילט ביזנעס קארדס, היינט טוט מען עס עלעקטאראניש ווער ס'האט די מעגליכקייט, אבער אמאל איז דאס געווען געהעריג דער רובא דרובא פון דעם טאג, איך פלעג עס רופן די "ביזנעס קארד עקסטשענדזש טאג", ווען יעדער גיבט דעם צווייטן און ווען מ'קומט אהיים לייגט מען אלע אין שמות.
איז ווייטער די זעלבע, אז עס זענען געווען אזוינע ביזנעסער וואס פאר זיי איז דער ביזנעס קארד יא געווען א מציאה, זיי האבן בעארבייט די נעמען נאכגעגאנגען די קשרים, און געבויט צוקונפטיגע ביזנעס, אבער פאר דעם דארף מען באמת זיין דערביי, און ס'איז נישט קיין איין טאגיגער שפיל.
פאר מיר ענדיגן
ס'איז וויכטיג צו געדענקען אז אויב איז "גיין צו ביזנעס שוי'ס" נישט געווען קיין חלק פון דיין מארקעטינג פלאן, איז געווענליך נישט וויכטיג צו ווערן נאכגעשלעפט יעדע מאל ווען איינעם פאלט ביי אז ער וויל מאכן א שוי און לויפן, (אודאי דארף מען אריינטראכטן אויב ס'איז ווערד, און מ'קען שוקל זיין) די עיקר איז אז עס מוז זיין א חלק פון א גרעסערן פלאן אז מ'גייט דאס טון.
אין אסאך ביזנעסער וואס זענען מצליח ביי אזוינע שוי'ס ווען מ'קוקט אינעם ביזנעס פלאן האבן זיי א חלק פון די זאכן וואס מוזן געטון ווערן אז יעדער פערטל יאר וועלן זיי גיין אויף אזויפיל אדער אזויפיל שוי'ס. דאס הייסט אז ס'איז א דורכגעטראכטע באשלוס, און נישט סתם געפאלן פאר גוטע מארקעטינג.
סך הכל:
גיין סיי ווי מ'טרעפט זיך מיט ביזנעסער איז א גוטע זאך.
געדענקען אבער צו ס'איז טאקע וויכטיג, איז נאך א בעסערע זאך
און אויב ס'איז וויכטיג, וויפיל דארף מען באמת לאזן קאסטן איז גאר א וויכטיגע זאך
און אויב מ'גייט יא, זיך אנגרייטן מיט קלארקייט א פלאן איז כמעט די וויכטיגסטע זאך
ואחרון אחרון איז די וויכטיגסטע זאך די נאכגיין די פאללאו אפ, נאכן שוי, צוזאמנעמען זיך, און נאכגיין די ניי געמאכטע קשרים מיט א געמאסטענע אויסגערעכנטע מהלך איז די סאמע וויכטיגסטע זאך.