יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ ראט און טאט
ארטיקלען

מארקעטינג און ברענדינג

ראט און טאט · "דער שטיבל" · פרשת וילך תשפ"ג

איינס פון די נושאים וואס מיר האבן נאך נישט קיין סאך בארירט אין די סעריע פון עפענען א ביזנעס, איז די נושא פון מארקעטינג און ברענדינג, וואס ווי פארשטענדליך איז עס פון די שלשה עמודי ביזנעס, אנע פארשטיין אביסל די נושא איז א שאדע די ארבייט.

אסאך קלוגע מענטשן האבן געהאט גוטע איידיעס, און געבויט שטארקע בנינים פון ריזיגע חלומות פון הכנסה, אבער זיי האבן פארגעסן צו פארציילן פאר די פראפסעקטיוו קליענטן וואס זיי פארקויפן, און פארשטייט זיך אז דארט ענדיגט זיך דער חלום און מ'וועקט זיך אויף פארטאגס...

דעריבער איז פארשטענדליך אז מ'מוז שטארק אריינקוקן אין די מהלכים פון מארקעטינג, און פארשטיין סיי וואס מ'דארף טון, און וואס מ'קען טון.

ערשטנס, ווען א ביזנעס ווערט געבויט, איז אמאל דא ווען ס'איז געבויט אויף שטארקע פינאנציעלע יסודות, מיט א גוטן קעש פלוס, וואס דאס גיבט דעם ביזנעס מאן די געלט צו קענען ריכטיג טון די מארקעטינג, און געוויינליך אין די פעלער וועט דער סאלושן פאר מארקעטינג זיין זייער גרינג, מ'גייט צו א מארקעטינג קאמפעני, און מ'צאלט וויפיל זיי לאזן זיך צאלן, און בעזר השם קומט מען אן.

אבער אין רוב פעלער ווען מ'עפנט א ביזנעס (נישט ווייל ס'איז ריכטיג נאר ווייל ס'איז במציאות אזוי) ווען 'מהאלט שוין ביים עפענען איז דער טייסטער ליידיג, און מ'פלאגט זיך שוין צו קאווערן די אנגייענדע הוצאות, און דאס מאכט דעם מענטש פארקוקן אויף די מארקעטינג ווי עפעס וואס מ'קען אפשטופן אויף שפעטער.

עס איז אמאל אמת אז אפשטופן מארקעטינג פאר שפעטער קען אויך זיין א געדאנק, למשל, ווען א מענטש ברענגט אריין א נייע פראדוקט אדער עפנט א נייעם וועבסייט און ער וויל נאך קודם באקומען פידבעק פון נאנטע מענטשן, ער איז נאך אין ריסוירטש מאד, ער וויל נאך נישט ארויסגיין פובליק, דאס איז אן אנדערע מעשה, און דאס הייסט אז מ'האט נאך נישט געעפנט די ביזנעס,

אבער אפילו דעמאלס איז מארקעטינג וויכטיג, ווייל דער ערשטער חלק פון ריכטיג מארקעטינג ווערט אנגערופן מארקעט ריסוירטש.

דאס הייסט, אז סיי וואס מ'טוט אדער מ'פלאנט צו טון דארף האבן (אויב טוט מען עס פראאקטיוו, מיט א פלאן) א קלארקייט אינעם מארקעט. ווער זענען די מענטשן וואס דארפן די סערוויס? וויפיל איז דא פון זיי? ווער זענען די קאמפעטישן'ס? פארוואס זאל איינער קומען צו מיר ענדערש ווי בלייבן ביי זיי?

ווען דאס איז קלאר, ווערט דאס ארויפגעלייגט אויף א דאקומענט וואס העלפט די מארקעטינג פירמע פארשטיין סיי צו וועם מ'דארף רעדן, סיי וואספארא שפראך מ'רעדט צו יענעם, און וויפיל ס'דארף קאסטן צו רעדן די שפראך.

דהיינו, פאר יונגע מענטשן אין די היינטיגע וועלט איז די סדר צו רעדן טעכנעלאגיש, אויב וואלט מען געדארפט רעדן צו מענטשן 20 יאר צוריק וואלט ראדיא אדער פאפיר צייטונג געווען א אפציע, פאר א געוויסע קליענטעל איז הארטע פאסט וואס מ'שיקט צום פאסט קעסטל א מהלך, און פאר געוויסע איז טעלעפאן קאמיוניקאציע א בעסערע מהלך.

אבער נישט נאר די קונדשאפט איז די סיבה צו וועלכע מין מארקעטינג מ'ווענדט זיך, עס האט אויך אסאך צו טון מיט די ביזנעס אליינס.

לאמיר נעמען א עקזעמפל, אויב איינער עפנט א געשעפט אין א אידישע שטאט, איינע פון די פולקאם אידישע שטעטלעך ווי קרית יואל, סקווירא, נייטרא, וכו', וועט ער גארנישט האבן פון מארקעטן אויפן אינטערנעט, און וועט ארויסנעמען פיל מער פון אדווערטייזן אין די לאקאלע קליינע פארמאט אויסגאבעס וואס די קאסטן זענען גאר ווייניג קעגן די גאר גרויסע קאסטן פון אנדערע מארקעטינג, אבער דאס איז ווי ס'איז קלאר זיין קונדשאפט און ער מוז נישט טון מער ווי דאס.

אין אזא פאל איז אפי' דא ביזזנעסער וואס האבן זיך געעפנט און געמארקעט דורך קלאסיפייד עדס וואס זענען שפאט ביליג, און אנגעקומען גאר ווייט.

אבער ווען מ'באשליסט דאס צו טוהן מוז מען נעמען זייער אין באטראכט נאך א נקודה נחוצה.

אמת אז פאר "אינפארמאציע" להודיע בעלמא, צו לאזן וויסן אז מ'עפנט א געשעפט אדער א ביזנעס אין אזא סארט מארקעט קען זיין גענוג א קלאסיפייד אדער עד אין די קליינע פאפיר לאקאלע אויסגאבעס,

אבער אין מארקעטינג איז אויך דא דער חלק פון "ברענדינג" וואס דאס איז קריטיש וויכטיג סיי ווען א זאך איז א נייער דערהער, און נאך מער ווען ס'איז דא קאמפעטישן, ביי די ביידע פעלער דארף מען וויכטיג די ברענדינג, און נישט אזוי ווייט אינפארמאציע ווי די טעלעפאן נומער און אדרעסס, עס איז מער די נאמען און די אנערקענונג און אז מ'זאל רעדן דערפון.

דאס הייסט אז למשל ווען איר פארט אויפן וועג אן איר זעהט א גרויסן בילבאורד מיט א ריזיגע 100 פוס לאנגע סיין מיט א נאמען פון א ביזנעס אדער א פיקטשער, איז קיינעם נישט בייגעפאלן צו טראכטן אז ווען איר דארפט די טעלעפאן נומער אדער אינפארמאציע וועט איר עס פון דארט נעמען, נאר אז דער נאמען ווערט אריינגעברענט אריינגעקריצט אין מח, און ווען מ'זוכט דעם סערוויס אדער מ'זעט דעם נאמען אדווערטייזט ערגעץ מיט די אינפארמאציע איז דער סדר פון מח צו שפירן זיך היימיש דערמיט וויבאלד מ'האט אים שוין ערגעץ געזעהן.

און פאר דעם צאלן קאמפאני'ס שווערע מיליאנען נאר צו ברענדן זייער נאמען.

די גרעסטע משל איז די פירמע "קאוקע קאולע" וואס מ'זעהט איבעראל די נאמען און שטייט נישט אין ערגעץ צו קאוקע קאולע איז א געטראנק אדער א אפיס בילדינג, סתם די נאמען איז גענוג.

און די סיבה דערצו איז וויבאלד ס'איז דא א וועלט פון געטראנקען, ווען א מענטש גייט צום גרויסן פרידזשדער אין געשעפט צו נעמען איינס, אויב זעהט ער א בילד וואס ליגט אים אין קאפ וועט ער דאס נעמען ערשט, אויסער טאמער ער האט א סיבה נישט צו נעמען פארשטייט זיך.

דאס הייסט אז ברענדינג איז א גאנץ אנדערע חלק פון מארקעטינג, און ביידע זענען וויכטיג אויף פארשידענארטיגע פארנעמען.

למשל לאמיר נעמען נאך א דוגמא ווען ברענדינג איז וויכטיגער פון די עצם מארקעטינג.

ווען איינער עפנט א געשעפט אויף אן אומגעוויינליכן אופן אדער אומבאקאנטע פלאץ, דאס הייסט ער וואלט ווען געעפנט א געשעפט אויף ליע עוו. אין וויליאמסבורג, אדער 13 עוו. אין באראפארק איז שוין דאס אליינס אביסל ברענדינג ווייל מ'זעהט כאטש אז א ניי געשעפט האט זיך געעפנט, אויב אבער עפנט ער דאס געשעפט אביסל אינדרויסן פון געגענט, דארף ער מער אינוועסטירן אין ברענדינג צו מאכן מענטשן "זוכן" די אינפארמאציע.

קומט אויס אז "אינפארמאציע" איז איין חלק, וואס מ'קען נישט אויסלאזן קיינמאל.

ווי הויך אדער ווי שטיל מ'דארף עס שרייען, ווענדט זיך שוין.

ווען מ'עפנט א ביזנעס אנליין, איז דא גאר א אנדערער פראצעדור פון מארקעטינג, און טראץ וואס פילע פארשטייען נישט פונקטליך יעדן אספעקט דערפון, איז עס באמת מער מסודר און צוגענגליך ווי סתם מארקעטינג, דאס הייסט אז א ביזנעס מאן האט די יכולת זיך אליינס אריינצולייגן און אפלערנען וויאזוי עס צו טון.

איך האב שוין געזעהן אבער עטליכע מאל אזוינע ביזנעסער וואו דער בעה"ב האט עס אליינס געטון, און דערלייגט גאר אסאך געלט די שווערע וועג פארן געוואויר ווערן דעם אמת'ן גאנג.

איין יונגערמאן וואס איז גאר טעכנאלאגיש געשטימט און האט געברענגט א גוטן פראדוקט אנליין, האט אנגענומען א מארקעטינג סטראטעגיע אויף סאושעל מידיא, וואו ער האט געצאלט פער קליק, און יעדע מאל ווען איינער האט באזוכט זיין סייט האט ער געדארפט צאלן א געוויסן קליינעם אפצאל.

פון אנהייב האט דאס אויסגעזעהן צו זיין די בעסטע מהלך, ווייל ער צאלט נאר ממש ווען איינער קומט שוין צו זיין סייט, און דאס איז דאך וואס ער וויל.

ארויסגעשטעלט האט זיך אז ער האט זייער גוט געמארקעט זיין נאמען אויף די סאושעל מידיא, און ס'געקומען קליקס אן קיין שיער, אבער ווען עס איז געקומען צום קויפן האבן מענטשן נאך נישט געקויפט.

דאס הייסט אז די חלק פון אריינברענגען מענטשן צום טיהר האט ער געטון אביסל צו גוט, און ביים טיהר איז נישט געווען גענוג הילף צו אנווייזן די קאסטומערס וואס צו קויפן אדער די בענעפיטן פון דעם פראדוקט.

דאס מיינט אז איין חלק פון מארקעטינג, וואס דאס איז די עצם ביזנעס וויאזוי צו מאכן מענטשן באמת "קויפן" אן דאס הייסט דער "קאלל פאר עקשן" מאכן מענטשן טון דאס וואס מ'וויל זיי זאלן טון, קויפן, דאס האט ער נישט גוט געטון, און ער האט נאכדעם גענומען א מארקעטינג פירמע וואס האט יא געארבייט אויף ביידע פראנטן און אים געהאלפן מיט דעם פראדוקט. (איך ווייס נישט די סוף פון די מעשה צו ער האט מצליח געווען, איך בין מער נישט געווען אינוואלווד)

איך האב געשריבן אביסל צומישט ביז אהער ווייל דאס איז נישט קיין ביזנעס סעסיע נאר א ארטיקל וואס איר לייענט רואיג, און עס איז נאר חומר למחשבה, און ס'איז נאך דא מער וואס צו שרייבן אין דעם ספעציפישן נושא, אבער איך וול אריבערגיין צו אן אנדערן נושא אין מארקעטינג וואס איז שוין מער ווען די ביזנעס שטייט, און ס'רירט שוין אן אין "פראספעקטינג" ווען מ'גייט ארום זוכן קאסטומערס.

בעיקר וויל איך רעדן פון די נייע פענאנאמע פון "שוי'ס" און ביזנעס קאנווענשאןס, וואס לעצטנס איז עס געווארן מער און מער אקטיוו, ווען דאס העלפט, און ווען נישט, און פארוואס מ'זאל יא אדער נישט גיין דערצו. דאס וועל מיר פרובירן נעקסטע וואך.

אין די זעלבע צייט וויל איך לאזן וויסן פאר מארקעטערס וואס ווילן לאזן הערן זייער מיינונג אז מ'קען מיך קאנטאקטן (פארשטייט זיך אז איך נעם נישט אלס אן יעדנס מיינונג) און גוטע אנווייזונגען וועל איך בעז"ה שרייבן און לאזן די חשוב'ע לייענער וויסן דערפון.

האט א לעכטיגן שבת.