ווען מ'רעדט פון עפענען א נייע ביזנעס, איז וויכטיג צו רעדן פון די נושא פון "בלייבן נארמאל". יא איר האט גוט געלייענט, עס איז נישט נאר א גוטער געדאנק, נאר א שטארקער רעקאמענדאציע. אויב זענט איר א נארמאלער מענטש, און איר האט א געוויינליכן לעבנסשטייגער, דארפט איר מיט אלע כוחות ארבעטן אז דאס זאל זיך נישט טוישן.
לאמיר מסביר זיין וואס איך מיין דערמיט צו זאגן.
א מענטש האט א סדר החיים, צו איז ער געווען א ארבייטער פאר יארן לאנג און ער גייט יעצט אריין אין ביזנעס, אדער אפי' אויב ער האט נאך ביז היינט נישט געארבייט פאר קיינעם נאר גייט גראד אריין אין ביזנעס, אלס איז דא דער בערך'דיגער סדר היום און סדר החיים וואס דער מענטש האט.
ווען מ'עפנט א נייע ביזנעס רעדט דיך דער מח איין אסאך מאל אז מ'מוז אויפגעבן אויף די אלע געוויינליכקייטן און זיין אינגאנצן פארטוהן אין דעם נייעם ביזנעס, אויף אן אופן וואס מאכט אמאל אז מ'זאל נישט קענען געהעריג ווייטער עקזיסטירן.
מ'זעהט מענטשן וואס פארן סיבה פון עפענען א ביזנעס האבן זיי פארלוירן דעם שלום בית, די חברים, און אמאל א געהעריגן קאמיוניקאציע מיט זייערע קינדער, זיי זענען אריינגעטון אינעם ביזנעס אן קיין גבולים ווי מ'רופט עס פון הבדלה ביז קידוש ועד בכלל.
אודאי וועט איר פרעגן: דאס דארף מען שרייבן? ס'איז דאך דברים פשוטים. אבער ס'איז נישט אזוי, עס ליינט זיך זייער גרינג, און עס זאגט זיך נאך גרינגער, אבער דאס צו קענען אויספירן למעשה דארף מען טון פארשידענע וויכטיגע שריט, און פון דעם לאמיר אביסל ארומשמועסן.
ראשית כל, די געוויינליכע שיעורים וואס מ'האט, און אויב האט מען נישט איז וויכטיג זיך צו מאכן (נישט מצד הרוחני, איך רעד יעצט פון א גשמיות'דיגן פונקט) מ'מוז האבן די שעה צופרי און ביינאכט, אדער כאטש איינס פון די ביידע, וואו דער מענטש קומט אראפ פון די עולם המסחר און לעבט דעם געהעריגן שטייגער. דאס הייסט ער מוז דאס אריינבויען אינעם טאג, אפי' אויב ביז היינט איז עס נישט געווען.
אויב ביז היינט האט ער סיי ווי געלערנט 8 שעה א טאג, זאל ער נישט מיינען ער וועט סיי ווי לערנען ווען ער האט צייט, און אן קיין שום רעלאווענס צום חיוב לימוד התורה נאר פון א ביזנעס שטאנדפונקט זאל ער אראפלייגן א שטארקן געוויכט אויף א באשטימטע צייט צו דורך א חברותא אדער א שיעור.
ווען איך זאל שרייבן דעם ארטיקל פאר אידן פון אן אנדערן קאליבער, אדער להבדיל גוים וואלט איך געזאגט די זעלבע זאך מיט אנדערע ווערטער, מ'זאל האבן א צייט צו קוקן ספארטס, אדער צו פארברענגען מיט אנדערע סארט פארברענגערייען וואס דער גוי ווייסט בעסער. אבער דער געדאנק בלייבט די זעלבע, אז מ'מוז זיך אויסשאלטערן און אטעמען פרייע לופט אויף א באשטימטן פארנעם איבערן טאג.
די צווייטע וויכטיגע זאך.
אמאל ווען א מענטש ווערט איבערגענומען און שטארק עקסיידעט איבער עפעס וואס ער ארבייט דערויף, און דאס איז שטארק שייך ביי עפענען א ביזנעס ווען דער חלום איז נאך קאלירפול, פאסירט אז די וויכטיגע מענטשן אין לעבן פאנגען אן צו שפירן דעם טויש אין קלימאט, און זיי ווערן אומוויכטיג.
ווען דאס בארירט די שלום בית דארף מען דאך נישט זאגן וואס דאס ברענגט ח"ו, אפי' עס איז נישט ממש פאטאל אין רוב פעלער, איז עס אבער עפעס וואס קען שאפן אומגעהויערע עגמת נפש, עס נעמט צייט צו באמערקן אז די אשת חיל שפירט זיך עפעס אומוויכטיג ביי אים, און ווען עס קומט צום פאררעכטן דעם פראבלעם קען עס אמאל שוין זיין טיעפער ווי מ'מיינט.
ווען דאס קומט צו די קינדערלעך. איך האב שוין אסאך געהערט ווי קינדער זאגן אז ביי זייער טאטן איז וויכטיגער דאס געלט.
ווייטער איז דאס אויך שייך ביים גוי, כאטש וואס ער האט נישט דעם חינוך הטהור און מ'רעדט נישט פון א תורה שטאנדפונקט, נאר דער עצם רעיון אז דאס קינד שפירט אז ביים טאטן איז יעצט דא א נייע שפילצייג, א נייע וויכטיגע זאך וואס ער האט מער ליב ווי די קינדער איז עס א סכנה שיש בו ממש.
דערנאך איז דאס ביי חברים, די חברים וועלכע האבן דיך אלס געגעבן דעם געפיהל פון געהערן צו א חבורה צו א קבוצה, די מיט וועם דו האסט פארברענגט און אזוי ווייטער, טארן נישט שפירן אז דו ביזט פלוצלינג אין די לבנה און מ'קען צו דיר נישט רעדן.
זאגט זיך גרינגער ווי ס'טוט זיך, אויב ווייסט מען דאס נישט, און מ'טוט נישט וואכזאם דאס באהאנדלען. די סיבה פון עס אויפברענגען אויפן פאפיר איז צו דערמאנען דעם ביזנעס מאן אז צו מצליח זיין אין ביזנעס קען מען נאר אויב מ'איז מצליח אין דעם לעבנסשטייגער, צו מצליח זיין אין ביזנעס און פארלירן די סביבה איז א דורכפאל וואס מ'קען נישט פאררעכטן, מעוות ולא יוכל לתקן ח"ו.
ועל כולם איז וויכטיג צו געדענקען א שטארקע נקודה למחשבה.
ס'געווען נישט לאנג צוריק א גרויסער לאטערי ציאונג, יעדער איז געלאפן קויפן. ביי איינע פון אונזערע ביזנעס מיטינגס האט איינער פארציילט אט די מעשה, ער האט געזאגט אז ס'איז באמת געשעהן, אבער אפי' נישט איז דער לימוד דערפון גאר שטארק.
ביי איין גויאישע משפחה איז איינגעפאלן א געדאנק צו שפילן א געמיינעם פרענק אויף א משפחה מיטגליד. זיי האבן מיט עפעס א סאפטוועיר וואס איז געמאכט פאר אזוינע שפילן געמאכט אז אויפן משפחה טעלעוויזשאן זאל לויפן א נייעס, ס'זאל זאגן אז דער לאטערי נומער וואס האט געווינען איז אט די זעלבע נומערן וואס דער גוי האט געהאט.
זיי האבן זיך געוואלט לאזן וואויל גיין אויפן חשבון פון אים.
ווען דער גוי האט געזעהן זיינע נומערן אויסשפילן אלס דער געווינער, איז ער אריין אין היסטעריע, און נאך פאר מ'האט אים געקענט מודיע זיין אז עס איז געווען א שפיל, און ער איז באמת נישט דער געווינער, האט ער זיך שוין געהאט צוקריגט מיט זיין ווייב, זיין בעה"ב, און אזוי ווייטער. ער האט ווילדערהייט גערעדט איבער זיינע פלענער, ער איז אריין אין א פרישן פלאנעט, געמיינט אז ער האט דאס געלט אויף זיין זייט, און ער דארף שוין נישט זיין דזשאב, האט ער געטון אלעס וואס ליגט אים שוין אויפן לונג פאר א לאנגע צייט.
די סוף מעשה איז געווען אז ער איז געבליבן אנעם געלט, אן קיין ווייב, און אן קיין דזשאב.
פארשטייט זיך אז אזוינס איז אן עקסטרעמער עקזעמפל, אבער וואס מ'נעמט ארויס דערפון איז זייער קלאר. אפי' איר זעהט רויזע קאלירן, און איר זעהט שוין די שורות פון געלט גייער ביים טיר. וועקט אייך אויף יעדע פאר שעה כאטשיג צום רעאליטעט אז טויזנטער האבן שוין געזעהן די חלומות און זיך אויפגעוועקט אויף אן הארטן געלעגער.
נישט ח"ו צו ווערן צובראכן אדער מיואש, אבער צו ווערן עקסטאזיש און זיך אריינלייגן אין גרויסע שיך ווייל די פינגער וועלן וואקסן אדער אנטון א גרויסן הוט ווייל דער קאפ קען גרעסער ווערן איז קלאר נישט קיין עסק און מ'דארף מיטגיין מיטן מציאות.
איינע פון די אמעריקאנער תאוות וואס כאפט זיך ליידער אריבער צום אידישן לאגער איז דער בילד פון "א ביזי מענטש" מ'וויל אויסזעהן פארנומען, דאס גיבט עפעס דעם געפיהל פון "וויכטיג", עס איז נעבעך אן אלטער פראבלעם נישט פון היינטיגן דור, עס קומט פון דעם וואס ליידער די וואס גייען ליידיג זענען געוויינליך פראבלעמאטיש און קיינער וויל נישט ח"ו אזוי אויסזעהן, אבער דאס האט אויך גבולים, און עס גייט אמאל אריין אין א גדר פון ווערן אראפגעקוקט אלס א כסיל.
איר ווייסט אודאי פון וועם איך רעד, ווען מ'זעהט מענטשן וואס האבן נישטאמאל קיין פרנסה און זענען נעבעך ביזי ווי קריכעדיגע, און די צוקוקער פרעגן זיך אליינס: מיט וואס איז ער נעבעך פארנומען? פארוואס מוז ער נעבעך נאכקומען דעם שרעקליכן דראנג פון אויסזעהן ביזי?
איך זאג נישט מוסר, איך זאג דאס פאר פראקטיק. ווען מ'שטעלט זיך אריין אין א מצב וואו מ'בויט אויף א פערסאנע, א פערזענליכקייט וואס מ'קען נישט נאכקומען, אדער וואס איז נאך נישט דערביי, איז אמאל דער קאלטער מציאות אנדערש און מ'מוז עווענטועל ארבייטן שווער צו טוישן.
עס איז גענוג שווער דער עצם טויש אין לעבן, און דער אריבערגאנג צו א ביזנעס, צולייגן דערצו אומנויטיגע עגמת נפש איז גאר א אנדערע מסכת.
צום שלוס: פארלירט נישט די וויכטיגסטע אין אייער לעבן ווייל איר גייט אריין אין ביזנעס, לייגט צו מחשבה צו אייער לעבנס שטייגער.
גייט נישט אריין אין א ביזנעס וואס קען בשום אופן נישט ארבייטן מיט אייער שלום בית. למשל: ביי געוויסע איז נישט קיין פראבלעם דאס אז מ'דארף זיין אוועק פון שטוב פאר 2 טעג א וואך, און ביי געוויסע איז עס עפעס וואס מ'טאר אפי' נישט פרובירן. (און ווי האט נאר געזאגט דער משולח, ווען מ'האט אים געפרעגט וויפיל צייט ער איז אוועק פון שטוב? האט ער געענטפערט 10 חדשים פון יאר. פרעגט מען אים וויאזוי האלט איר עס אויס? זאגט ער: נו, 2 חדשים קען מען דורכשטופן...)
גייט נישט אריין אין א ביזנעס וואס קען נישט עווענטועל ארבייטן מיט אייערע קינדערס חינוך. יא, אמת, אמאל דער אנהייב איז שווער צו פרעדיקטן און מ'קען ווערן אביסל מער פארנומען, אבער אויב די גאנצע ביזנעס אין וועלכן איר ווילט בלייבן פאר יארן לאנג איז אזוינע וואס וועט אייך אוועק נעמען פון די טייערסטע אין אייער לעבן, פארגעסט דערפון און לאזט א גוי דאס טון. עס איז נישט ווערד. (איך האב שוין גערעדט צו פולע וועלכע האבן געמאכט נעבעך דעם טעות און עס איז געווען א חורבן הבית)
חלומ'ן איבער סוקסעס איז זייער בא'טעמ'ט, און מ'טוט דאס אין בעט אליינס צווישן זיך און מיך און איך, איר מוזט נאך נישט אויסשפילן דעם סוקסעס חלום בשעת'ן חלום, ווארט צו אויפן רעאליטעט, ווען איר וועט מצליח זיין וועט איר אויסקלויבן א מהלך וויאזוי עס אויסצושפילן, טוט דאס נישט פאר איר ווייסט וויאזוי עס וועט אייך אויסארבעטן.
איך האף אז די ווערטער וועלן העלפן פאר די וואס עס דארף העלפן, און אז איר האט הנאה פון דעם קאלום.
מ'קען מיר שיקן שאלות, און מיר ענטפערן אמאל אין פריוואט און אמאל אין די ראמען פון דעם ארטיקל.
א גוט שבת