יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ ראט און טאט
ארטיקלען

פרשת תצא תשפ"ג

ראט און טאט · "דער שטיבל" · שנת תשפ"ג

איינע פון די שווערסטע זאכן אין עפענען א ביזנעס איז דער אריבערגאנג פון חלום צו רעאליטעט.

לאמיר עס אויסשמועסן.

די וועג וויאזוי עס גייט צו דאס עפענען א ביזנעס, עס הייבט זיך אן ביים איניציאטאר אין מח דורך סיי וועלכע קוועלער פון אינפארמאציע אדער מציאות וואס מאכט דעם מענטש טראכטן אז ער וועט מצליח זיין אין דעם ביזנעס.

ער זעהט אין זיין חלום די ביזנעס שטיין אויף די פוס מיטן פולסטן פראכט, ער זעהט ארבייטער לויפן און קומען, ער זעהט א שיינעם אפיס, א וועירהאוז, אדער סיי וואס עס איז די ביזנעס, ער זעהט געלט אין זיין אקאונט, און אמאל אמאל זעהט ער זיך אפי' אלס דער נגיד, אויפגעריסטעט מיט שש וסוחרת ווי עס פאסט פאר אן עושר פון דעם סארט.

ווען ער פאנגט אן צו נעמען זיינע ערשטע טריט, גייט דער חלום אריבער פון מחשבה צו דיבור, און ער רעדט מיט וועם ער ברויך, און הייבט אן צו נעמען אין באטראכט די מער רעאליסטישע מציאות וויאזוי זאכן דארפן געטון ווערן.

דערנאך קומט דער שווערער אריבערגאנג פון דיבור צו מעשה. מ'הייבט אן אינוועסטירן, אריינלייגן שעות ארבייט, מ'דרייט א רעדל, עס איז גאר שווער, געלט קומט נאך נישט אבער גיין גייט אסאך, מ'איז פארנומען גאר אסאך שעות, און אפי' אין א דרך צלחה איז עס א שווערער דורכגאנג ביז מ'האלט ביים טאג ווען מ'קען אנהייבן באמת ארבייטן אין די ביזנעס.

ווי מיין רבי פלעגט זאגן ווען מ'האט געענטפערט אז מ'רעדט פון לערנען, האט ער געזאגט, הער אויף צו רעדן פון לערנען נאר לערן. דאס פאסירט ווען מ'הערט אויף רעדן פון די בזנעס נאר מ'איז אין ביזנעס. מ'דארף באמת בפועל אנהייבן טון די ארבייט.

דא קומט א תקופה פון וועלכן מ'דארף רעדן, אודאי ווענדט זיך אין וואספארא סארט ביזנעס מ'איז, אבער ווען מ'שרייבט אין א קאלום קען מען זיך נאר באציען דערצו בכלליות, און האפנטליך וועלן די ליינער קענען ציען שטריכן צו זייער סיטואציע בפרטיות.

איר געדענקט אז ווען דער מענטש איז נאך בחלומו איבער די ביזנעס זעהט ער שוין א 5 יאר פראדשעקשאן, ער זעהט שוין די ביזנעס אלס אן ערוואקסענער ביזנעס וואס ברענגט אים דעם חלום, אבער דא ווען ער האלט שוין ביים אנהייבן פארגעסט ער אז די פלענער און אקטיוויטעטן מוזן אויך ווערן געמאכט מיט דעם 5 יאר פלאן אין חשבון, און פלוצים זעהט ער זיך ארום אז ער ארבייט אויף א טאג ביי טאג באזיס, ער לויפט נאך דעם שאטן, נישט דא קיין פלאן פארן מארגן, דער עיקר איז קאווערן דעם נעכטן.

לדוגמא: אויב פרעגט איר אים וואס ער טוט אין זיין ביזנעס, וועט ער געוויינליך וויסן צו זאגן אין אפאר קורצע זאצן, וואס זיינע אקטיוויטעטן באשטייען, למשל אז ער איז א סעילסמאן דארף ער רופן און פארקויפן א פראדוקט, און ער וועט אין קורצן זאגן: איך מאך טעלעפאן קאללס צו האפנטליכע קויפער'ס, און פון אסאך אזוינע קאללס ווער איך פארנומען מיט גוטע סעילס.

אבער ווען איר זאלט זיך אריינרוקן שטילערהייט ביי אים אין אפיס וועט איר שאקירט ווערן אז דאס וואס ער האט געזאגט נעכטן איז זיין עיקר ביזנעס פארנעמט גאר א קליינעם חלק פון טאג, און פול מאל אפי' נישט דא קיין צייט דערפאר אין טאג, ער איז פארנומען מיט אנדערע זאכן.

איך רעד נישט פון זיין פארנומען מיט נארישקייטן וואס דאס דארף מען נישט דא אויסשמועסן, איך רעד אז ער איז פארנומען מיט גאר וויכטיגע זאכן פאר זיין ביזנעס, אבער די טעג לויפן און דער עבודת פנים ווערט נישט געמאכט, די וויכטיגסטע און מערסט אפעקטירנדע ארבייט ווערט נישט געטון.

לאמיר אביסל רעדן פון די נושא, איך האב שוין גערעדט אביסל פון דעם אבער לאמיר מרחיב זיין. אין די אלטע היים איז די צייט אין טאג געווען פארבינדן שטארק מיט די שני מאורות הגדולים די זון און די לבנה, מ'האט נאר געקענט ארבייטן ווען עס איז געווען טאג, מ'האט נאר געקענט טון דאס וואס דער מענטשליכער כח און מענטשליכער מח האט געקענט נאטורליך עררייכן אין דעם טאג וואס מ'האט געהאט פאר זיך.

מ'האלט היינט אין א תקופה וואס צו מצליח זיין ברויך מען קענען טון מער ווי וואס דער טאג לאזט אריין, און פיל מער ווי דאס וואס א מענטשליכער מח קען באגרייפן אדער באגלייטן, מיר נוצן אלע סארט טעכנעלאגיע אונז צו העלפן אין דעם געלויף קעגן צייט און קעגן דעם אייגענעם מח.

וואלט דאך אבער געדארפט זיין דער מציאות אז מ'זאל אנקומען פיל מער, און מיט די אלע כלי זיין וואס מיר פארמאגן היינט וואלט מען געדארפט האבן מער צייט, און אודאי אז דער טאג מיט די נאכט האבן שלום געמאכט, און ס'היינט קיין שום פראבלעם אנצוגיין מיטן טאג טיעף אין די נאכט אריין, מ'דארף נישט גיסן נאפט אין די לעמפ, און זיך יאגן ווען דער וואקסענער ליכט צעגייט.

האבן מיר טאקע מער צייט? ניין, און די סיבה איז נישט ווייל מיר האבן צופיל וואס צו טון, נאר ווייל מ'איז פארנומען מיט צופיל אומוויכטיגע עסקים וואס זענען נישט נאר נישט הילפבאר צום ציהל נאר שטערן דעם סאמע ציהל צו וואס דער מענטש וויל דערגרייכן.

איך וויל נישט פארקריכן אין א מוסר שמועס, אבער דער געדאנק איז אז אויב די קאנטראלירבארע מעשים וואס דער מענטש ווייסט אז ער מוז טון כדי זיין ביזנעס זאל וואקסן ווערן נישט אריינגעבויט סיסטעמאטיש אינעם טאג, ווערן זיי צומאל נישט נאר פארגעסן נאר בידים אוועקגעשטופט.

דער רייץ פון דערגרייכן לאזט נישט דעם מענטש טון די שווערע היים ארבייט וואס עס נעמט אנצוקומען אהין. מ'זעהט אזויפיל אידן וואס זייער געדאנק פאר א ביזנעס איז שטארק, און זייער מקור פאר פאנדינג איז זייער גוט, און אלעס קלאפט, נאר ווען ער זיצט שוין אויפן בענקל און ליינט זיך אן ביים טישל פארגעסט ער די עיקרים.

דערפאר איז זייער וויכטיג אז ווי נאר דער ביזנעס האט זיך געעפנט, אדער גע"לאונטש"ט וויאזוי מ'רופט עס אין אנדערע אינדוסטריעס, דארף דער מענטש האבן די גבורה פון א באשטימטע צייט אינעם טאג ווען ער טוט די 2 אדער 3 זאכן וואס דארפן יעדן איינציגן טאג געטון ווערן.

און איך רעד נישט פון קוקן די באנק אקאונט 10 מאל א טאג, אדער ריפרעשן די אימעיל'ס 17 מאל אין א ציה.

אויב זענט איר אין א סעילס ביזנעס רעד איך פון די פאון קאלל'ס,

אויב זענט איר אין א געשעפט ריטעיל רעד איך פון די פראדוקט דיספלעי און נאך 15 זאכן וואס דארפן ווען זיין אויף אייער סדר היום יעדן טאג.

אויב זענט איר אין עמעזאן רעד איך פון א באשטימטע צייט פארן פראדוקט דעוועלאפמענט, און א אבאשטימטע צייט פאר די מארקעטינג אויפן סייט, אא"וו.

יעדע ביזנעס האט 2 אדער 3 אנגייענדע קאנטראלירבארע אקטיוויטעטן וואס מוזן געטון ווערן יעדן טאג, סיי ווייל נאר טאג ביי טאג טריט ביי טריט קומט מען געוויינליך אן, און בעיקר נישט צו פארגעסן דעם תכלית און דער מענטש זאל קענען ציען א שטריקל פעלזן פעסט פון זיין מחשבה תחילה צום סוף מעשה.

איר וועט שמייכלען אפשר, אבער רעדנדיג צו נייע ביזנעס לייט איז דא א גרויסע פראצענט וואס לאזן איבער די לייצעס ערגעץ צווישן דעם חלום און די רעאליטעט, און די באן פארט אן קיין קאנדוקטאר, צומאל מיט גרויס מזל קומט מען ערגעץ אן סיי ווי, אבער וויפיל מאל קומט מען אן ערגעץ ווי מ'האט זיך בכלל נישט געראכטן.

א אינגערמאן פארציילט מיר ער האט געעפנט זיין ביזנעס צו זיין א סארט סערוויס צו העלפן אין די שאפינג אינדוסטריע, און פון איין טאג אויפן צווייטן איז ער פארוואנדלט געווארן אין א דעליווערי סערוויס, ער ווייסט נאך היינט נישט וויאזוי דאס האט פאסירט, נאר אזוי איז געווען אז דער עיקר איז פארגעסן געווארן און דער טפל האט זיך ב"ה ארויסגעשטעלט אלס א סוקסעס.

איז עס א פראבלעם אויב מ'איז סיי ווי מצליח? אפשר נישט, אבער ס'איז נישט אייביג אזוי די ענדע פון די מעשה, און מער פון אלעם איז די פראבלעם אז אין דעם טפל האט איר נישט אריינגעלייגט די נויטיגע מחשבה און לימוד צו קענען באמת זיין דאס וואס איר האט געהאפט צו זיין.

ווען דער ביזנעס מאן וואס האט געחלומ'ט פון זיין א מיליאנער און האט געהאט א גוטן פלאן, איז פלוצלינג צופרידן אז ער קאווערט ביל'ס איז זייער גוט אז ער קאווערט בילס, אבער אמאל אין א ניטל נאכט ווען איר ארבייט נישט און קיינער זעהט נישט מעגט איר זיך פרעגן: איז דאס געווען דער ציהל? אדער בין איך ערגעץ אנטשלאפן געווארן?

אין קורצן: ווען איר האט א פלאן פאר א ביזנעס, מאכט זיכער אז די 2 אדער 3 קאנטראלירבארע אקטיוויטעטן ווערן געטון דורך אייך רעגלמעסיג, און עס ווערט א חלק פון דעם סדר היום, לאזט נישט אז די קאנטראל זאל זיין אויף אויטא פילאט, עס איז פון הימל אזוי געשאנקען געווארן פארן חי המדבר אז ער זאל מיט די גאט געבענטשטע כוחות טון זיין השתדלות נישט ביים זיך לאזן קאנטראלירן נאר אליינס קאנטראלירן בעזר ד' דעם ביזנעס.

הצלחה

נ.ב. מ'האט לעצטנס געשיקט שאלות און איך וויל מודיע זיין אז איך וועל מיך אומקערן צו ענטפערן אי"ה בעוד מועד, איך קען נאר נישט אלס צוריקדרייען די שמועס צופיל, מוז איך ווארטן אויף א געלעגנהייט ווען די נושא קומט אפיר נאכאמאל. א גרויסן דאנק פאר די שואלים, ביטע האלט אייך נישט צוריק פון פרעגן. מ'קען שיקן אויף. .......