יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ ראט און טאט
ארטיקלען

פרשת שופטים תשפ"ג

ראט און טאט · "דער שטיבל" · שנת תשפ"ג

מיר האבן פאריגע וואך איבערגעשמועסט אביסל פון א שמועס מיט א איד פון פריערדיגן דור לגבי ביזנעס, און די טעמע פאר זיך סיי די לימודים וואס מ'קען פון די אידן לערנען, אבער אויך די פשוטע מהלך המחשבה פון די אידן אויב ווערט עס באטראכט מיט שכל קען מען דערפון אליינס גאר אסאך לערנען.

רעדנדיג צו אידן פון דעם גיל איז מיר אויסגעקומען צו באמערקן נאך עפעס וואס אויב ווארט מען עס צו לערנען אויף די אייגענע בארד קען עס זיין אביסל שפעט, דאס הייסט אז ווען איינער ווערט געוואויר נאכן פארן א לאנגע וועג אז ער האט געבלאנדזשעט, איז געוויינליך שפעט, און ער קען טאקע נישט מער ווי מודה זיין אז ער איז פארפארן, אויב אבער האט ער א מקור ווען ער איז נאך אינטערוועגנס וואס לאזט אים וויסן: ר' איד, איר זענט פארפארן, מאך א לינקס און דריי דיך צוריק און פרעג דיך נאך וויאזוי צו פארן ווייטער, איז נאך שייך צו פאררעכטן ע"פ רוב.

עס איז דא א ווארט וואס אין ענגליש רופט מען עס Growth Mindset איך האב נאך נישט געהערט א קלארע אידישע ווארט פאר ווארט אפטייטש, אבער דער געדאנק איז, אז סוקסעספולע ביזנעס לייט געוויינליך האבן א געדאנקענגאנג פון "וואקסן", דאס הייסט זיי קוקן אלס אויף ארויף און זוכן צו שטייגן מער און מער, זייערע שאיפות זענען אלס מער ווי דער איצטיגער רעאליטעט.

עס איז נישט קיין ספק אז "צופרידנקייט" איז עפעס וואס א מענטש מוז האבן נישט קיין חילוק וואו ער האלט אויף די וועלט, און מ'ברויך קענען זיין צופרידן מיטן מציאות און דאנקען דעם אויבערשטן אויף וואס מ'האט ב"ה, אבער די געוויינליכע ביזנעסלייט זענען עכ"ז אלס מיט די אויגן אויף ווייטער מיט א Growth Mindset זיי שטעלן זיך נישט אפ ביים הווה, זיי זענען אלס אויפריכטיג מיטן מציאות און פרובירן צו ציען די שטריקעלעך צום עתיד מיט וואס נאר מעגליך.

אין רוחניות איז עס אודאי באקאנט, א איד דארף זיין א הולך, און מ'דארף זיך ערלויבן צו וואקסן און גלייבן אז מ'קען אלס שטייגן,

אין גשמיות איז עס אפשר נישט קיין חוב, אבער זיכער א גוטער מתנה פון הימל.

לענינינו ווען איך רעד צו אידן פון דעם גיל, זעהט מען אז עס איז נישטא קיין גרויסער תקופה פון א פאקטישע "וואוקס געדאנקענגאנג" אין רוב פון די וועלט, עס האט א צייט ווען ס'הייבט זיך אן, און א געוויסע תקופה פון אנגייענדע שאיפה, ביז עס קומט צו א ספאנטאנע ענדע. אויסער ביי די געציילטע וואס זיי לעבן בליעה"ר פאר לאנגע געזונטע יארן און קיינמאל שטעלט זיך נישט אפ ביי זיי דער רייץ פון שטייגן.

איך רעד צו א איד וואס איז שוין באלד א בן שמונים, און ער דערציילט מיר פלענער ווי א אינגערמאן ארויס פון כולל, פון איין זייט קומט מיר א שמייכל און איך פרעג מיך אליינס, ווען וועט דער איד שוין איינזעהן אז מ'דארף אמאל שלום מאכן מיטן מצב, און זיין צופרידן פון וואס מ'האט, (דער איד איז א צופרידענער איד, אבער מיטן שמייכל אינאיינעם האט ער כסדר שאיפות אויף ווייטער) אבער פון די צווייטע זייט זעה איך דעם איד אלס א מוצלח, ער האט ב"ה א שטוב א לעכטיגע שטוב מיט וואוילע קינדער, שיין פרנסה, און ער האט ב"ה בדרך כלל מצליח געווען אין לעבן.

אין מיין קאפ קומט אריין די שאלה, אויב אזוי, איז עס ווערד צו וועלן שטייגן? אדער וועל איך קיינמאל נישט אויפהערן וועלן? אין רוחניות דארף אזוי זיין ווי דערמאנט, אבער אין גשמיות? ווען איז די צייט וואס א מענשט קען אראפלייגן די געווער?

לאמיר פון דעם רעדן א מינוט

די נאטורליכע רייץ פון דעם מענטש צו וואקסן נעמט אן פארשידענע פארמען. אלס אינגער מענטש ווען מ'האט נאך נישט פרובירט גארנישט, וויל דער מענטש אלעס, ער שפירט אז ער האט ארויס דעם טעות פון רוב עולם, ער וועט עס "יא" מאכן, ער ווייסט וואס יא אדער נישט צו טון און נישט אנקומען דארט ווי ניינציג פראצענט קומען אן.

ער גייט אריין אין ביזנעס און ער הייבט אן זעהן אז עס איז נישט פויגלדיג, ער איז טאקע א מוצלח, ער וייסט ,ער איז קלוג, אבער איין טעות דא און א קליינער טעות דארט, נעמט יארן צו פאררעכטן, און בעפאר מ'גיבט זיך א דריי וויל מען שוין מאכן א הארד ריסעט און אנהייבן פריש און ס'גייט נישט אזוי.

שטעלט זיך ארויס אז אמאליגע צייטן האט דער Growth Mindset געהאט מער א ברייטערן תקופה ווען אנצוגיין ווי היינט. מ'רעדט אז אינגעלייט פון קוים עטליכע דרייסיג רעדן שוין ווי רעזיגנירט (איך רעד נישט צו די וואס רעזיגנירן נאך אין ישיבה קטנה, איך רעד די וואס האבן יא שאיפות, און פרובירן דא און דארט) און ער רעדט שוין ווי א איד וואס אין אמאליגן דור איז ער געווען בערך 65.

די סיבה דערצו קומט סיי פון דעם אז מ'לעבט אויף א אנדערן שטייגער, און א דורכפאל אפי' נאר א קליינער צוברעכט די נשמה, צו איז דאס ווייל מ'וואקסט אויף מער מאטריאליש אדער אפי' ווייל מ'מעסט מענטשן לויט זייערע דורכפעלער (אמאל איז דאס נישט אזוי געווען. א באנקראט האט נישט געמיינט א דורכפאל, ס'האט אמאל געמיינט א גוטע סטראטעגיע, וד"ל.)

וויאזוי עס זאל נישט זיין איז עס אויך צוליב א גאר אינטערסאנטן פאראדאקס פון די יארן וואס שטעלט זיך ארויס א מציאות אז מ'מוז פשוט אין א קורצע תקופה אנקומען אסאך מער ווי אמאל.

אמאל ווען דער פשוטער גוי איז געגאנגען ארבייטן ביי די 17 און געארבייט ביז די 65 אויב ער האט נאך געלעבט, (דער לעבנסשפאן איז געווען פיל קערצער ווי היינט) איז אויסגעקומען אז דער מענטש האט געארבייט מער ווי 45 יאר, און ווען ער האט פענסיאנירט, איז געווען דער געוויינליכער לעבן שפאן בערך ביז די 75, און ביי די 80 איז ער שוין געווען אן אלטער מענטש.

היינט ב"ה לעבט מען לענגער, כן יעזור ד' הלאה, אבער אין די זעלבע צייט סיי הייבט מען אן צו ארבייטן שפעטער, און מ'ענדיגט פריער.

דער עווערעדזש מענטש הייבט אן ארבייטן נאך די 25 (רוב גויים לערנען זיך פאכן בעפאר דעם, און ביי אונז אידן להבדיל אלפים הבדלות לערנט א גרויסער ציבור נאך אין כולל וכדו' ביז מ'גייט ארבייטן), אבער ווען ס'קומט צו רעטייערן, איז היינט א גרעסערער פראצענט אויסן צו רעטייערן ביי 55 אדער אפי' נאך פריער.

דאס הייסט אז דער מענטש ארבייט קנאפע 30 יאר, און ער לעבט אין רעטייערמענט מער ווי 40 ווייל מ'לעבט ב"ה לענגער.

דאס ברענגט א געוויסע אומאיינערקענטע פרעשור אז מ'מוז אוועק לייגן מער געלט פאר א לענגערע צייט פון א קורצערע תקופה פון די ימי עמידה ווען מ'מאכט דאס געלט.

דער חשבון ווערט גענוצט אין פילע מעטאמאטישע אדער ביזנעס איינגעלעגנהייטן, און איז אנגענומען ביי עקספערטן צו זיין די ווארהייט, אבער לענינינו פאר די קליינע נקודה פון די וואך, דאס ברענגט אראפ דעם Growth Mindset צו א גאר באשרענקטע צייט וואס דער מענטש איז נאך מסכים צו טון גרויסע שריט פאר וואקסן, ער הייבט אן ביי עפעס קליין, און ווען ער וויל גיין צו גרעסער איז ער שוין באלד 10 יאר דערינען, ער זעהט שוין די טיהר אויף די אנדערע זייט, ער רעדט שוין פון גיין אויף פענסיע נאך פאר ער זיצט אויפן בענקל באקוועם.

איז עס א פראבלעם? איז עס א מעלה? דאס וועל איך לאזן פאר אייך, אבער אין די ראמען פון ראט און טאט איז דא א נקודה דערין וואס איז יא וויכטיג צו געדענקען און איבער שמועסן.

דער Growth mindset דער רצון צו שטייגן איז נישט דער מכריע צו דער מענטש וועט מצליח זיין, און מיר וויסן דאס זייער גוט, עס איז אבער א גאר געזונטער עקסערסייז פארן מח צו מאכן דעם מענטש אקטיוו. די אידן וואס האלטן דאס אן אפי' א לענגערע תקופה די האבן א געזונטערן לעבנסשטייגער און ווערן נישט נאכגעלאזט.

דער מענטש דרייט זיך פון די 20 ביז די 40 מיט די אויגן אויפן עתיד, ער ווייסט אפי' נישט וואו ער שטייט יעצט, ער פארגעסט אז ער ווערט עלטער, ער דערמאנט זיך ווען דער דאקטאר זאגט אים אז ער מוז קומען מער רעגולער פאר זיינע טשעקאפס, אדער ווען די ברילן דארף ער שוין אראפרוקן ביים לייענען.

ביי די 40 און ווייטער אויב איז ער א פאזאטיווער מענטש מיט א אויסקוק צו אלעם מיט א גוט אויג וועט ער זייער שנעל זיך באקוועם מאכן און אנהייבן צוריק קוקן אביסל, און מאכן החלטות לויט וויאזוי ער קען זיך גוט אפלערנען, און שוין וויסן בעסער וואס זענען זיינע טאלאנטן אדער קענטעניסן, און מיט וואס ער קען ווייטער שטייגן און מצליח זיין.

ער רעזיגנירט נישט ווייל ער איז שוין עלטער, נאר נעמט זיין עקספיריענס אויף די וועלט און מאכט א געוויסע החלטה מיט די רעזולטאטן, ער האט געארבייט 20 יאר, ער ווייסט וואס ער פארטראגט, ער מעסט זיך שוין נישט מיט דעם וואס ער זעהט אז אנדערע טוען אדער קומען אן, ער ווייסט שוין אפי' וואס ער מעג וועלן, און וואס ער דארף לאזן פאר א צווייטן.

און ווען דער מענטש טוט דאס פאזיטיוו, קען ער באמת זיין דער גרעסטער מבין אויף זיך, און דארף נישט קיין קאנסולטענטס פאר דעם.

אמאל אודאי דארף מען אויסשמועסן ווייל זיך אליינס צו קענען קען מען זיך פאפן אויך און געוואויר ווערן ביי די 80 אז מ'איז געווען מיסאינפארמירט, אבער אפי' נאר דער געדאנק אז אנהאלטן דעם Growth Mindset און נוצן די אייגענע עקספיריענס אלס א דרייווער איז שוין גענוג אז ער זאל עכ"פ טון בעסער ווי דער וואס טוט דאס נישט.

אין מיין שמועס מיט איין איד וועלכער האט דעם מיינדסעט און ער לעבט ב"ה אויף אלע זייטן ביי די 80, ווען נישט די קנייטשעלעך און די ווייסע הארעלעך וואלט מען געקענט מיינען ער איז 35 האט ער מיר דאס מעורר געווען, ער האט מיר מסביר געווען אז ער האט געגרינדעט א ביזנעס ביי די אינגע יארן, און ער האט פענסיאנירט פון זיין ביזנעס נאך 40 יאר, אבער פון אנהייב ביזן סוף האט ער אלס געקוקט דערויף מיט א בליק פון וואקסן, אפי' ווען די לעצטע פאר יאר האט ער שוין געוואוסט אז ער גייט אויף פענסיע, האט זיך עס נישט דערקענט אין זיין טאג טעגליכן ווירטשאפט.

ביז א טאג פאר ער איז ארויס, האבן די ארבייטער נישט דערקענט אויף אים קיין חילוק אין זיין התנהגות.

דאס זאגט זייער אסאך פאר אונז, און דאס איז די נקודה וואס איך וויל די וואך ארויסברענגען.

האלטן דעם וואוקס געדאנקענגאנג לעבעדיג, און זיך נישט לאזן איבערפארן מיט די טויטע נעגאטיווע יאוש געפילן.

געדענקט אז יעדע טריט אין לעבן וואס איר שטעלט, קען זיין א מעשה ביכל פאר א צווייטן וואס יא אדער נישט צו טון, פארוואס זאלט איר עס נישט אליינס לייענען?

געדענקט אז א רצון צו שטייגן האלט דעם מענטש יונג און דעם מח פריש.

געדענקט אז אפי' אויב איר האט מורא פון דעם מציאות אז די צייט פון שטייגן איז קורץ לוינט נישט אריינצו שפרינגען אין עפעס וואס וועט נאכדעם פארנעמען מער יארן צו פאררעכטן. נאר שמועסט אייך איבער מיט אידן וואס האבן שוין געשפרינגען און זענען שוין עלטער פון אייך, נעמט די אידן פאר אייערע ראט געבער זיי זענען די בעסטע עקספערטן.

געדענקט מתפלל צו זיין לאבינו שבשמים "אל תשליכנו לעת זקנה" אבער זיך אליינס צו פארווארפן איז זיכער אסור.

א גוט שבת