יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ ראט און טאט
ארטיקלען

פרשת ראה תשפ"ג

ראט און טאט · "דער שטיבל" · שנת תשפ"ג

אונז האבן מיר ב"ה אין די פארגאנגענע פאר וואכן געדעקט באופן כללי די נושא פון "שותפות", פארשטייט זיך אז ס'איז ניטאמאל אויפן שפיץ גאפל וואס מ'קען אלס שרייבן ביכער איבער די נושא, און יעדער פאל פאר זיך דארף געהעריג ישוב הדעת ותשועה ברוב יועץ צו טון בסייעתא דשמיא די ריכטיגע שריט.

אין מיין הקדמה פאר די סעריע, אה, זעהט שוין אויס ווי דורות צוריק, האב איך געשריבן א ציהל צו רעדן צו אידן פון עלטערן דור, און הערן פון זיי וואס זיי זאגן, און וואס מ'קען לערנען פארן יונגערן דור. מ'האמיר געשמועסט אז טראץ וואס נישט יעדער איד וואס איז געווען יארן אין ביזנעס ווייסט וויאזוי צו בלאזן שופר און עס מפרסם זיין, האבן זיי אלע א ריזיגן זאפאס פון עקספיריענס וואס איז זיכער כדי צו הערן און ארויסלערנען דערפון.

ביי געוויסע זאכן איז דא דער כלל אז די דור רוקט זיך און מ'דארף זיך איינשטעלן צום ריטם פון די יעצטיגע מצבים, אבער ביי די כלליות'דיגע יסודות פון ביזנעס, פון מקח, פון מענטשהייט, וכדו' דאס זענען אלס געבליבן די זעלבע, און מ'דארף נאר קענען אריינשטעלן די כללים כפי מה זיי זענען אין די היינטיגע מצבים און נוצן צום בעסטן אופן.

איך זוך צו רעדן צו אידן וואס האבן עקספיריענס אין סיי וועלכע ליין אין ביזנעס, די אידן וואס האבן שוין רעטייערט אדער סעמי רעטייערט (האבן שוין נישט זייטיגע נאטורליכע אינטערעסן, און קענען פארציילן זייער עקספיריענס אלס א אינטערסאנטע מעשה נישט מיט א רוף צו קויפן א פראדוקט אדער סערוויס), איך האב גארנישט ח"ו קעגן די וואס ארבייטן, אבער פאר די ראמען פון דעם סעריע איז חשוב'ער א שמועס מיט איימיצן וואס פארציילט די מעשה אלס אמעשה, און נישט אלס א אנגייענדיגע ביזנעס אינטערוויו. וד"ל.

איך אליינס האב שוין גערעדט צו אסאך, און איך וויל אין דעם איזולירטן ארטיקל רעדן פון איין נושא וואס איך האב אויסגעשמועסט מיט א קלוגן איד פון דור הקודם וועלכער האט געהאט א געשעפטל אין איינס פון די שטעט אין די מעטראפאליטען ניו יארק, (נאמען געהיטן ביי די רעדאקציע).

האבן מיר אסאך געהערט אין דעם שמועס, און ס'איז געווען זייער אינטערסאנט, בעיקר דער חלק אז מה שהי' הוא שיהי', און די וועלט האט איין גרויסן רעדל וואס דרייט זיך און עס איז אלס די זעלבע, און יעדע מאל ווען די רעדל דרייט זיך אריבער דעם פעך אויפן אויסגעפלאסטערטן ראוד מיינט דער באבל פון ראבבער אז ער פארט אויף ארויף און ס'איז שוין קיינמאל נישטא קיין וועג אראפ. און פלוצים נעמט ער זיך פארן אויף אראפ, און דאן מיינט ער אז קיינמאל גייט שוין נישט דער ראד אויף ארויף, און אזוי דרייט זיך דער ראד.

אבער דאס איז נישט קיין נייעס. די נייעס איז אז אפי' די טכסיסי מלחמה, די ארבייטס קליידער, די טאקטיקן און אלע אנדערע ביזנעס געדאנקען וואס דער יונגערער דור רעדט זיך איין אז מ'האט מחדש געווען איז אלס שוין געווען ביי די געוויסן פון אונזערע פארגייער, און ס'איז איטנערסאנט צו הערן וואס זיי זאגן.

נאך א זאך איז זייער אינטערסאנט ווען איך רעד צו אידן פון דעם גיל, אז עס איז נישטא קיין גרויסער תקופה פון א "וואוקס געדאנקענגאנג" אין רוב פון די וועלט. דאס הייסט, אז רוב מענטשן ווען זיי האלטן ביי די גאר יונגע יארן זענען זיי נאך אביסל חלומ'דיג, און טוען וואס זיי קענען צו מאכן א קנייטש אויפן פאדלאגע מ'זאל דערקענען זיי זענען דא געווען.

ווען זיי ווערן אביסל עלטער און טראכטן שוין יא מער פאר א צוקונפט וועלן זיי אנהייבן פלאנירן, און אין פילע פעלער ווען זיי ענדיגן פלאנירן זענען זיי שוין צו אלט צו אננעמען נייע אינטערנעמונגען ווי דאס וואס זיי האבן געטרוימט ביים אנהייבן פלאנירן.

נישט ח"ו צו מאכן קיין דעם אפעטיט פאר פלאנירן אוועקגיין, אבער דער רוף פאר זאכליכע ממשות'דיגע פעולות איז גאר הויך, מ'קען נישט ווארטן מיט חלומות, מ'מוז טון צו דער זאך.

עס שטעלט זיך ארויס אז עס איז דא א גאר קורצע תקופה פון אפשר 10 אדער 15 יאר וואס רוב פון דעם פאריגן דור וועלכע זעען געווען אין ביזנעס האבן אין די יארן אנגעהויבן און פון דארט געצויגן זייערע קאריערעס פאר לאנגע יארן שפעטער.

עס איז היינט אביסל אנדערש בעצם אין דעם ענין פון יארגענג צוליב אסאך סיבות. איינס אז די ארבייט יארן הייבן זיך בעצם אן שפעטער, דאס הייסט אז אין די גויאישע וועלט איז היינט דא א גאר גרויסע פראבלעם וואס הייסט "לעבן לאנג" אדער "לעבן לאנג אן קיין פרנסה".

לאכט נישט, אבער מ'רעדט פון דעם פראבלעם אסאך, ס'הייסט "לאנגדזשעוויטי" אז א מענטש לעבט איבער זיין געלט. און די סיבה איז אזוי:

אמאל האט א מענטש אנגעהויבן ארבייטן ביי די 17 אדער 18 יאר, און געארבייט ביז די 65 אויב האט ער נאך געלעבט, און דעמאלס האט ער רעטייערט, און די מענטשליכע לעבן איז דאן געווען נארמאל פאר אן אלטן מענטש צו זיין א בן שבעים אדער העכסטנס בן שמנים. דאס הייסט אז ער האט רעטייערט בערך פאר 15 יאר נאכן ארבייטן איבער 40 צו זאמלען געלט דערפאר.

היינט הייבט אן דער עווערעדזש גוי צו ארבייטן ביי די 28 נאך די קאללעדזש יארן וכדו'. (איך רעד נישט פון די ארבייט וואס זיי טוען צו באצאלן די סטודענט לאון'ס בשעת מ'לערנט זיך נאך א פאך) און מ'קען שוין רעטייערן ביי די 55 (און מענטשן טוען דאס היינט אסאך) און מ'לעבט ב"ה פול לענגער, היינט א זקן מופלג איז נישט איינער וואס איז אינטער 95, איך געדענק נאך ווען 70 איז געווען א זקן מופלג...

דאס הייסט אז ער רעטייערט נאכן ארבייטן 30 יאר, און וויל לעבן פון דעם רעטייערמענט געלט פאר 45 ועוד. דאס הייסט ביי אונז א ברכה משמים, אבער אין די גויאישע גאס איז דאס איינס פון די פראבלעמען פון וואס מ'רעדט אז מ'דארף טון דערצו אוועק צו לייגן מער געלט וכדו'.

לענינינו, איז עס אויך אזוי אז די תקופה פון Growth Mindset ווען דער מענטש טראכט פון וואקסן און ער וועט נאטורליך נאך טון דערצו איז לענגער ווי אמאל, מ'האלט זיך היבש אינגער פאר א לענגערע צייט.

איך האב צופיל מאריך געווען מיט די הקדמה, ווייל איך וויל די לייענער זאלן פארשטיין, אז פרטים קען מען אפשר נישט מדמה זיין פונקט עפל צו עפל דעם דור צום פריערדיגן דור, אבער כללים, אויב פארשטייט מען וויאזוי עס צו אפלערנען און אפטייטשן און אריינשטעלן אין אפעקט קען מען פון דעם פריערדיגן דור אסאך לערנען.

איינס פון די זאכן וואס איך האב דעם איד געפרעגט איז געווען אין די נושא פון "פיעדבעק". וויאזוי האט איר אין אלטן דור געוואוסט וועלכע פראדוקט איז גוט? וואס וויל דער קאסטומער? וואו איר קענט פארבעסערן אייער סערוויס?

דער איד האט מיר געענטפערט קודם מיט א שטיקל טעם זקנים, מיט א לייכטן שמייכל: ווער זאגט אז מ'דארף אלעס וויסן? אבער מיין טאש מיט מיין ביכל האבן מיר שוין אלעס געזאגט אויב האב איך געוואלט וויסן.

און דא זענען מיר אריין אין די נושא אביסל טיעפער.

ער פלעגט יא מאכן געוויסע אזוי גערופענע טריקס צו קענען מעסטן די פולס און וויסן צו מ'איז צופרידן פון זיינע פראדוקטן, דורך פשוט'ע אמאליגע חכמה'לעך, ווי געבן איין טאג ביליגער דעם פראדוקט און א צווייטן טאג דעם אנדערן, ארויסלייגן אויבן אן א פראדוקט און דערנאך שטעלן אן אנדערן אויבן אן, און זעהן בערך וויאזוי דער עולם נעמט אויף די זאכן, און די רעאקציעס דערצו. היינט האבן מיר שוין גרויסע PR קאמפעני'ס וואס פארציילן אונז וואס דער עולם טראכט, זיי זענען דאך די וואס מאכן דעם עולם טראכן בכלל, אבער אמאל האט מען זיך אליינס ארומגעשפילט מיט די מוחות, איש כפי מעללו.

ער האט מיר פארציילט למשל אז ווען ס'איז געווען א שוואכער סעזאן פלעגט ער קענען מאכן אזוינע עקספערימענטן ווי טיילן פראדוקטן פאר חצי חנם מיט א תירוץ אז עס איז זיין געבורט טאג אדער זיין באבע'ס יארצייט, ער פלעגט פרובירן צו דערשפירן א צורך פאר א פראדוקט דורך דעזיגנירן א שעלף אדער צוויי