פאריגע וואך האבן מיר אנגעהויבן מיט הקדמות צום ענין פון שותפות, מיר האבן אויסגעשמועסט אביסל די צדדים איבער דעם עצם נושא פון האבן א שותף צו עס איז גוט אדער נישט.
לאמיר רעדן יעצט בעצם פון דעם שותפות.
דאס שאפונג פונעם שותפות איז א וויכטיגער פונדאמענט אין דעם גאנצן לענג פון דעם לעבן פון דעם שותפות.
דאס ערשטע מוז זיין זייער קלאר פארשטאנען פארוואס דער שותפות איז צושטאנד געקומען. דהיינו, ווער פון די שותפים האט געזוכט א שותף, און פארוואס?
עס זעהט אויס מינדערוויכטיג און קינדעריש, אבער ס'איז יא וויכטיג צו פארשטיין ווי עס הייבט זיך אן, כדי צו קענען באשטימען וויאזוי מ'זאל אויסשטעלן דעם שותפות נישט צו ברענגען אומאיינגענעמליכקייטן.
למשל: אויב ראובן האט געהאט א ביזנעס איידיע, און ער האט נישט געהאט דאס געלט, ער בעט פון שמעון אריינצוקומען אינעם שותפות ווייל שמעון האט יא געלט, ווער איז ידו על העליונה ביים גרינדונג פון דעם שותפות? בדרך הטבע, שמעון. ער קען פארלאנגען, ער קען מאכן תנאים נוחים לרוחו, מ'האט אים דא אריינגעליידנט, און ער שפירט אביסל ווי א מושל בקופה.
פארקערט למשל: מאכט זיך אסאך מאל ראובן האט געלט, אבער האט נישט קיין ביזנעס איידיע, ער ווענדט זיך צו שמעון און שמעון מאכט א ביזנעס און נעמט ראובן מיטן געלט אלס שותף. אין אזא פאל טראץ וואס ראובן האט געברענגט דאס געלט וואס דאס פאר זיך איז א שטארקער כח, וועט מען אבער זעהן אז שמעון וועט קענען אסאך מער אנקומען צו פארלאנגען אדער ארומדרייען, און זיין ידו על העליונה.
אין די ראמען פון דעם קאלום האמיר שוין אמאל דיסוקסירט די נושא פון ווער איז ידו על העליונה אין א מקח, און מ'האמיר אויסגעשמועסט אז דער וואס גיבט דעם פרייז דער איז ידו על התחתונה, דאס הייסט אויב ראובן בעט פון שמעון צו קויפן זיין הויז, און ער גיבט א פרייז דערפאר, וועט שמעון אייביג קענען בעטן מער (נישט זיכער ער וועט באקומען, אבער ער איז ידו על העליונה נאטורליך צו קענען בעטן) די זעלבע פארקערט אויב ראובן וויל פארקויפן און ער זאגט פאר שמעון אז ער איז אים גרייט צו פארקויפן א הויז פאר די פרייז , ועט נאטורליך שמעון זיין ידו על העליונה צו האנדלען אויף ווייניגער.
דאס זעלבע איז אין שותפות, דער וואס דארף דעם שותפות וויכטיג קען ארויסקומען ידו על התחתונה ווען ס'גייט אויף דעם אופן אן קיין וואכזאמע פארזיכטיגקייט.
דעריבער איז די ערשטע יסוד אז מ'דארף אפשרייבן די נקודות פון דעם שותפות, און זיך נישט פארלאזן אויף פריינדשאפט אדער פאמיליע קשרים, אז מ'וועט זיך סיי ווי פארשטיין. ווייל ווי שטארק ס'הערט זיך אומגלויבליך, ווען סקומט צו שותפות וועלן די אלע זאכן נישט העלפן און אין געוויסע פעלער וועלן גאר די נאנטע קרוב'שאפט זיין א שטער.
אלזא, בעפאר מ'מאכט א שטר דארף זיין אפגעשריבן נקודות, ביידע דארפן איבערקוקן און מאכן הגהות, און זיך שטעלן אפי' אויף גאר מינדערוויכטיגע קלייניגקייטן, וואס געוויינליך וועט מען ענטפערן דערויף "מ'וועט זיך שוין אן עצה געבן". דאס איז אלס גוט ווען מ'האלט ביי א פראבלעם, אבער ביים פלאנירן א שותפות איז דער פאראגראף טרייף.
ווען די נקודות זענען קלאר, דארף מען דרעפטן א שטר. מ'קען אנהייבן אליינס, אבער מ'מוז גיין צו א פראפעסיאנאלן שטר שרייבער, נישט קיין חילוק צו ס'איז אין אידיש אדער ענגליש, עס מוז געמאכט ווערן דורך איינעם וואס טוט דאס פאר פרנסה.
די סיבות פארוואס שרייבן א שטר ביי א פראפעסיאנאל איז אזוי וויכטיג זענען עטליכע:
פשוט די סיבה אז מ'דארף וויסן וויאזוי צו שרייבן א זאך וואס זאל קלאר זאגן וואס מ'וויל ס'זאל זין און מ'זאל עס נישט קענען אויסטייטשן פארקערט. (פאסירט זייער אסאך מאל ביי היימיש געשריבענע שטרות)
די עקספערטן ווייסן וועלכע שאלות צו פרעגן, ווייל ווען זיי שרייבן א שטר איז איינס פון די חכמות אז זיי מוזן קענען עס אפשרייבן פארשטייט זיך, און אויב פעלט אין די הסברה קען מען נישט אפשרייבן, און ווען א עקספערט שרייבט וועט אים אויפקומען שאלות איבערן שותפות וואס פאר די צוויי שותפים וועט קיינמאל נישט בייפאלן.
עקספערטן וואס האבן שוין געשריבן שטרות פאר אנדערע, ווייסן שוין אויך וויאזוי צו פארמיידן אומאיינגענעמליכקייטן פון עקספיריענס.
אויסער דעם וואס שטרות ווען ס'איז נוגע, איז דא אסאך הלכות דערין וויאזוי עס ווערט געליינט, און וואס עס באדייט (איך בין נישט קיין עקספערט, אבער איך ווייס אזוי פיל אז מ'דארף זיכער גיין צו אן עקספערט)
איינס פון די זאכן וואס מ'דארף קלאר אויסשמועסן אין א שותפות, וואס דער עקספערט שרייבער וועט אודאי פרעגן, אבער צומאל ווערט עס פארגעסן אפי' דארט, איז די "עקזיט סטראטעגיע".
סיי אויב די ביזנעס ח"ו גייט נישט גוט, און מ'דארף צומאכן דאס געשעפט, אדער אויב איינער פון די שותפים וויל ארויסגיין.
דאס דארף זיין זייער קלאר ווען מ'איז אין גוטע טערמינען און אין א גוטע שטימונג, ווייל סיי וועלכע באשלוס מ'וועט מוזן מאכן ווען מ'איז ח"ו נישט אין גוטע טערמינען אדער נישט אין קיין גוטן שטימונג איז קיינמאל נישט די זעלבע ווערדפול און אסאך מאל גאר שעדליך.
נאך א וויכטיגע זאך וואס ווערט אסאך פארגעסן אין א שותפות, איז וואס עס פאסירט אויב ח"ו איינער פון די שותפים גייט אוועק פון די וועלט, יא דאס איז א פלאץ וואו אסאך ריזיגע אומגעהויערע מחלוקת האבן זיך אנגעהויבן, ווען למשל ראובן דער שותף איז פריצייטיג נפטר געווארן, און שמעון וויל נישט זיין קיין שותף מיט ראובן'ס 7 קינדער. ער זעהט זיך פלוצלינג ארום אז ער האט 8 שותפים, א אלמנה מיט 7 יתומים.
ער האט געקענט ראובן, ער האט מיט אים געארבייט יארן לאנג, ער האט פארשטאנען זיך מיט אים, אבער צו קענן ער יעצט ווייטער אנגיין מיט די משפחה? געוויינליך זייער א שווערע זאך.
דעריבער איז דא א זאך ווי א Buy and sell אגרימענט, וואס דאס דארף ווערן עכ"פ אויסגעשמועסט און אפגעמאכט וויאזוי מ'באגייט זיך אין אזא פאל.
עס איז דא אסאך צו רעדן אין די נושא, אבער אין די ראמען פון א קאלום אויף צוויי זייטן, איז גענוג צו זאגן אז מ'דארף רעדן דערפון און די עקספערטן ווייסן שוין וויאזוי מ'באהאנדלט דאס.
(איר קענט מיר שיקן פריוואט א אימעיל אויב איז אייך סיי וועלכע נושא שייך און איר דארפט הילף דערין)
שותפות פראצענטן
נאך א וויכטיגע פראיעקט אין א שותפות, איז דער נושא פון וויאזוי און אויף וויפיל מ'צוטיילט א שותפות.
עס איז כדי צו געדענקען דעם גאר וויכטיגן כלל אז ווען מ'פארלאנגט פון איינעם פון די שותפים צו נעמען ווייניגער אדער געבן מער, איז עס עפעס וואס קען עווענטועל פירן צו שטארקע קאנפליקטן, און אפי' אויב אויף די מינוט זענען ביידע מסכים אז ס'זאל אזוי זיין, אויב איז עס נישט באזירט אויף גאר א קלארן מהלך פארוואס מ'טוט אזוי, וועט עס ברענגען צו שוועריגקייטן.
למשל: אויב ראובן זאגט אז ער דארף באקומען 60 פראצענט ווייל ער איז דער מומחה אדער ער איז דער וואס ברענגט די געדאנק וכו' איז עס זייער א גוטע טענה אויף די מינוט, אבער איז דאס עפעס וואס צוויי יאר אדער פינעף יאר ארום וועט נאך אלס אויסזען די זעלבע שטארק?
וואס וועט געשעהן אויב שמעון ווערט אויך א מומחה מיט די צייט, קען ער טענה'ן אז פון יעצט און ווייטער איז ער 50 50 ?
זייער אסאך מאל בויט מען אריין אין א שותפות א געוויסע קליינע נקודה אלס א יסוד אינעם בנין וואס אויב איז עס נישט געהעריג פארשטאנען וויאזוי מ'וועט זיך באגיין דערמיט אינעם עתיד ברענגט אומאיינגענעמליכקייטן.
ווען מ'רעדט פון קויפן ריעל עסטעיט אדער אנדערע זאכן וואס מ'אינוועסטירט צוזאמען דערין, איז אנדערש די מעשה. דארט איז זייער נארמאל אז איינער מער און איינער ווייניגער פאר סיי וועלכע סיבה, אויב ביידע צדדים פארשטייען זיך פון אנהייב.
פארוואס? ווייל דער אינוועסטמענט פארלאנגט נישט מער ווי די איינמאליגע "באשלוס" ביים אנהייב, און מ'דארף נישט נאכאמאל זיצן און באשליסן.
וואס אפי' אין אזוינע פעלער ווען ס'מאכט זיך יא ערנסטערע באשלוסן אינמיטן, קען מען טאקע זעהן אז שותפות'ן ווערן איבערגעארבייט, למשל אויב מ'דארף אריינלייגן פרישע געלט אדער ברענגען פרישע אינוועסטארס וכו',
אבער ווען מ'רעדט פון א "ביזנעס" וואס דאס מיינט אן אקטיווע אנגייענדע שותפות וואס באשלוסן ווערן כסדר געמאכט, דאס ברענגט געפערליכע אומאיינגענעמליכקייט אויב איינער באקומט מער אדער ווייניגער.
איך זאג נישט אז אין קיין שום פאל טוט מען נישט אזוי, אבער עס מוז זיין זייער גוט אויסגעארבייט, און א גאר גוטע סיבה פארוואס אזוי צו טון.
בעיקר איז דאס שייך ווען איינער אינוועסטירט און דער צווייטער ארבייט, אדער אז מ'טיילט איין די ארבייט און איינער וועט ארבייטן שווערער ווי דער צווייטער אפיציעל.
איך ראט אין אזא פאל אז מ'זאל לאזן דעם שותפות גלייך אויף גלייך, און מאכן אז דער וואס ארבייט שווערער אדער סיי וועלכע זאך ער לייגט אריין מער, (אויסער געלט) זאל באקומען אדער עקסטערע וועידזשעס, אדער א געוויסע פראצענט מער אין א פראפיט שערינג, ס'הייסט ער זאל נישט בקומען מער אין די אייגנטום, נאר אין דעם פראפיט זאל ער באקומען מער פשוט אלס באצאלדינג פאר זיין ארבייט.
ס'איז בדרך כלל נישט קיין יושר אז מ'זאל באצאלן מיט דעם גאנצן יסוד און בנין פאר דעם, אויסער טאמער מ'איז צוזאמען מסכים אז וועןד ער צווייטער שותף וועט אויך ארינלייגן די סארט ארבייט וועט מען צוריק גיין צו פולקאמע שותפות. און דאס איז געוויינליך זייער שווער זיך אויסצונעמן.
בעפאר איך שליס די נושא, וויל איך קלאר שטעלן, אז יעדע פאל פאר זיך איז אנדערש, איך רעד נאר זייער בכלליות. און גענוג אויף צו נעמען דעם ענין און קלאר דורכטון צו זעהן אויב ס'איז נוגע, און אליינס באשלוסן וויאזוי עס צו באהאנדלען.
צום שלוס: איך האב לעצטנס באקומען אסאך שאלות און אנפראגן איבער ביזנעס, סיי אזוינע וואס זוכן צו אינוועסטירן, און סיי אזוינע וואס זוכן אינוועסטארס. עס איז דא אסאך, מ'דארף זיי נאר צוזאמשטעלן. איך וויל בעטן אז וען איר שיקט אזוי א שאלה איז די בעסטע ארויס צו שרייבן דאס קלארסטע וואס איר קענט וואס איר זוכט. און אזוי ארום קען איך אייך גלייך ענטפערן.
איך וויל זיך אויך איינוועגס באדאנקען פאר די אלע וואס האבן ארייגעשיקט שאלות והערות, אפי' אויב איר זעהט נישט אלעמאל זיך באציען דערצו, אמאל נעמט לאנג ביז איך קום צוריק צו א נושא, און אמאל איז עס פשוט עפעס וואס איז מיר בייהילפיג אין שרייבן ווייטער. יישר כחכם.