א עקסטערע פרשה איז ווען אין דעם ביזנעס אינטערנעמונג איז דא "שותפות".
אין דעם נושא פון שותפות זענען דא צדדים וואס גרעניצן זיך מיט די צוויי עקן פון די וועלט ווייניג גערעדט. עס איז באקאנט דער ווארט, איך געדענק נישט פון וועלכן פון די צדיקים (איך האף אז איינער פון די ליינער וועט מיך דערמאנען) איבער דעם מרחק פון כרחוק מזרח ממערב, אז דאס איז נאר איין משהו ווייל די חילוק איז פשוט אויף וועלכע זייט מ'איז אויסגעדרייט.
אין שותפות איז ממש אזוי, עס זענען דא וואס וועלן רעדן פון שותפות ווי די בעסטע זאך אין ביזנעס, און ווידער פארקערט אזוינע וואס וועלן ממש אפטרייסלען זיך פון דעם דערהער פאר יעדן פרייז.
קודם לאמיר פארשטיין וואס די צדדים זענען, און נאכדעם לאמיר רעדן פון א אינדרויסנדיגן בליק וואס דער אמת איז טאקע.
צד א' שותפות איז א גאלדענע זאך.
צוויי פערד שלעפן בעסער
צוויי מיינונגען וועט געוויינליך ברענגען בעסערע רעזולטאטן ווי ווען איינער טראכט פאר זיך און קען זיך שטארק טועה זיין.
מ'מוז ארבייטן שווערער ווייל מ'האט א שותף און מ'קען נישט זיך ארום פאפן (לאך נישט אבער אסאך ביזנעס לייט וואס זענען אריין אליינס אין ביזנעס זענען ארויסגעפאלן פשוט ווייל זיי האבן נישט געדארפט אפגעבן דין וחשבון פאר קיינעם און זיי האבן זיך אויפגעוועקט מיטן זעקל ביינער ביים טויער פון א געשפארטן געשעפט)
גרינגער צו אינוועסטירן פופציג פראצענט ווי הונדערט פראצענט
די ריסק פון דערלייגן איז נאר העלפט
מ'קען זייער שיין צוטיילן די טעסקס לויט די טאלאנטן פון שותפים, קיינער האט נישט אלעס, און אין צוויי איז געוויינליך דא געוויסע טאלאנטן וואס נאר איינער פון די צוויי האט, און ביידע בענעפיטירן דערפון.
צד ב' – שטיי אוועק פון שותפות
צוויי פערד שלעפן טאקע בעסער, אבער וואס טוט מען ווען איין פערד שלעפט צו דרום און איינער צו צפון
צוויי מיינונגען זענען א גוטע זאך אויב קען מען זיך אויסקומען, און וואס איז אויב נישט?
מ'מוז ארבייטן שווערער איז זייער א גוטע זאך צו טון אבער נישט ווען א צווייטער טיילט מיר עס איין צו טון, נישט פארדעם גיי איך אריין אין ביזנעס אליינס.
פופציג פראצענט אינוועסטמענט פון א צווייטן לייגט אסאך מער לחץ אויפן מח ווי אייגענע 100.
אויב דערלייג איך ח"ו וויל איך נישט דארפן זיך זארגן אויף מיטשלעפן א צווייטן.
טאלאנטן וועל איך אויפנעמען פאר געלט ווי איידער אוועקגעבן בעלות פון מיין קאמפאני.
מ'קען זיכער טרעפן נאך חילוקים אדער חילוקי דיעות אין דעם אבער מער ווייניגער בערך זענען די טענות ווי אויבנדערמאנט.
ע"פ רוב קומען די מיינונגען פון די צוויי צדדים פון א שלעכטע אדער גוטע עקספיריענס מיט א שותף אדער א משפחה מיטגליד וואס האט געהאט א עקספיריענס מיט שותפות.
דאס הייסט אז אויב האט א מענטש געהאט אמאל א שותף און זיך אפגעבריהט דערמיט וועט ער שוין יעדן ראטן קיינמאל עס נישט צו טון. עס איז איינס פון די נושאים וואס מענטשן גייען דערמיט פון זעראו צו הונדערט אן קיין שום נאמבער אינדערמיט, דאס מיינט איינמאל מ'בריהט זיך אפ וויל מען אפי' נישט וויסן וואס די פראבלעם איז געווען נאר מ'וויל עס קיינמאל מער נישט פארזוכן.
ממש ווי פארדארבענע פיש. און די סיבה דערצו איז ווייל שותפות ווען מ'הייבט עס אן און ווען ס'ארבעט נאך יא האט עס א פולקאמע לעבנס טוישנדע אפעקט אויפן מענטש, ער באקומט איינעם וואס ווערט ווי פאמיליע ער ווערט ווי א אייגענער און אמאל אפי' נאך מער פון דעם, און ווען ס'קומט א דורכפאל איז די ווייטאג אזוי גרויס אז מ'קען ממש זעהן ווי מענטשן ווערן גרוי פון א שלעכטן שותפות.
דעריבער איז וויכטיג קודם צו פארשטיין דעם יסוד אין שותפות.
שותפות איז נישט עפעס וואס מ'טוט סתם אין די וועלט אריין, ס'מוז האבן א גוטע סיבה פאר צוויי מענטשן צו מתחייב זיין איינער צום צווייטן.
אויב איז נישטא עפעס וואס ראובן האט נישט און שמעון האט יא איז נישטא קיין סיבה צום שותפות.
מ'קען זעהן אז שותפות וואס ווערט באשאפן בהכרח למשל אין א דוגמא פון א ירושה אדער סיי וועלכע אנדערע סיטואציע וואו די שותפים זענען בעל כרחך געווארן צוזאמגעפארט פאר א שותפות זענען די שאנסן פאר א רואיגע אטמאספערע זייער קליין.
רוב גרעסערע מחלוקת'ער אין שותפות זענען ביי די צווייטע דור שותפים, דאס הייסט ווען דער טאטע א' מיט טאטע ב' זענען געווען שותפים פאר ריכטיגע סיבות פון אנפיהלן א געוויסן חלל וואס ביידע האבן געברענגט זייערע קוואליטעטן אדער מעלות צום טיש, און נאכדעם ווען ס'גייט אריבער צו די דורות דער שותפות ווערט א געפערליכער ריס, ווייל אויב די סיבה צום שותפות איז שוין נישט פעליג ווערט זייער שנעל הייס די לופט.
עס איז דא נאך א פאל אפילו אין א ערשטע דור שותפות ווען דאס פאסירט:
למשל ווען שותף א' ברענגט געלט און שותף ב' ברענגט די טאלאנט פון די ארבייט אדער עקספיריענס וכדומה, עס קומט נאכדעם א צייט ווען שותף א' דער געלט שותף דארף שוין נישט אריינלייגן געלט, ער האט שוין געצאלט וואס ער האט געדארפט צאלן און די ביזנעס האלט זיך פון זיך אליינס. מ'איז ב"ה מצליח.
דא געשעהט דאס ערווארטעטע. שותף ב' זעהט זיך ארום ארבייטן שווער יעדן טאג, און שותף א' רופט אריין יעדע פאר וואכן פרעגן וואס עס טוט זיך און וויפיל געלט ער פארדינט.
ס'נעמט נישט לאנג אז שותף ב' זאל אנהייבן שפירן אז ער איז דער איינציגער פערד אין שטאל, און דער צווייטער פערד זיצט אין פאלאץ מיט די בני מלוכה. און דאס ברענגט א געוויסע רוגזה אדער דערווייטערונג ווייניג גערעדט, און אויב איז דא פלאץ פאר א שוועבל אנציצונדן א מינדעסטע פראבלעם ווערט א פייער אויף גאז און נאפט און מ'קען עס נישט פארלעשן.
דעריבער דארף א שותפות האבן פארשידענע תנאים אז עס זאל קענען מצליח זיין.
איך פאר מיר בין א גרויסער חסיד פון שותפות און ב"ה שוין געהאט אסאך גוטע שותפות אין ביזנעס ב"ה פאר לאנגע געזונטע יארן, און איך האב שוין גערעדט צו אסאך ביזנעס לייט וואס האבן שותפות יארן לאנג אויף א הצלחה'דיגן וועג.
און דער יסוד וואס יעדער וועט זאגן צוגלייך, איז זיכער די ערשטע יסוד אז דער אנהייב דארף ווערן געמאכט מיט א מורא'דיגן קלארקייט.
ווען מ'נעמט א שותף דארף מען וויסן:
וואס ברענגען ביידע שותפים צום טיש? דהיינו ווער ברענגט דאס געלט? ווער ברענגט וויפיל עקספערטיז? ברענגען ביידע פון ביידע? איז דא א טאלאנט ביי איינעם וואס איז נישטא ביים צווייטן, וואס דאן דארף ווערן קלאר אויסגענומען וויאזוי מ'וועט אין דעם ביזנעס זיך מחייב זיין יעדער מיט זיין מעלה.
דאס ערגסטע איז ווען מ'נעמט זיך אויס ביים תחלת השותפות אז "מ'וועט שוין זעהן וויאזוי ס'וועט ארבייטן", עס דארף זיין מיט א קלארקייט.
ס'איז יא דא אמאל ווען מ'הייבט אן א שותפות באופן פון ונזכה ונראה, דאס הייסט אז מ'פרובירט אויס א תקופה פון צוזאמארבייט צו קענען באשלוסן וויאזוי פונקטליך צו אראנדזשירן דעם שותפות, אבער דאס אליינס דארף זיין באשלאסן מיט א פונקטליכקייט, ווילאנג איז די תקופה פון "פרובירן" און וויאזוי דער שותפות זעהט אויס אין די צייט פון די פראבע.
איינס פון די שווערע חלקים צו רעדן און אויסשמועסן אנהייב פון א שותפות איז די עקזיט סטראטעגיע, דאס הייסט אויב ס'ארבייט זיך נישט אויס וויאזוי צוטיילט מען זיך. ס'שפירט זיך מורא'דיג שלעכט אין א צייט פון פאזיטיווע פארשריט צו רעדן פון א נעגאטיוון מציאות, אבער דארט איז א יסוד גדול צום הצלחה פון דעם שותפות.
איר וועט אודאי פרעגן, פארוואס זאל דער שותפות אפעקטירט ווערן אויב רעדט מען נישט קלאר איבער דעם ארויסגיין סטראטעגיע, ווען מ'האלט דארט איז דאך שוין סיי ווי א חורבן ל"ע?
ס'איז אבער נישט אמת, ווייל רוב שוועריגקייטן פון שותפות זענען מח פראבלעמען, דאס הייסט אז אין מח פון דעם שותף בויט זיך אויף א געוויסע אומצוטרוי, אדער א באשולדיגונג אויפן צווייטן שותף, און דאס בויט זיך אויף ריזיג גרויס בעפאר מ'זעהט זיך מיטן מציאות אז דער שותפות צופאלט, און ווען ס'איז דא "קלארקייט" אין יעדן הינזיכט פאסירט דאס נישט, דער מח האט נישט וואס צו פאנטאזירן, אלעס איז קלאר, און יעדער איז צופרידן.
בכלל ביי די זאכן איז פונקט ווי ביי הלואות אז די ערשטע רוגזה איז די בעסטע רוגזה, און דאס דארף זיין ביים אנהייבן.
אין פאל פון שותפות ווען ביידע ברענגען געלט און ארבייט, ס'מיינט אז נישט איינער איז אן אינוועסטער און דער צווייטער איז דער ארבייטער (וועל מיר באלד צוריק קומען צו דעם פאל) איז געוויינליך וויכטיג ס'זאל זיין א פופציג פופציג שותפות, נישט איינער מער פון צווייטן. און די איינציגע וועג וואס איינער קען באקומען מער פון צווייטן זאל זיין ווי געהעריגע געהאלט. דאס הייסט אויב איינעם פון די שותפים איז באשטימט א שווערערע ארבייט ווי פארן צווייטן באשטימט מען זיין "געהאלט" זאל זיין מער. אבער דער עצם שותפות זאל נישט ווערן אפעקטירט פון דעם.
פארוואס? ווייל "ארבייט" איז א זאך וואס ווערט געמאסטן אלעס כפי האדם, דאס הייסט אז מ'קען זיך דינגען און טענה'ן טעג און נעכט ווער ס'האט געארבייט שווערער, אדער וועם ס'קומט מער, און אפי' אויב מ'האט מסכים געווען מעיקרא צו איין מהלך, וועט מען אבער אין רעאליטעט ווען ס'קומט דערצו זעהן אז די שותף אדער דער שותף מיינט אז זיין ארבייט איז למעשה שווערער ווי געראכטן און ס'קומט אים מער.
ווילאנג מ'רעדט פון "געהאלט" ווערט נישט פון דעם קיין מלחמה נאר מ'שמועסט עס אויס און די באן פארט ווייטער. אבער ווען דער גאנצער יקום פון דעם שותפות ווערט אפעקטירט דורך "ארבייט" איז אייביג דא קאנפליקט און דאס בויט ווייטער אויף דעם בארג וואס צוברעכט שותפות אין די ענדע.
איך האב שוין מיטגעהאלטן אסאך שותפות'ן און גערעדט צו אסאך ביזנעס שותפים, איך האב נאך נישט געטראפן א פלאץ וואו די שותפות זאל געהעריג ארבייטן אין אזא פאל, און אפי' ווען ס'זעהט אויס מלפנים אז די באן פארט געהעריג, אויב רעדט מען צו די שותפים צווישן פיר אויגן הערשט א שטארקער אומצופרידנהייט.
עס קומט מיר אין מחשבה איינס פון די פילע אזוינע עפיזאדן וואס האט מיך געמאכט מאריך זיין אין דעם ענין אביסל.
געווען צוויי חשוב'ע אידן, פון די פני העם, שותפים פאר כמעט 40 יאר אין א גוט גייענדע ביזנעס, די שותפים האבן געלעבט ווי רואיגע פייגעלעך, און מענטשן פלעגן זיך וואונדערן וויאזוי עס הערשט אזא שלום ושלוה צווישן די צוויי וואס בעצם זענען זיי אנדערע סארט מענטשן פון אן אנדערן טייג געקנאטן און ס'וואלט זיכער געקענט זיין רייבערייען.
איך בין געווארן אינוואלווד לעצטנס אביסל מער און געוואויר געווארן אז די רואיגע פייגעלעך זענען גארנישט אזוי רואיג, און דאס פייערל פון קריגס צושטאנד ברענט אויפן העכסטן פארנעם, און איך האב ווידער געזעהן דעם מציאות, אז ווען א שותפות איז אויסגעשטעלט צו אזא סארט מהלך אז מ'מעסט לויט די ארבייט איז זייער שווער ס'זאל זיין רואיג.
קומענדיגע וואך וועל מיר גיין ווייטער אי"ה מיט די כללים פון שותפות
האט א לעכטיגן שבת.