יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ ראט און טאט
ארטיקלען

ווער זענען די שפילער?

ראט און טאט · "דער שטיבל" · פרשת מטות־מסעי תשפ"ג

איך האב שוין דערמאנט אין עבר, אז ווען מ'מאכט סיי וועלכע פראיעקט אין ביזנעס איז וויכטיג צו נוצן אלס א מעסטער די 5 Wס,

Who

What

Why

Where

When

אין אידיש גערעדט, ווען איינער שרייבט א בוך, אדער ווען ער ארבייט אויס א פלאן אויף סיי וועלכן פראיעקט, איז וויכטיג זיך צו מאכן די סימנים און זעהן אויב מ'האט באהאנדלט אלע פינעף.

למשל איך האב געזעהן א צעטל יארן צוריק איבער א טיי אווענט וואס קומט פאר, אבער אויפן צעטל האט געפעלט דער "וואו" ס'האט בטעות נישט געוויזן קיין אדרעסס.

ווען דער שרייבער וואלט געהאלטן די כללים פאר די אויגן וואלט ער אדער דער רעדאגירער נישט דורכגעלאזט אזא טעות.

דאס זעלבע מאכט זיך מיט אנדערע אזוינע פעלער וואו גרויסע טעותים נישט דוקא ביים שרייבן, נאר אפי' ביי פלאנירן דאס בויען א הויז אדער א ביזנעס, וואס אויב גייט מען נישט צוריק צום מפתח צו די ליסטע וואס מ'דארף מאכן זיכער אז מ'געדענקט צו טוהן קען אמאל גאר וויכטיגע זאכן ווערן אויסגעלאזט וואס קען זיין פאטאל פארן גאנצן פלאן.

אסאך מאל זענען די טעותים אזוי גרויס און מערקזאם אז ס'קומט צו שמייכלען, אבער ווען מ'טראכט גוט אריין אין דעם מצב פון א ביזנעס אייגענטומער וועלכער איז אזוי אריין געטון אין די פלענער און ראשו ורובו זענען פארנומען מיט אלע קלייניגקייטן, קען מען פארשטיין אז די טעותים קענען פאסירן, אויב מאכט ער נישט זיכער נאכצוגיין א פארמאלע וואס ווייזט וואס צו זוכן.

איינער פון די 5 דאבעליו'ס איז "ווער"?

פארשטייט זיך אז מ'דארף וויסן וואו צו נוצן די שאלה, אמאל איז עס "ווער איז דער קליענט וועם איך זוך צו באקומען"? אדער אנדערע אזוינע שאלות.

אונז וועל מיר היינט רעדן פון "ווער זענען די פראפעסיאנאלן צו וועם מ'דארף רעדן פאר מ'עפנט א ביזנעס"? און אויב מ'רעדט נישט צו די מענטשן איז דא שטארקע שאנסן דורכצופאלן אינגאנצן.

די תקופה פון עפענען א ביזנעס איז א שווערע, און עס באשטייט פון 3 סעזאנען.

דער חלום, דער בליץ, דער געדאנק. דער מענטש דרייט זיך ארום מיט א געדאנק אין קאפ, אדער פרעגט זיך נאך אויף א געדאנק. ער האט געהאט א חלום אדער א גוטן ווילן צו עפענען א ביזנעס, און דער רעדל הייבט זיך אן צו דרייען.

די פלענער און טאקטישע פארשונגען. מ'האלט א טריט ווייטער דער רעדל דרייט זיך שוין שנעלער, מ'רעדט שוין פון פלענער, מ'זיצט ביים טיש און מ'האמערט אויס יעדע דעטאל, מ'ווערט געוואויר זאכן וואס מ'האט נישט געוואוסט. דער גרויסער שמייכל וואס מ'האט געהאט ביים חלום ווערט אביסל פארנעפלט, מ'זעהט שוין אז די גאלדענע מציאה איז נישט אזוי גאלד אדער נישט אזא מציאה, אבער מ'וועט עס מאכן ארבייטן. (און אפי' אויב מ'איז נאך אלס מורא'דיג איבערגענומען פון דעם געדאנק, איז פשוט דער רעאליטעט אז ס'איז געווענליך שווערער ווי מ'האט געמיינט)

די פרי-עפענונג פון די ביזנעס. אלעס איז שוין דא, מ'האט שוין א דאטום ווען מ'עפנט די טויערן, אדער דעם וועבסייט, אדער סערוויס, מ'האלט שוין ב"ה דארט, מ'האט שוין משקיע געווען צייט, געלט, שווייס, אז אלעס זאל זיין גרייט, און דא האט מען שוין לאנג דעם שמייכל איבערגעלאזט, ס'איז א פחד א אנגסט, מ'האפט אז אלעס וועט קלאפן, מ'איז שוין מיט ביידע פוס אינעווייניג, געלט איז שוין אריין, אבער נאך נישט ארויס.

אינעם ערשטן פאזע פון חלום און בליץ איז געוויינליך דער נאטור פון מענטשן אויסצושמועסן זייערע פלענער אדער חלומות מיט זייערע נאנטע און באגלייבטע, און אויף דעם בויען זיי זייערע צוקונפטיגע פעולות.

רוב מענטשן וואס גייען אריין צום ערשטן מאל אין ביזנעס מאכן דעם גרויסן טעות אז זייערע עדווייזאר'ס זענען זייערע פאמיליע מיטגלידער אדער גוטע פריינט. און ע"פ רוב ווערט מען געוואויר נאכדעם זאכן וואס זענען קריטיש און אומבאוואוסט פאר די אלע גוטע פריינט.

עס איז אלעס זייער גוט, אבער אויב זענען זיינע נאנטע נישט באקאנט פונקטליך מיט דעם ביזנעס אדער אינדוסטריע, קענען זיי רעדן פון געפילן און פון זייערע חלומות און ס'שטעלט זיך צוזאם א ציבור פון חלומות וואס ברענגט נישט קיין ריכטיגע רעזולטאטן.

מ'מוז געדענקען אין דעם ערשטן תקופה צו רעדן צו איינעם וואס איז אין די ביזנעס אין וועלכן מ'פלאנירט אריינצוגיין, אדער צו עטליכע, און ווי אויך איז גוט צו רעדן מיט א ביזנעס קאנסולטענט (אסאך אקאונטענטס זענען עוסק אין דעם) איבערצושמועסן אויב די נומערן און די חלומות קענען נפתר ווערן מיט א שיינם פתרון.

רעדן מיט די ווייב אדער די עלטערן און פון דארט נעמען אנווייזונגען וויאזוי צו גיין ווייטער איז נישט קיין שלעכטע זאך ווייל ווען די אינטערעסן זענען דא צו העלפן קען מען אלס הערן עפעס וויכטיג און זיכער אז פאר שלום בית איז וויכטיג איבערצושמועסן אזוינע גרויסע טריט, אבער נאך אלס נעמט עס נישט אוועק פון דעם וויכטיגקייט צו רעדן צו איינעם וואס האט עקספיריענס אין דעם ספעציפישן פעלד.

אינעם צווייטן פאזע, האלטן מיר אין די פלענער פאזע. מ'רעדט ווייטער מיט נאנטע, מיט שותפים, מיט גוטע פריינט, מ'איז בונה וסותר, א מינוט טראכט מען אזוי און א מינוט אזוי, מ'קען נישט באשליסן.

מ'מוז רעדן מיט אן אקאונטענט אפי' נאר צו וויסן וועלכע סארט קארפארעישאן מ'דארף מאכן. וויאזוי די גרינגסטע וועג אדער ביליגסטע וועג צו קענען וואקסן אין ביזנעס.

אין אסאך פעלער מוז מען רעדן מיט לעגאלע עקספערטן, זיך נישט פארלאזן אויף א ברודער'ס שוואגער וואס האט געהאט די זעלבע ביזנעס און ביי אים איז געווען אזוי.

וויכטיג צו פארשטיין אז דא ביי די צווייטע פאזע איז דער עקספערט אין די אינדוסטריע נישט דער וויכטיגסטער מענטש טראץ וואס מ'קען נאך אלס אסאך פון אים הערן, אבער אמאל איז אין דעם פאזע וויכטיגער צו גיין א טריט העכער, און רעדן צו די עקספערטן אין די לעגאלע אדער שטייערן פעלד, טראץ וואס זיי זענען נישט בעצם ספעציאליזירט אין דעם ביזנעס דירעקט. זייער עקספערטיז איז קריטיש וויכטיג אין סיי וועלכע ביזנעס.

פארשטייט זיך אז ביי אונז אידן איז דא נאך וויכטיגע מענטשן צו וועם צו רעדן, א מורה דרך, א רבי, איינער וועם מ'הערט אויס סיי לגבי די חלק ההלכה, סיי לגבי די הדרכה, און ווי אויך פאר די ברכה.

איך וויל מיך אפשטעלן א מינוט און רעדן פון דעם חלק פון רעדן צו א מורה דרך.

איך אליינס בין דורכגעפאלן אין א געוויסע ביזנעס אינטערנעמונג וואו איך האב נישט געשפירט פאר וויכטיג צו רעדן צו א מורה דרך איבער דעם, פשוט ווייל ס'איז געווען זייער א פשוטער און גרינגער עסק, נישט אויסגעזעהן ווי הלכה'דיג דארף דא זיין סיי וועלכע פראבלעמען.

און ווען איך האב אלס קאנסולטענט געהאלפן א צווייטן איד אריינגיין אין אזא ביזנעס, האט דער איד יא געטון די ריכטיגע זאך און געגאנגען פרעגן א רב איבער די פרטים פון די ביזנעס, און ווען ער איז צוריק געקומען צו מיר מיט די תשובה פון רב בין איך געווען שאקירט צו הערן אז איך אליינס בין גאר דורכגעפאלן מיט עפעס וואס קען זיין א הלכה פראבלעם.

דאס האט מיך אויפגעוועקט צום מציאות אז אפי' כלנו חכמים כלנו נבונים, דער דרך התורה איז עפעס וואס בארירט אונזער יעדע ריר אין לעבן און א אידישער ביזנעסמאן דארף דאס שטארק נעמען אין באטראכט.

בעפאר איך ענדיג די נושא פון "ווער" און וועמען מ'דארף זיך אלס באקענען ווען מ'גייט אריין אין ביזנעס, וויל איך נאך דערמאנען איין וויכטיגן מענטש וואס איז וויכטיג צו קענען בעפאר מ'גייט אריין.

און דער מענטש איז "זיך זעלבסט".

לאמיר מסביר זיין וואס איך מיין דערמיט, און עס קען זיין א קריטישע נקודה פאר נייע ביזנעסלייט צו נעמען אין באטראכט.

געוויינליך ווען א מענטש גייט אריין אין ביזנעס האט ער עפעס וואס אין ענגליש הייסט עס א ראול מאדעל, דאס הייסט ער האט א מענטש אדער א ביזנעס אדער מהלך וואס ער שפירט אז דאס ציהט אים, ער וויל אזוי זיין אדער אז אזוי זאל זיין ביזנעס זיין.

אפילו ווען דער עצם ביזנעס איז א נייער געדאנק, וועט ער האבן אין מח פארשידענע ביזנעסער וואס ער שטעלט צו צו דעם וואס ער טוט, און ער וועט האפן אויסצוזעהן ווי די הצלחה ביי די ביזנעסער.

אין מח פון מענטש בויט זיך אויף שטארק דער געדאנק אז "אויב יענער האט געקענט, קען איך אויך" און ס'איז א אמת', מ'מעג אזוי טראכטן, אבער פארט מוז מען זיך אמת'דיג קענען.

ס'איז אמת אז אויף די הייסע מינוט ווען מ'האלט ביים עפענען א ביזנעס וועט דער מענטש זיך מחייב זיין און שפירן אז ער קען טון אסאך מער ווי ער דערהייבט אין די קאלטע מינוט, ווייל ווען ס'ברענט דער פייער איז די אדרענעלין הויך, דער מענטש מיינט אז ער קען טון געוויסע זאכן וואס באמת קען ער עס נאר טון ווען ער איז ביים עק פון דאך.

לאמיר נעמען א משל:

דער מענטש איז בעצם א אומפונקטליכער מענטש, ער קומט קיינמאל נישט צייטליך, און ער עפנט א ביזנעס וואס ער דארף דארט זיין 8 צופרי פונקטליך נאכן דאווענען.

בשעת'ן עפענען די ביזנעס איז ער אויף הויכע טענער מסכים צום טויש אין לעבנסשטייגער, און ער זאגט אפי' פאר זיינע נאנטע, "וואס הייסט? ווען איך דארף זיין אין מיין ביזנעס וועל איך זיין צייטליך, נאר יעצט האב איך נישט קיין אינטערעסע" וכהנה, דאס קען אויך זיין אמת אבער מער מאל ווי נישט, ווען דער מענטש איז פארשלעפט איז ער פארשלעפט, נאר נישט גאנץ אנהייב וועט מען אלס זעהן דעם שלעפער שבו, נאר אביסל שפעטער א יאר צוויי אין די ביזנעס הייבן זיך אן די פראבלעמען.

דאס איז נאר איין עקזעמפל, אבער די קורצע נקודה וואס איך וויל מאכן איז: קוק איבער וואס דו דארפסט אלס טון אין די ביזנעס אז ס'זאל מצליח זיין, און כאפ א שמועס צווישן הארץ און מח צו דו ביזט טאקע ראוי לאותה איצטלא, ווייס דיינע מעלות, און האב א שטיקל השגה אין דיינע חסרונות אויך.

ווען דער מענטש קען זיך קלאר, קען ער אמאל זאגן ,"די ביזנעס איז נישט פאר מיין טבע" און טראץ וואס אונז ווייס מיר אז א מענטש דארף אלס פרובירן, דארף זיך אבער דער מענטש נישט פאפן, און וויסן מיט ווואס פארא שוועריגקייטן ער גייט זיך ספראווענען.

האט א לעכטיגן שבת.

א עקסטערע פרשה איז ווען אין דעם ביזנעס אינטערנעמונג איז דא "שותפות".

שותפות איז א גאלדענע זאך, ס'איז עפעס וואס האט אסאך געהאלפן גרויסע ביזנעסער. לאמיר נאר נעמען דעם גאנצן סטאק מארקעט אלס א עקזעמפל. יעדע סטאק קאמפעני איז במציאות א ריזיגע שותפות און יעדער וואס האט א שעיר איז א שותף אין די ביזנעס, און דער געדאנק איז פשוט אז 2 פערד שלעפן בעסער,

דאס איז אלס ווען ביידע פערד שלעפן אויפן זעלבן ריכטונג. און אין שותפות פאסירט אסאך מאל ווען דאס איז נישט דער מציאות. פארוואס איז דאס אזוי? און וויאזוי מאכט מען זיכער אז א שותפות זאל נישט ברענגען עקסטערע עגמת נפש.

פארשטייט זיך אליינס, אן קיין הסברים, אז א גרויס חלק אינעם שותפות דארף זיין אז מ'גלייבט דעם מענטש