יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ ראט און טאט
ארטיקלען

דער ביזנעס פלאן

ראט און טאט · "דער שטיבל" · פרשת פנחס תשפ"ג

נאכן טוהן דאס און נאך אין די נושא פון פארשונגען קענען מיר צוגיין צום נעקסטן שטאפל, (וואס וועט פירן צו א טיעפערן שטאפל פון פארשונגען ווען מ'פארשטייט שוין פיהל בעסער דעם צוקונפטיגן ביזנעס) און דאס הייסט אז מ'מאכט א "ביזנעס פלאן".

א ביזנעס פלאן איז אויך עפעס פון וואס מענטשן האבן אסאך מאל מורא, סיי ווייל די טעמפלעט ביזנעס פלאן פרעגט צופיל קשיות און מ'ווייסט נישטאמאל אפצוטייטשן א גרויס חלק פון די זאכן, און מ'גיבט אויף. אבער מער פון דעם דער אינערליכער דראנג פון נישט וועלן זעהן קיין נעגאטיווע זאכן אויף עפעס וואס מ'האט שוין אזוי לאנג געחלומ'ט צו טון לאזט אז מ'זאל זיך פאפן אויף געוויסע גאר וויכטיגע אבער אויסזענדיגע קליינליכקייטן.

א ביזנעס פלאן האט זייער א קלארע מהלך, און עס קען זיין א גאר קליינער דאקומענט, עס מוז נישט זיין קיין לאנגע מגילה, בעיקר מוז מען וויסן די יסודות וואס מ'דארף אויספלאנירן און אויף וואס מ'מוז האבן א קלארן ענטפער.

אויף דעם איז דא אין די ביזנעס וועלט א סארט דאקומענט וואס הייסט דער SWAT analysis

דער SWAT איז עפעס וואס מ'מוז קענען ענטפערן פאר זיך, און נאכדעם קען מען מאכן א פלאן.

הגם, בעפאר מיר גייען אריין אינעם "סוואט" וויל איך מיך באווארענען מיט א הקדמה, עס זענען דא געוויסע גאר קאמפעטענטע קאנסאלטענטס וואס וועלן אפלאכן דערפון, און וועלן זאגן אז עס איז נישט קיין וויכטיגער זאך צו טון, און פארשטייט זיך אז ביי אזא זאך איז געזאגט געווארן אז ווען איינער ליינט למשל עניני רפואה, דארף ער נאך אלס הערן וואס זיין לאקאלער דאקטאר זאגט אים ספעציפיש, און איך רעד נישט אריין אין די נושא זיך צו פארהערן.

איך וויל נאר אראפשטעלן אז טראץ וואס ביי געוויסע פעלער איז עס אפשר נישט אזוי וויכטיג ווי ביי אנדערע, איז עס פארט עפעס וואס אין מיין פערזענליכע ערפארונג האב איך געזעהן אז ס'העלפט בעצם דעם מענטש פארשטיין בעסער וואס ער האט צו טון כאטש וואס נישט אלעמאל פירט עס צו די פונקטליכע מהלך וואס עס איז אויסגעשטעלט צו ברענגען.

און לאמיר מסביר זיין אביסל, וועט מען בעסער פארשטיין בעז"ה.

דער "סוואט" איז די ר"ת

Strength

Weakness

Opportunity

Threats

דאס הייסט אז מ'באטראכט דעם ביזנעס פון פארשידענע ווינקלען. דאס ערשטע איז "שטארקייט" וואס איז די שטארקייט פון די ביזנעס, דאס הייסט, וואס איז די סיבה פארוואס מיר טראכטן אז די ביזנעס וועט מצליח זיין, וואו ליגט די שטארקייט.

למשל: די ביזנעס האט א שטארקייט ווייל איך האב א געוויסע קאנעקשאן וואס וועט מיר ברענגען דעם פראדוקט פאר א גאר גוטן פרייז וואס מ'טרעפט נישט סתם אזוי.

אדער אז איך האב א שותף אדער איך אליינס בין א מומחה אין דעם פעלד, און איך ווייס וויאזוי עס ארבייטן די סודות פון דעם פעלד, און איך שפיר אז דאס איז א שטארקייט צו וואקסן.

און אזוי איז דא נאך משלים, אבער לאמיר גיין צום קומענדיגן, וואס איז די שוואכקייט פון די ביזנעס? און יעדע ביזנעס האט דאס, מ'מוז אבער וויסן וואס דאס איז, וואס דעמאלס קען מען זיך בעז"ה געהעריג ספראווענען, אדער גאר באשליסן אז עס לוינט נישט דער געשעפט.

אויב טרעפט מען נישט די שוואכקייט, איז זייער מעגליך אז מ'לעבט אין א באבל, און עס פעלט קריטישע אינפארמאציע וואס קען גאר אסאך אויסמאכן אין דעם באשלוס.

די שוואכקייט מוז נישט זיין ממש יסודות'דיג, אבער עפעס וואס קען זיין באזארגענד, למשל איך האב נישט קיין גרויסן קעש פלאו אויב זאל זיך אויספעלן, אדער איך האב נישט אויף אנצוהייבן גענוג ארביטער,

אמאל איז עס אפי' אזא קלייניגקייט ווי אז איינער פון די שותפים קען זיין א שטער אין געוויסע ענינים פון די ביזנעס.

אן אריינגיין אין אלע משלים, איז אייביג פארהאן עפעס וואס מ'מוז באטראכטן צו ס'איז א פולקאמער שטער, אדער עפעס מיט וואס מ'קען זיך ספראווענען. און מ'רעדט פון שוואכקייטן "אין די ביזנעס" נישט פון זאכן וואס שטערן פון אינדרויסן און זענען נישט קאטראלירבאר, (פון דעם וועל מיר רעדן שפעטער אי"ה)

אין קורצן, אויב זעהט מען ממש נישט קיין שום שוואכקייט, דארף מען זיכער עס אויסשמועסן מיט א ביזנעס קאנסולטענט צו מאכן זיכער אז מ'פאפט זיך נישט אליינס.

דער קאנסאלטענט וועט דיך פרעגן: וואס טוסטו אויב דאס אדער דאס פאסירט? וויאזוי וועסטו זיך אן עצה געבן מיט אזא שטער? און דאס אליין וועט דיר ווייזן וואס די שוואכקייטן זענען, און אפי' אויב ס'האט א גוטע ענטפער, ווייסטו עכ"פ וואס דאס איז און וואס מ'דארף זיין פארזיכטיג.

נאכדעם קומט אפפארטוניטי, דאס הייסט "געלעגנהייט" דאס מיינט אז די ביזנעס האט גאר א גוטע געלעגנהייט צו מאכן געלט, וואס איז אויסנאם נישט נאר סתם א שטארקייט, נאר אסיבה וואס דער זמן אדער דער פלאץ איז גורם אז דאס זאל זיין אויסנאם גוט.

למשל: אויב ביז היינט האט די גאווערמענט פארבאטן צו פארקויפן א געוויסן פראדוקט דא אין אמעריקע, און יעצט האט מען אראפגענומען דעם פארבאט, דאס מיינט אז דער וואס גייט יעצט פארקויפן דעם פראדוקט קען זייער שיין מצליח זיין. דאס רופט מען א "גראונד פלאר אפארטוניטי".

אדער איז אמאל דא א "מארקעט אפארטוניטי" למשל ווען ריעל עסטעיט איז הויך און מארטגעדש ראטעס נידריג, איז די מארטגעדזש אינדוסטריע א אפפארטוניטי.

אמאל איז די געגנט א אפארטוניטי, למשל ווען די קאסינא'ס האבן זיך געעפנט אין א געגנט און פולע ביזנעסער האבן אויף דעם ארויף אינוועסטירט גרויס געלט ווייל ס'איז געווען א אפורטוניטי אין יענעם געגנט.

מ'דארף אבער געדענקען ווען מ'רעדט פון אפארטוניטי, אז אסאך מאל איז עס קורץ טערמיניגע אפורטוניטי'ס, און ס'לוינט נישט אייביג צו בויען א ביזנעס אויב איז עס ממש נאר די אפורטוניטי און האט נישט קיין געלעגנהייט פאר אנגייענדע פראפיטן אפי' ווען די אפורטוניטי גייט אוועק.

א דוגמא איז געווען די קאוויד סעזאן ווען געוויסע קורץ טערמיניגע אפארטוניטיס האבן זיך געמאכט, און אודאי האבן מאנכע געמאכט דערפון אסאך געלט, אבער צו גרינדן א ביזנעס אויף דעם סמך איז נישט ווערד געווען. כאפן דיעל'ס און מאכן א שנעלן דאללער דארף נישט קיין "סוואט" אנאליז, מ'כאפט דאס געלט און מ'טיילט צדקה, מיר רעדן יעצט פון "עפענען א ביזנעס פארן לאנגן טערמין".

דערנאך קומט "טרעט'ס" דאס הייסט א ווארענונג, א סטראשע, א פאקטאר וואס קען אנזאגן דעם עקזסיטענץ פון די ביזנעס, אבער נישט פון אינעווייניג, דאס הייסט עס איז נישט אזוי ווי די צווייטע כלל פון שוואכקייט וואס דאס באציהט זיך צו עפעס וואס "אין די ביזנעס" דארף מען מתקן זיין אדער באטראכטן, נאר עפעס וואס פון "אינדרויסן" איז א פראבלעם.

למשל: אויב פאר דעם פראדוקט וואס איך שפיר איך קען זייער מצליח זיין איז דא א שטארקער קאמפעטישן, מוז נישט זיין ס'איז געפערליך, אבער מ'מוז עס ערנטס באטראכטן, פארוואס זאלן מענטשן ענדערש קומען צו דיר? און אזוי ווייטער.

למשל איך בין אין די מארטגעדזש ביזנעס, איך טוה א גוטן ארבייט, אבער די ראטע'ס גייען ארויף, דאס איז אן אנווארנונג פון אינדרויסן, איך קען גארנישט טון דערצו נאר גוט באטראכטן די פלענער צו ס'לוינט יעצט אריינצוגיין, (און אמאל אפי' ארויסגיין דערפון) און אויב יא וויאזוי וועל איך זיך ספראווענען מיט דעם ווען דאס פאסירט. דאס מוז האבן א פלאן.

ווען מ'גייט איבער די אלע פיר פרטים און מ'שרייבט זיך אפ וואס מ'טראכט, מ'שמועסט אויס מיטן עדווייזער אדער שותפים, איז נישט אזוי ווייט די וויכטיגקייט וויאזוי מ'צעטיילט עס, נאר די סיבה פון עס צעטיילן אין פיר איז אז מ'זאל האבן א פראסעס וואס מאכט זיכער אז מ'פארגעסט נישט פון עעפס וויכטיג.

אסאך מאל מאכט זיך ווען א מענטש פרעגט מיך וויכטיג א שאלה וואו צו לייגן דעם פראבלעם? אינטער די "שוואכקייט קאטאגאריע"? אדער אינטער די "ווארענונג קאטאגאריע"?

און מיין תירוץ איז, אז א סוואט אנאליז איז נישט קיין ספר תורה, שרייב עס וואו דו ווילסט, ווייל דער געדאנק איז מער אז זאלסט האבן אלעס פאר די אויגן און נישט פארגעסן קיין עקרים.

ווען דער מענטש האט שוין ארויס די אלע זאכן און ווייסט אין וואס ער גייט אריין בערך, קען מען אנהייבן ארבייטן אויפן עצם דאקומענט וואס איז די יסוד צו א ביזנעס, און דאס הייסט א "ביזנעס פלאן".

דארט שרייבט מען שוין נישט אראפ די פראבלעמען, נאר די קלארע מהלכים וואס מ'נעמט אן נאכן וויסן די פראבלעמען, די מעלות, די חסרונות, וואס מיט די אלע אינפארמאציע האט מען געמאכט החלטות, וואס דאס שאפט א קלארקייט צו וויסן וויאזוי מ'וויל מאכן די ביזנעס לויפן.

אפי' אזא קלייניגקייט ווי וואספארא סארט קאפערעישן די בזינעס זאל זיין ווערט אויף דעם אויסגעשמועסט, צוליב דעם וואס יעצט ווייס איך שוין וואס פארא סארט קאפארעישאן וועט מיר די מערסטע בענעפיטן אין אזא סארט ביזנעס.

ווער זענען די עקספערטן מיט וועם עס לוינט צו רעדן בעפאר מ'עפנט א ביזנעס? נישט אייביג די זעלבע וויכטיג, אבער גוט צו וויסן אז מ'דארף אפשר רעדן צו דעם עקספערט.

פארשטייט זיך א גוטער אקאונטענט איז גאר וויכטיג.

אין געוויסע פעלער א לויער. (בפרט אין א שותפות)

מורי הוראה אין פעלד פון ממונות.

א איד וואס האט עקספיריענס אין דעם פעלד.

א ביזנעס קאנסולטענט.

(קען זיין איך וועל מיך דערמאנען מער, אבער דאס זענען זיכער די עקספערטן מיט וועם מ'מוז כאפן א שמועס פאר מ'טאנצט אריין)

וועל מיר ממשיך זיין אי"ה נעקסטע וואך

האט א לעכטיגן שבת.