מיר האבן פאריגע וואך אנגעהויבן דעם שמועס איבער די פארשידענארטיגע מענטשן וואס הייבן אן א ביזנעס, און אין קורצן האבן מיר זיי אריינגעלייגט אין צוויי קאטאגאריעס, איינס איז איינער וואס גייט אריין אין ביזנעס ווייל ער האט א שטיקל געלעגנהייט אין א פראדוקט אדער סערוויס וואס ער שפירט אז ער קען דערויף פארדינען, דער צווייטער וויל פשוט טוישן זיין אייגענע פאזיציע פון ארבייטער צו בעל הבית, פארשטייט זיך מיר האבן מער מרחיב געווען צווישן די צוויי, אבער דאס איז יעצט נוגע לענינינו.
די סיבה פון פארשטייט די סיבה האט א סיבה, (איר זענט צעמישט?) דאס הייסט, טראץ וואס אויפן עצם ביזנעס וועט אפשר נישט האבן אזא אפעקט די סיבה פארן אריינגיין דערין, אבער אויפן בעל הבית און זיין אונטערשטע שורה קען עס מאכן א גרויסן רושם.
אויב איז דער צוקונפטיגער בעה"ב אריין אין ביזנעס פאר די נישט ריכטיגע סיבה, (און ווען איך זאג "נישט ריכטיג" מיינט נישט אומבארעכטיגט, נאר נישט די וועג וואס מ'גייט געוויינליך אריין) וועט ער זיין אויסגעשטעלט צו א גאר שווערן דרך אריכתא ווען ער מאכט זיינע באשלוסן, ווייל דער מח פון דעם מענטש האט א מהלך וויאזוי ס'ארבייט, און ווילאנג דער מענטש זעהט וואס ער וויל זעהן אדער רעדט זיך איין וואס ער וויל זיך איינרעדן, וועט ער בויען דערויף בנינים און פארגעסן אז די יסודות זענען שוואך.
לאמיר נעמען א קורצע משל:
מ'האט אויפגענומען א שטאב צו בויען א קאנטראל טורעם אין א עירפארט, דאס קומט געבויט מער ווייניגער אלס א טורעם מיט שטיגן ארויף צו א פיל שטאקיגן שפיץ וואו עס זיצן די קאנטראלערס און קאנטראלירן די לעבנס פון טויזנטער מענטשן וואס פליען מיט די עראפלאנען.
די ריכטיגע געברויך פון די געביידע ווען מ'קען ווען עס לייגן אין די לופט אן קיין שום אונטערשטע שטאקן וואלט געווען גאר גוט, מ'קען נאר נישט. מ'מוז דאך מאכן א יסוד, און שטיגן ארויפצוגיין. אלזא אויב זאל די בוי פירמע זיך מאכן דעם חשבון אז לאמיר פאוקוסירן אויפן עיקר, און מאכן זיכער אז די אויבערשטע שטאקן זענען פערפעקט, אונטן וועט שוין זיין גוט מיט א ביסל ווייניגער אכט, וועט דער בנין נישט שטיין לאנג, און מיר פארשטייען דאס אלע פאר א פשטות.
אויב קען נישט דער אינדזשיניער פונקטליך די עבודת היסוד, האט מען גארנישט פון ארבייטען אויף די אויבערשטע שטאקן.
ווען א מענטש וואס בויט נישט קיין געביידע פאר א עירפארט, נאר האט געהאט א חלום אין קאפ, און ער פרובירט עס פותר צו זיין, וועט ער געוויינליך זייער שטארק קוקן אויף די אויבערשטע שטאקן, ער פריידט זיך ווען ער זעהט עס, ער חלומ'ט דערפון, ער זעהט שוין זיין בנין שטיין, ער זעהט אפי' די ארבייטער'ס ארבייטן, ער זעהט שוין די געלט אריינקומען, ער האט א גאר קלארן דמיון (נישט קיין וויזיע ביזדערווייל) וויאזוי זאכן דארפן אויסזעהן.
אויב אבער וועט עק זיך ארויסרוקן פון זיין שאכטל, און אנהייבן באטראכטן דעם בנין, און הערן פון עקספערטן, און רופן די בעסטע בויער צו מאכן זיכער אז נישט נאר זיין ביזנעס זאל זיין מיט פארדינסטן נאר אז די יסודות זאלן זיין שטארק, האט ער א טשאנס פון הצלחה.
אביסל טיעפער: ווען א מענטש גייט "אריין" אין ביזנעס, זעהט ער נאר ווי גוט ס'קען זיין, און ווען ער גייט שוין נעבעך ארויס, פארשטייט ער נישט וויאזוי ער האט פארזעהן דעם גרויסן לאך אדער טעות וואס ער האט געמאכט.
די סיבה איז פשוט ווייל ווען א מענטש גייט אריין אין ביזנעס איז ער אין א פאזיטיוון אויסקוק, און זייער אסאך מאל ווען איך רעד מיט מענטשן אין דעם מצב פון אריינגיין אין ביזנעס, און איך מאך זיי אויפמערקזאם איבער געוויסע ריסק אדער איינשטעלענישן וואס זיי נעמען וואס קען שאדן, וועט דער ענטפער זיין בערך: פארוואס דארף מען אזוי טראכטן? פארשטייט זיך אז מ'דארף סייעתא דשמיא! זיי לייגן נאך אריין אזא פאלשע אמונה אין דעם מהלך פון זיין פויל צו טראכטן נעגאטיוו, אדער פארשטיין דעם אימפעקט פון זייערע באשלוסן אויב ח"ו ס'ארבייט זיך נישט אויס.
לאמיך איבערגעבן א ווארט ביי ווארט פאראגראף וואס בערך דאס האב איך שוין אסאך געהערט פון מענטשן ווען איך העלף זיי ביים עפענען א ביזנעס.
ר' יצחק, איך פארשטיי אז מ'קען דורכפאלן, יעדער קען דורכפאלן, און אויב איז באשערט דורכצופאלן וועט דאך נישט ארבייטן מיינע חכמות, אבער איך רעד לויט וויאזוי מיר פלאנירן דאס יעצט וואס דאס איז נישט דורכצופאלן, דעריבער לאמיר קוקן אויפן פאזיטיוו, און מאכן פארשריט מיט פלאנירן וויאזוי צו מאכן דאס מערסטע געלט דא.
בערך אזוי גייט דער מהלך המחשבה. און דאס איז פארוואס עס איז וויכטיג פאר א נייעם ביזנעס מאן צו האבן איימיצן מיט זיך וואס זאל שלעפן אויף צוריק, און נישט לאזן ווערן צו פרייליך פאר די צייט.
האבן מיר גערעדט אז דאס ערשטע און וויכטיגסטע איז צו מאכן גוטע ריסוירטש איבער די ביזנעס, די פראדוקט וכו', אבער דאס אליינס איז א חכמה וואס מוז נישט זיין קאסטבאר אבער מוז זיין מעסטבאר.
וואס הייסט מעסטבאר? מ'מוז קענען מעסטן די אויסקום פון דעם ריסוירטש אויף א פאראויס באשטימטע מעסטער, מ'קען נישט סתם אזוי הערן וואס מענטשן זאגן אדער וואס די נייעס שרייבן און אזוי ווייטער, ווייל בדרך כלל די אלע אינפארמאציע וואס מ'באקומט אויף א זאך וואס מ'וויל פארשטיין, וועט נאר ברענגען איינס פון צוויי רעזולטאטן. אדער וועט מען ווערן זייער עקסיידעט גוט אויפגעלייגט און לויפן אומקאנטראלירט, און דאס פאסירט ווען מ'האט אפי' נאר געהערט פון איינעם א גוט ווארט אויפן ביזנעס געדאנק אן קיין שום דעטאלן, און דאס הייסט נישט קיין ריסוירטש.
אדער וועט מען ווערן גאר שטארק אפגעפאטשט און נישט וועלן גיין ווייטער ווייל א צווייטער האט געזאגט א שלעכט ווארט. און דאס איז ווייטער אומריכטיג.
דאס פאסירט ווען איך ווייס נישט וואס איך זוך צו וויסן.
ווען איך מאך ריסוירטש דארף איך האבן ביי מיר פונטקליך א ציהל, וואס וויל איך געוואויר ווערן, און פארוואס איז דאס וויכטיג צו וויסן.
למשל: לאמיר זאגן אז איך עפן א געשעפט פאר קליידונג.
ווען איך גיי מיך אינטערסירן איבער די פאזיטיווע און נעגאטיווע פרטים אין די ביזנעס וויל איך וויסן ווי פאלגענד:
ווער זענען די מענטשן וועם איך גיי דאס מערסטע קענען ברענגען בענעפיט. דהיינו מיין קונדשאפט. צו וועם גיי איך די מערסטע אפעלירן?
וועלכע סארט קליידונג ווערט דאס מערסטע פארקויפט אין דעם געגנט,
וויפיל צאלן מענטשן פאר אזוינע קליידונג באמת. (נישט וויפיל איך טראכט אז ס'איז ווערד, אדער וויפיל איך טראכט איך וועל איינרעדן אנדערע אז ס'איז ווערד, נאר וויפיל צאלט מען היינט צו טאג אן מיין צוגעלייגטע מארקעטינג וכדו'.)
וואו און וויפיל געלט דארף מען אויסגעבן אין דעם מארקעט און אין דעם פלאץ ווען איינער וויל אריינקומען מיט אזא נייעם פראדוקט.
וויפיל ארבייטער נעמט צו קענען באדינען די קונדן ווען עס איז דער סעזאן און עס איז פארנומען? און צו קען איך אנהאלטן די ארבייטער אגאנץ יאר און נישט דארפן ארויסגיין זוכן הלואות זיי צו צאלן זייער געהאלט.
דאס זענען זאכן וואס איז ממש וויכטיג צו וויסן אפי' אויב די גרויסע ציהל זעהט אויס ווי עס וועט זיין א איבערפלוס און מ'וועט קיינמאל זיך נישט דארפן זארגן אויף די מינדערוויכטיגע דעטאלן.
ריסוירטש "פארשונגען" זעהט אויס ווי א שרעקעדיגע און טייערע ווארט, און עס מוז בכלל נישט זיין אזוי, אודאי ווי גרעסער א ביזנעס איז וועט מען דארפן מער ספענדן דערויף, אבער די נקודה פון פארשונגען איז בכלל נישט עפעס וואס א מענטש קען נישט אליינס טון. אבער מ'דארף עס טון!
וואס וואלט איך געטון און וואס האב איך געראטן מענטשן מיט וועם איך האב געארבייט אויף נייע ביזנעסער צו טון.
רעד מיט מענטשן אין די ביזנעס, אדער וואס זענען געווען אמאל אין די ביזנעס. רעד מיט מענטשן וואס זענען דורכגעפאלן אין די ביזנעס, און פארשטיי וואס האט זיי געשטערט אין הצלחה.
רעד מיט א געוויסע צאל מענטשן (באשטים פון פאראויס צו וויפיל דו ווילסט רעדן) וואס וואלטן געווען קונדן פאר דיר, און מאך א מארקעט סורוועי מיט די פאלגענדע בערך'דיגע קשיא: וואס וואלט איך דיר געדארפט געבן אז דו זאלסט קומען ביי מיר קויפן? וואס מאכט דיך גיין קויפן ביי איינעם ענדערש ווי ביי א צווייטן? פארוואס קויפסטו דיינע קליידונג ביי חיים, און נישט ביי משה?
איר געדענקט אפשר אז ווען איך האב אנגעהויבן דעם קאלום האב איך געשריבן איבער אויסנוצן די אידן וואס האבן שוין רעטייערט, וואס האבן מיט זיך א הויפן מיט עקספיריענס בכלל אין ביזנעס, און כאטש וואס מיר רעדן זיך איין אז זאכן טוישן זיך און זיי זענען נאך פון די אלטע גווארדיע, מוז מען געדענקען אז די פראדוקטן און סערוויסעס טוישן זיך אבער "ביזנעס" האט זיך נישט געטוישט זייט עפרון'ס דיעל מיט אברהם אבינו. רעד מיט מענטשן וואס זענען געווען אין ביזנעס, און הער פון זיי זייער ערפארונג.
נאכן טוהן דאס און נאך אין די נושא פון פארשונגען קענען מיר צוגיין צום נעקסטן שטאפל, (וואס וועט פירן צו א טיעפערן שטאפל פון פארשונגען ווען מ'פארשטייט שוין פיהל בעסער דעם צוקונפטיגן ביזנעס) און דאס הייסט אז מ'מאכט א "ביזנעס פלאן".
א ביזנעס פלאן איז אויך עפעס פון וואס מענטשן האבן אסאך מאל מורא, סיי ווייל די טעמפלעט ביזנעס פלאן פרעגט צופיל קשיות און מ'ווייסט נישטאמאל אפצוטייטשן א גרויס חלק פון די זאכן, און מ'גיבט אויף. אבער מער פון דעם דער אינערליכער דראנג פון נישט וועלן זעהן קיין נעגאטיווע זאכן אויף עפעס וואס מ'האט שוין אזוי לאנג געחלומ'ט צו טון לאזט אז מ'זאל זיך פאפן אויף געוויסע גאר וויכטיגע אבער אויסזענדיגע קליינליכקייטן.
א ביזנעס פלאן האט זייער א קלארע מהלך, און עס קען זיין א גאר קליינער דאקומענט, עס מוז נישט זיין קיין לאנגע מגילה, בעיקר מוז מען וויסן די יסודות וואס מ'דארף אויספלאנירן און אויף וואס מ'מוז האבן א קלארן ענטפער.
אויף דעם איז דא אין די ביזנעס וועלט א סארט דאקומענט וואס הייסט דער SWAT analysis
דער SWAT איז עפעס וואס מ'מוז קענען ענטפערן פאר זיך, און נאכדעם קען מען מאכן א פלאן.
נעקסטע וואך וועל מיר בעזהשי"ת רעדן איבער דעם SWAT analysis וויאזוי מ'מאכט דאס, און צו איז עס טאקע אלס וויכטיג?