יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ ראט און טאט
ארטיקלען

דער בעל הבית

ראט און טאט · "דער שטיבל" · פרשת קרח תשפ"ג

די וואך וויל איך אנהייבן אריינצוגיין אין די טעמע פון "בעל הבית" אדער ווי מ'רופט עס "ביזנעס אונער" און וועל מיר האפנטליך איבערשמועסן גאר וויכטיגע נקודות סיי פאר דעם בעל הבית וועלכער האט שוין א ביזנעס, און ווי אויך וועל מיר אין די סעריע פרובירן צו רעדן געוויסע מהלכים פאר די וועלכע שטייען בעפאר אריינגיין און ביזנעס, אדער האבן פשוט א גוטן רצון אריינצוגיין דערין.

די סיבה פארוואס א מענטש וויל אריין אליינס אין ביזנעס, (אזוי רופט מען עס, הגם עס איז קיינמאל כמעט נישט אזוי אז מ'גייט אליינס, אדער נעמט מען הילף פון אנדערע, אדער שלעפט מען אראפ אנדערע צוזאמען מיט זיך, בדרך כלל גייט עס נישט אליינס) איז ווייל עס שטעלט פאר דעם "אמעריקאנעם חלום" פון נישט זיין תלוי בדעת אחרים, און קענען מאכן אייגענע באשלוסן, און געוויסע האפענונגספולע בעלי בתים וועלן אפי' מודה זיין אזוי ווייט אז זיי ווילן קענען קומען ווען זיי ווילן און גיין ווען זיי ווילן וכדו'

דאס איז א גרויס חלק פון דעם קאזמעטישער חיצוניות'דיגער רצון פארן זיין א "אייגענער" בעל הבית. און פארשטייט זיך אז עס איז זיכער דא דער עיקר (וואס ביי מאנכע איז עס באמת נישט דער עיקר) פון האבן א גוטן פאטענציעל צו וואקסן גאר הויך נישט ווי דער ארבייטער וואס ברענגט אהיים א פעיטשעק און שפירט ווי ער איז מוגבל ביז וואו ער קען שטייגן.

לאמיר אנהייבן ביים א' ווען דער מענטש באשלוסט אז ער איז געאייגנט צו זיין אליינס אין ביזנעס, וויאזוי ווערט דער באשלוס געמאכט, וואס איז א גרויסער פאקטאר אין זיין הצלחה בעז"ה, און וויאזוי ער דארף פארזיכטיג שטעלן די ערשטע טריט אריין אין די ביזנעס פארוואלטונג וועלט.

און מיר גייען נישט דא פונקטליך איבערגיין די פרטים פון אריינגיין אין ביזנעס, וואס מיר קענען אייך העלפן פריוואט, אדער קענט איר זיך ווענדן צו די פילע ביזנעס קאנסאלטענטס וועלכע טוען דאס. מיר ווילן רעדן פון די "נאטורליכע טעותים" וואס ווערן געמאכט אין פארשידענע פעלער, און וואס מ'דארף זיין ספעציעל וואך צו דערשפירן און באמערקן.

דער באשלוס אריינצוגיין אין ביזנעס האט בדרך כלל די פאלגענדע זמנים ווען דאס פאסירט.

דער מענטש האט א געלעגנהייט וואו ער שפירט אז דארט קען ער מצליח זיין, אדער ווייל ער האט א מקור פון וואו צו נעמען א געוויסע פראדוקט און סערוויס פאר ביליג אדער ביליגער ווי דער געוויינליכער פרייז, אדער ווייל ער האט א געוויסע מקום א פלאץ א געגנט וואו עס נויטיגט זיך א געוויסע סערוויס וואס ער האט שוין עקספיריענס פון פריער, און ווייסט וויאזוי עס צו ברענגען לידי מעשה.

דער מענטש ארבייט אויף א פלאץ, ער איז אומצופרידן פון דעם פאקט אדער פון דעם בעה"ב וואס פירט און קאנטראלירט זיין לעבנסשטייגער, און ער באשליסט פה אחד אז ער גייט אריין אין ביזנעס נישט קיין חילוק וואס עס נעמט, און ער נעמט זיך זוכן א פאסיגע אינדוסטריע געוויינליך עפעס וואס ער איז שוין אביסל באהאוונט.

דער מענטש באקומט א אפפער פון א שותף א ידיד וועלכער גייט אריין אין ביזנעס און זוכט אן אינוועסטאר אדער א ארבייטס שותף וואס קען די פאך גוט.

ירושה, אדער אפי' בחיים פשוט א ביזנעס וואס לויפט אין די פאמיליע.

א דורכפאל, יא צומאל פאלט דער מענטש אריין אין ביזנעס ווייל ער איז דורכגעפאלן אין זיין טאג טעגליכן דזשאב באיזה אופן, און ער נעמט זיך טון עפעס צייטווייליג ביז ער וועט טרעפן א מקור לפרנסה, און עס שטעלט זיך ארויס אז ער איז מצליח אין דעם נייעם עסק און בויט עס אויף מער פאר א סטאבילע ביזנעס.

צו פארשטיין פארוואס מ'גייט אריין אין ביזנעס איז גאר וויכטיג, ווייל דאס קען העלפן אין די קומענדיגע וויכטיגע החלטות וואס דער מענטש מוז מאכן.

לאמיר זיך א מינוט אפשטעלן ביים ערשטן דוגמה, דער מענטש וואס האט פשוט געזעהן א געלעגנהייט, און ער כאפט עס אן און עפנט א ביזנעס דערמיט.

באמת, איז דאך מורא'דיג גוט, ער טרעפט א געלעגנהייט און טוט וואס מ'דארף טון. אבער דא קומט אריין זיך צו באקענען מיטן מציאות וועלכע איז וויכטיג אין יעדן פאל, און כ"ש ווען דער געלעגנהייט איז עפעס וואס קומט פון אינדרויסן דאס הייסט ער האט באמת מיט די סארט ביזנעס קיין גרויס שייכות נישט, נאר דא האט זיך געטראפן עפעס וואס זעהט אים אויס מ'קען דארט מצליח זיין.

איך האב גערעדט צו א אינגערמאן וועלכער פאלט אריין אין די קאטאגאריע, ער האט געטראפן א געלעגנהייט ווייל אין זיין בעסמענט האט ער געהאט א גרויסע חלק וואס ער האט נישט גענוצט, און פונקט דארט אין זיין געגנט האט זיך אויסגעפעלט אדער בעסער געזאגט ער האט געהאלטן אז ס'פעלט זיך אויס אזא סארט עסן קלייט וועלכע מ'זאל קענען קויפן פרישטאג און לאנטש, אזא קאפע הויז, ער האט געהאלטן אז דאס פלאץ איז פונקטליך פאסיג פאר דעם געברויך, עס האט א גענוג באקוועמע אריינגאנג, גאנץ א זעהבארע פארנט גלאז טיהר מיט פלאץ פאר גענוג א גרויסן קיך און וואס אימער ס'פעלט אויס פאר אזא ביזנעס.

ער האט שוין געהאט אויסגעמאלן און אויסגעחלומ'ט פונקטליך די קאלירן, די שעיפס פון די טישלעך און די הויך פון די קאבינעט צו ווייזן די מאכלים און אזוי ווייטער, אבער וואס ער האט נישט געטון, איז רעדן מיט איינעם וואס קען די "עסן ביזנעס", ער האט געמאכט דעם אלעמען באקאנטן טעות פון "וואס איז שוין דא צו וויסן?" מ'קאכט און באקט, און מ'פארקויפט, און מ'לייזט איין אפאר גראשן.

ער האט נישט געהאט קיין שום אנונג אין קאכן, טראץ וואס ער האט געמיינט אז ער קען די פאך, ער האט נישט געוואוסט וויאזוי מ'רעכנט אויס די אווערהעד, און וויפיל ס'וועט אים קאסטן מארקעטינג אדער אפי' נאר די ארבייטער וכו', און צו זיין מזל האט ער זיך אויפגעוועקט פאר ער איז נאך געווען צעמזיק'ט און געטראפן א דזשאב ערגעץ פאר שיין באצאלט.

וואס וואלט ער יא געקענט טון? וויסנדיג אז סך הכל האט ער א גוטן געדאנק ווייל ער האט עקסטערע ספעיס אין בעיסמענט, דארף ער איינערקענען דעם "נאטורליכן טעות" וואס קומט מיט אזא סארט חלום, און ער מוז זיך אוועקזעצן מיט מומחים אין די פעלד פון עסן און רעסטאראנט, און געוואויר ווערן וואו מ'דערלייגט, און וואו מ'פארדינט, יעדע ביזנעס האט סודות, ס'איז נישט קיין סודות וואס מ'קען נישט געוואויר ווערן אבער מ'מוז זיי וויסן.

איך זאג אז ווען מ'נעמט די סודות און מ'לייגט דעם יודעלע פון פארנט, ער זאל עס וויסן און פארשטיין, דאן ווערט "יסודות".

פארוואס איז דאס די פלאץ ביי דעם סארט בעל הבית ווי זייער אסאך פאלן דורך, ווייל דאס איז א טבעיות'דיגער טעות וואס איז באמת ראוי צו פאר'נער'ן דעם ברייטסטן מח, און מ'דארף נישט זיין קיין נער בכלל אריינצופאלן אין דעם נאטורליכן נעץ.

לאמיר נעמען דעם צווייטן פאל. דער מענטש וואס איז פשוט אויפגעברויזט אויף זיין לעבנסשטייגער אלס ארבייטער, און באשלוסט מיט א פעסטקייט אריינצוגיין אין ביזנעס.

מיר דארפן אים נישט זאגן אז עס קאסט געלט, און אז עס נעמט צייט און כח, ער איז אנטשלאסן, און ער ווייסט דאס. אבער דא קומט אויך אפיר די "נאטורליכע טעותים" וועלכע מ'דארף זיין וואכזאם צו באמערקן און באהאנדלען פארזיכטיג.

דער כלל פון אין דבר העומד בפני הרצון איז ריכטיג, און דא מיינט עס אז אודאי איז די ערשטע זאך א "גוטער רצון" און דאס האט ער, אבער וואס עס איז עומד "מאחורי" הרצון, איז קריטישער אין יעדן פאל און זיכער אין אזא פאל.

ער זוכט, וואו זוכט ער? ער פרעגט זיך נאך, ער מאכט ריסוירטש, ער וויל אריינגיין אין ביזנעס פאר יעדן פרייז, ער האט אפי' אוועק געלייגט אין גמ"ח א סכום פון געלט גרייט פאר דעם ריזיגן שפרינג.

איך פרעג א אינגערמאן וועלכער איז געווען אין דעם מצב, און ער האט שוין באשלאסן אין וועלכן אינדוסטריע ער וויל אריינגיין, פרעג איך אים, מהיכן דנת, וויאזוי ביזטו געקומען אויפן באשלוס אז דא ווילסטו אריינגיין?

זאגט ער מיר אז ער האט געמאכט ריסוירטש, דאס איז זייער א כלליות'דיגע ווארט און עס ווערט מורא'דיג שטארק אביוזד, איך פרעג אים אפאר עקזעמפלס פון זיינע ריסוירטש וואס ער האט געטון, דערציילט ער אז ער האט גע'גוגל'ט פאר "בעסטע אינדוסטריעס אין די היינטיגע אקאנאמיע" ער האט אויך גערעדט צו א חבר וועלכער האט א משפחה מיטגליד אין די ביזנעס, אויך האט ער עס איבערגערעדט מיט זיין מורה דרך מיט וועם ער רעדט איבער אלע זיינע איינגעלעגנהייטן (וואס דאס איז לויבנסווערד, יעדער אינגערמאן אדער בעל בית דארף צו האבן איינעם וואס מ'פארטרויט און מ'קען דורכשמועסן)

אבער איך האב אים שיין מסביר געווען אז דאס הייסט נישט ריסוירטש, דאס הייסט געליינט א ביכל.

פארשטייט זיך אז הויכע לעוול ריסוירטש וואס גרויסע קאמפעני'ס מאכן איז בכלל נישט עפעס וואס ער קען יעצט טון, אבער די מינדעסטע וואס ער קען טון איז זיכער נישט דאס וואס ער האט געטון, ער מוז האבן אפגעשריבן אדער פארצייכנט גאר קלאר וואס זענען די אינדיקעטאר'ס די אנווייזערס אין די ביזנעס אדער אינדוסטריע צו ס'איז א מקום מוכשר לקבל, ער מוז וויסן "וואס" צו זוכען, און דערנאך אויך "וויאזוי" מ'דערשפירט עס.

טויזנט פעידזשעס אויף גוגל ענטפערן נישט די קשי', אלעס איז קאנטראלירט דורך ענדזשין'ס, צו וויסן זיין מציאות אין זיין פלאץ, דארף ער דערשפירן די 5 וויכטיגע כללים פון די ביזנעס און דערגיין צו ס'איז טאקע אזוי ווי ער זעהט עס.

איך בין יא נתפעל געווארן פון א אינגערמאן מיט וועם איך האב גערעדט וועלכער גייט אריין אין א ביזנעס, און גראדע ווען איך האב אים אויסגעפרעגט אויף די ריסוירטש וואס ער האט געטון בין איך געווען גאר ענטציקט פון זיינע פלייסיגע און זאכליכע פעולות וואס ער האט געטון.

דער אינגערמאן האט מיר געוואוסט צו זאגן פונקטליך וואס ער האט געזוכט צו דערשפירן, דאס הייסט, וואס זענען די סוקסעס פאקטארן אין די ביזנעס, למשל ס'דא ביזנעסער וואס ווען דארט איז פוהל מיט מענטשן מיינט דאס אז עס איז נישטא קיין סערוויס, און אמאל פארקערט ס'מיינט אז עס איז דא א ריזיגער פארלאנג, וכדו', מ'דארף באמת פארשטיין וואס די ביזנעס איז, צו וויסן וויאזוי צו דערשמעקן די סוקסעס פאקטארן.

ער האט אראפגענומען צייט און ארומגעפארן צו אלע ביזנעסער אין די געגנט וואס טוען בערך די נושא, און ער האט שעות אויף שעות אבזערווירט און פארצייכנט א טשעקליסט פון זיינע פאקטארן וואס ער האט געזוכט צו זעהן, און ער האט געהאט פאר מיר א פונקטליכן און איבערראשנד קלארן ליסטע פון געפינסן.

ער האלט נאך אינדערמיט, אבער איך האב א גוטן געפיהל אז ער איז אויפן וועג צו סוקסעס. דער אויבערשטער זאל אים העלפן טאקע.

אבער דער געדאנק איז קלאר, אז אין דעם פאל פון אונזער צווייטן קאנדידאט איז דאס דער פלאץ וואו מענטשן מאכן "נאטורליכע טעותים" און טוען נישט בשלימות דעם פארש ארבייט וואס אין ענגליש הייסט "ריסוירטש". דאס איז נישט עפעס וואס די מאמע'ס ביים באס קענען באשלוסן אדער וואס די חברים אין ביהמ"ד קענען אויסקלארן, עס דארף א קלארקייט, און א מהלך.

פאר איך ענדיג: ווערט נישט דערשראקן, פארשן און ריסוירטשן מוז נישט מיינען וואכן לאנג ארבייט, און אפי' איך בין טאקע נתפעל געווארן פון דעם אויבנדערמאנטן אינגערמאן, מיינט נישט אז דאס איז דא דער עיקר. דער עיקר איז מ'זאל "וויסן וואס צו זוכן, און וויאזוי עס צו מעסטן".

האט א גוטן שבת, מיר וועלן ממשיך זיין נעקסטע וואך בעז"ה.